מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:53 pm
אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm

די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
דו האסט הערליכע פשטים, כ'בין נאר נייגעריג וואס האט מען אינזין געהאט אלע יארן ביז די מדינה איז געגרינדעט געווארן... מען האט זיך ווארשיינליך געמוטשעט צו דאווענען מיט כוונה...
הילעריאס……. אמאל איז עס געווען די בבליים, נאכדעם די פרסיים נאכדעם די יוונים, נאכדעם די רומיים. לערן היסטאריע.
יעצט מיינט דאס די ציונים. איך זאג נישט פשט, דאס איז פשוט טייטש בימינו
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3698
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אידיאט האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:00 pm

דאס פרעג איך, פון די רומיים ביז ציונים איז וואס געווען? דו ווייסט עס זענען געווען פילע אידן און פילע זמנים וואס האבן געלעבט רואיג אונטער ממשלות און נישט געוויסט פון קיין מלכות הרשעה צו זאגן. וואס האבן זיי אינזין געהאט?

פאר דיראיז דאס פשוט פשט... אה, שוין א צווייטע מעשה.
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:04 pm

מן הארץ געווענליך מיינט עס ארצנו הקדושה, סא ווער סהאט געוועלטיגט דארט זינטען חורבן איז אריינגערעכנט אין מלכות הרשעה. צדיקים זענען זיי קיין איינס נישט געווען

אידיאט האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:09 pm

אהא, שיינע פשט.

א לעכטיגן שבת, בשורות טובות.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

איינער האט געפרעגט סאטמאר רבין די דברי יואל זצ"ל, ווען נישט די ציונים ווער גייט קער נעמען פון די אראבער.
האט ער אים צוריק געפרעגט ווען דו זאגסט וכל המינים כרגע יאבדו, ווער גייט קער נעמען פון די אראבערס, א רגע ארום,
די זעלבע באשעפער
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע:בין כתה לעשור

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

נקודה למחשבה

די גאנצע רעיון הציונות איז אינז אוועק צו נעמען פונעם אמונה אז אלעס איז פון אויבן אין ווען עס קומט א טראגעדיע חלילה איז ווייל דער אויבערשטער וויל אינז זאלען תשובה טוהן

נאך די ביטערליכע צווייטע וועל קריג ווי מליאנער אידן זענען ליידער אמגעקומען אנשטאט צו זיך אמקערן צום באשעפער אין די טראגעדיע זאל דונען אלטס א דערמאנונג תשובה צו טוהן האבן די ציונים פארדרייט די קעפ אז די סיבה וואס עס איז געשען איז וויבאלד אינז האבען נישט קיין אייגנע מדינה, מילעטער וכו’

די זעלבע זאך דא אין ליידער אסאך פרומע אידן גייען מיט’ן דעת אז די סיבה פארוואס עס איז געקומען די שוידערליכע אטאקע איז ווייל מען דארף זיי אויסראטען אין מדארף א מילעטער, אין פארגעסן פון דעם אז אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים...

לאמיר זיך מחזק מיט דעם זיין אז ”כִּי אַתָּה ה' בָּאֵשׁ הִצַּתָּהּ, וּבָאֵשׁ אַתָּה עָתִיד לִבְנוֹתָהּ” נאר דער אויבערשטער קען אין וועט אינז ארויסנעמען פון גלות בב”א
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.

(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)

מיין לייבערי
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ישיש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:55 pm
רבן גמליאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:49 pm
איך הער אז עטליכע היימישע נגידים האבן בייגעשטייערט געלט פאר די קאמפיין...
4.jpg
מתפלל זיין דארף מען...
מתפלל זיין פאר איזראעל?!? רחמנא לצלן....
מתפלל זיין פאר אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה!!!!
אבער פאר די כלומרשטע פארזארגערס פון כלל ישראל די וואס ברענגען אן אלע צרות?????
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm
פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm
קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.
די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
@אידיאט ... כשמו כן הוא...

ווי זעסטו דא א תעביר ממשלת זדון?? להעביר גילולים מן הארץ??..

ליידער ליידער שטייט נאך די מדינה און קיין שום ממשלת זדון איז נישט אוועקגעגאנגן...

די איינציגסטע זאך וואס איז יעצט געשעהן איז א פראגראם אויף אידישע קינדער! א שחיטה אויף אידישע נשמות!

אנשטאט זיך אויפצוכאפן אז די באשעפער וויל עפעס פון דיר, טרעפסטו תירוצים...
די רמב״ם זאגט שוין אויף דעם, הרי זה מידות אכזריות...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
גיבור
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 6:17 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבור »

פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:55 am
מיר שטייען אין תפילה פאר אחב"י בארה"ק - מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

ס'איז נישט סאטמאר.
דא פון א וויזניץ'ער איד:
'אהבת איזראעל' (פון מינוט 24 און ווייטער)
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4465

פון מינוט 12:
https://www.yiddish24.com/miscellanies/118/4677

און דא פון א בעלזער איד. ר' מנשה רייזