מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

מיר שטייען אין תפילה פאר אחב"י בארה"ק - מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

ס'איז נישט סאטמאר.
דא פון א וויזניץ'ער איד:
'אהבת איזראעל' (פון מינוט 24 און ווייטער)
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4465

פון מינוט 12:
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4677

און דא פון א בעלזער איד. ר' מנשה רייזמאן, געזאגט די וואך: https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false

אלע צדיקים הקודמים פון וועם מיר שטאמען האבן לוחם געווען קעגן מזרחי און זענען געווען קעגן די ציונים.

ס'איז נישט דא קיין חילוקי דעות אז די מדינה איז נתייסד געווארן על ה' ועל משיחו. ככל הגוים בית ישראל ר"ל. מ'האט אויסגעשניטן דעם אייבירשטען און זיין תורה פון די 'אידישע' מדינה. די מגילת העצמאות און די התקוה האט נאר א כחי ועוצם ידי וועם זיי דינען.

געלערנט האב איך אז די גאנצע שאלה איז נאר צו מ'דארף לוחם זיין פון אינעווייניג. אבער כו"ע מודי אז זיי זענען אפיקורסים און א חילול ה' נורא.

ברגע האמת זעהט מען נישט קיין התגשמות פון פסוקים פון גאולה נאר פון א ביטערע נסיון פון כוחי ועוצם ידי. דער אייבירשטער זאל טאקע העלפן מ'זאל בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח און צו די נבואה פון עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים. ושכבתם ואין מחריד און והייתי לכם לאלוקים.

דאס איז א דבר פשוט אין הלכה אז מינות און אידישע אפיקורסים זענען ערגער ווי גוים וואס דינען עבו"ז בשיתוף ווי די קריסטן.

די שיתוף פעולה וואלט געדארפט צוגיין -לכל הפחות- מיט די זעלבע ווייטאג און אפשיי ווי ווען שטעלט זיך פאר אז די פויפסט פון רוים און די וואטיקאן באקומען שליטה אויף ארה"ק.

זייערע סימבאלן וואלטן אונז געשטאכן די אויגן. זייער בעלות וואלט אונז וויי געטון עד דכדוכה של נפש.

אביסל התבוננות -קוק איך אן די ציונים כאטש ווי די קריסטן?

טוט מיר וויי זייער שלטון אויף ארה"ק?

אפיקורסים, 'אידן' וואס שניידן ארויס דעם אייבירשטען און די תורה אפיציעל', זענען אסאך ערגער ווי די קריסטן און די וואטיקאן.

ווען אפיקורסים און רוצחים שלאגן זיך צווישן זיך און ליידער זענען טויזענטער פארכאפט אויפן שטח.
זאל דער אייבירשטער אפהיטן גאנץ כלל ישראל פון ביידע זייטן.
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 1:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען אין תפילה פאר אחב"י בארה"ק - מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

זיי דיך מצייר אזא מעשה.

א רב אין א קהילה אין פלעטבוש (נאר א משל) וואס איז לכתחילה געווען א ארטאדאקסישער רב אבער איז קאליע געווארן און געווארן א רעפארמער. שפעטער זיך אנגעשלאסן מיט די ליבעראלע גרופעס אין די געגנט און ר''ל צוביסלעך געווארן א פשוט'ע כופר און אפגעלאזט אלעס. מיט די צייט האט דער פארדארבענער רב באוויזן צו צוביסלעך אפפירן זיין גאנצע קהילה.

זיי זענען געווארן ר''ל אפענע משומדים און אפילו געלאדענט קריסטליכע רעליגיעס צו קומען אין זייער 'שול' פארצולייגן זייער שיטה און גאר צוגעשטעלט א שטוב פאר זיי אין שול צו קענען דארט זיצן פערמענענט.

די שול האט לכתחילה געהייסן ''ביהמ''ד בית ה' אבער זיי האבן זיך געשעמט מיט דעם און אראפגענומען די ווערטער פונעם בנין און עס געטוישט צו "בית צור ישראל".

דער ראביי זייענדיג א גאר גוטע רעדנער און מיט קשרים צו די פעדעראלע אגענטורן האט ער כסדר באקומען די מייק ביי גרויסע פעדראלע פארזאמלונגען און דארט אויפגעטרעטן אלס 'דער הויפט אידישער ראביי' ר''ל און אין זיינע דרשות גערעדט אפענע כפירה. ס'איז געווען טראגי-קאמיש ווען דער גויאישע רעדנער האט גערעדט בעפאר עם און געענדיגט זיי דרשה מיט ''ג-ט בענטש אמעריקע אבער דער 'אידישער' ראביי האט אפילו בטעות נישט דערמאנט דעם שם ה'.

הערשט לעצטע וואך האט ער ר''ל ארויסגעשיקט שרעקליכע טוויט פאר מיליאנען מענטשן אז ''דער אייבירשטער האט אונז נישט אייביג געהיטן. מ'דארף אליין טון'' עפ''ל מאה פעמים.
-
למעשה זענען זיי אידן. מעג מען שטיין מיט זיי?

----

נאכנישט געווען אזא חילול ה' זייט די וועלט שטייט. אז מ'האט אפעציעל מיט 'מגילת העצמאות' אנאנסירט אז דער אידישער פאלק "ישראל" האט ר''ל אויסגעשניטן דעם אייבירשטען און אויסגעשפיגן זיין תורה. אלע עבודה זרה'ס און כפירות זענען באשיצט אין זייער לאנד. די סדום נארישקייט גרופעס פלאטערן ר''ל זייערע פענער אין דעם 'אידישען' לאנד. ס'נאך ערגער ווי ככל הגוים בית ישראל. די ראש הממשלה וועט דערמאנען דעם שם ה' אסאך ווייניגער ווי דער אמעריקאער פרעזידענט. די וואלוטע פון די מדינה וועט נישטאמאל אין חלום ארויפלייגן 'אין אייבירשטען מיר גלייבן' ווי ס'שטייט אויף די אמעריקאנע דוללער.

ווען גלית האט מנאץ געווען דעם אייבירשטען האט זיך דוד המלך אנגענומען אויף שמו המחולל און מיט גרויס גבורה עם געהארגעט.

ווער ס'האט געזעהן ביבי'ס טוויט פאר ראש השנה וועגן אומאן.

ביבי איז גלית, נישט דוד.

מיר שטייען אין תפילה פאר אונזערע ברידער אין א''י.
אבער
שטיין מיט מדינת ישראל איז די גרעסטע חילול ה' וואס ס'שייך. און דער אייבירשטער זאל אפהיטן אז דער מעמד אין בארא פארק זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן אזוי.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
ירחמיאל מאניש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2023 11:18 am

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירחמיאל מאניש »

די צעטיל פארט יעצט ארום
אטעטשמענטס
צריך להזהר!!!.jpg
צריך להזהר!!!.jpg (102.47 KiB) געזען 3993 מאל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.
[/quote]
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

תגובה דורך אורח הכבוד »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm

דערמאנט וואס פאלטיטשענער רב ז"ל האט פארציילט דעם רבין וויאזוי ער איז אנגעקומען צו סאטמאר, זייענדיג און איינע פון די שטאטען און די מתפללים האבן די ערשטע נאכט סכות נאכן דאווענען געגאנגען מאכען קידוש און די שוהל סוכה און ער האט געפרעגט מאי האי האבן זיי געזאגט אז אין אמעריקע מאכט קיינער נישט קיין סכות ביי זיך נאר מ'מאכט די ערשטע נאכט קידוש און די שוהל סוכה און נאכדעים גייט מען אהיים און שטוב צו די סעודה, ער איז געווארן אויפגעציטערט פון די פרעכע זילזול און א מצות עשה דאורייתא האט ער אויסגעקלאפט אז דאס איז אסור און מ'איז מחיוב צו עסן אלע 7 טעג אין א סוכה, האט אים איינעם איבערגעהאקט ער זאל ביטע נישט קומען דא איינפירען 'סאטמארע מנהגים'....

לענינו א איד זאגט היינט סימפל דיבורי אמונה "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" באשילדיגט מען אים שוין מיט 'סאטמארא אבסעסמענט'

זאת תפארתינו!..
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

די אלע בילדער פון פרומע חיילים גייען אויפן פראנט, און דאס געבן עסן פאר זיי, געבט דאס אנשטעל כאילו מיר שטיצן די אלע פעולות אין עזה, און לייגט אריין פרומע אידן איבער די וועלט אין א סכנה.

ביטע פארשפרייטס עס נישט , אפי' די ווילסט ווייזן מכלומרשט אהבת ישראל...

א דאנק
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:26 pm
די אלע בילדער פון פרומע חיילים גייען אויפן פראנט, און דאס געבן עסן פאר זיי, געבט דאס אנשטעל כאילו מיר שטיצן די אלע פעולות אין עזה, און לייגט אריין פרומע אידן איבער די וועלט אין א סכנה.

ביטע פארשפרייטס עס נישט , אפי' די ווילסט ווייזן מכלומרשט אהבת ישראל...

א דאנק
דאס איז די צרה בגשמיות,
וברחניות איז דאס איז א סכנה נוראה פון אראפנעמען די שנאה און עקל וואס א איד ברויך האבען צו די מדינה הטמאה און איר טמא'נע שמעלץ טאפ וואס איז מיוסד אויף אלע 3 עבירות חמירות רח''ל
ס'מיר א ווינדער אז מ'לאזט דא די אלע בילדער פון ס"ת, תפילין וכ''ו, איין שטיק גראבע צינות רח''ל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm
קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.
[/quote]
די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-10-12 153306.png
Screenshot 2023-10-12 153306.png (323.55 KiB) געזען 3124 מאל
Screenshot 2023-10-12 153415.png
Screenshot 2023-10-12 153415.png (292.07 KiB) געזען 3124 מאל
Screenshot 2023-10-12 153452.png
Screenshot 2023-10-12 153452.png (297.97 KiB) געזען 3124 מאל
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm

די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
דו האסט הערליכע פשטים, כ'בין נאר נייגעריג וואס האט מען אינזין געהאט אלע יארן ביז די מדינה איז געגרינדעט געווארן... מען האט זיך ווארשיינליך געמוטשעט צו דאווענען מיט כוונה...
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-10-12 155337.png
Screenshot 2023-10-12 155337.png (276.35 KiB) געזען 3102 מאל
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm
פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm
קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.

די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
[/quote]
הנ''ל איז פון @טשאדעלע באדעלע
יאפ. ער קומט אריין קלאר!

לגבי דיין תגובה,
ר' מנשה רייזמאן פון בעלזא זאגט ממש דיינע ווערטער https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false
לעצט פארראכטן דורך פאראויס אום דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:54 pm
.
https://donary.com/1740
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:52 pm
.
in drive...

https://drive.google.com/file/d/1bsRHur ... 5mSR-/view
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

איך הער אז עטליכע היימישע נגידים האבן בייגעשטייערט געלט פאר די קאמפיין...
4.jpg
4.jpg (317.69 KiB) געזען 2847 מאל
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

אה סאטמאר איז קאי וקים
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

רבן גמליאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:49 pm
איך הער אז עטליכע היימישע נגידים האבן בייגעשטייערט געלט פאר די קאמפיין...
4.jpg
מתפלל זיין דארף מען...
טעם לפגם
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:21 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם לפגם »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm
קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.
[/quote]
פרעגט מיר איינער צו איך האב שוין ארויס גענומען דעם ויואל משה נאכאמאל פון שאנק אין די יעצטיגע מצב, זאג איך אים "יעצט האב איך דאס צוריק געלייגט אין שאנק" יעצט דארף מען נישט קיין ויואל משה צו זעהן אז כחי ועוצם ידי והעברת פי ה' לא תצלח (קרעדיט י.וו.), יעצט דארף מען בלויז קוקען אויף די טרוקענע פאקטען, די צייט און די מצב רעדט פאר זיך אליין,
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישען טעם לפגםאין אלעמען,
ערמון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:19 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערמון »

ישיש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:55 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:49 pm
איך הער אז עטליכע היימישע נגידים האבן בייגעשטייערט געלט פאר די קאמפיין...
4.jpg
מתפלל זיין דארף מען...
אויך אינזינען האבן די נגידים..
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:53 pm
אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm

די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
דו האסט הערליכע פשטים, כ'בין נאר נייגעריג וואס האט מען אינזין געהאט אלע יארן ביז די מדינה איז געגרינדעט געווארן... מען האט זיך ווארשיינליך געמוטשעט צו דאווענען מיט כוונה...
עס זענען אייביג געווען מינים ואפיקורסים
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:53 pm
אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm

די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
דו האסט הערליכע פשטים, כ'בין נאר נייגעריג וואס האט מען אינזין געהאט אלע יארן ביז די מדינה איז געגרינדעט געווארן... מען האט זיך ווארשיינליך געמוטשעט צו דאווענען מיט כוונה...
אמאל ווען יעדע קעניג, פריץ, פאשא, גלח, משכיל, האט געארבעט איבערמידליך צו אפפירן אידן פון וועג האט מען פשוט געקענט אינזין האבן דעם לאקאלן זדון.... היינט אין א מלכות של חסד (...) האמיר אינזין די איינציגסטע לאנד ווי מען ארבעט שווער אווערטיים רונדע דעם יאר אפצושמד'ן אידן, מיט גזירות שונות ומשונות...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:31 pm
שדכן גדול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:26 pm
די אלע בילדער פון פרומע חיילים גייען אויפן פראנט, און דאס געבן עסן פאר זיי, געבט דאס אנשטעל כאילו מיר שטיצן די אלע פעולות אין עזה, און לייגט אריין פרומע אידן איבער די וועלט אין א סכנה.

ביטע פארשפרייטס עס נישט , אפי' די ווילסט ווייזן מכלומרשט אהבת ישראל...

א דאנק
דאס איז די צרה בגשמיות,
וברחניות איז דאס איז א סכנה נוראה פון אראפנעמען די שנאה און עקל וואס א איד ברויך האבען צו די מדינה הטמאה און איר טמא'נע שמעלץ טאפ וואס איז מיוסד אויף אלע 3 עבירות חמירות רח''ל
ס'מיר א ווינדער אז מ'לאזט דא די אלע בילדער פון ס"ת, תפילין וכ''ו, איין שטיק גראבע צינות רח''ל

גא"מ

באריכטעט איינס, אבער ווען עס קומט איינס נאכן צווייטן איז מיר שוין גרינגער נישט צו קוקן בכלל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:55 am

דא פון א וויזניץ'ער איד:
'אהבת איזראעל' (פון מינוט 24 און ווייטער)
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4465

פון מינוט 12:
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4677
Screenshot_20231013-112845_WhatsAppBusiness.jpg
Screenshot_20231013-112845_WhatsAppBusiness.jpg (361.33 KiB) געזען 2221 מאל

-
ער טענה'ט גראדע אז ס'איז אן עכט אגודה'סטישער שמועס און אויסגעקאכטע סאטמערע אידן זענען נישט געווען צופרידן...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

איך מיין נישט פאסיג צו לייגען די ריקארדינג אין פאבליק
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אראפגענומען
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”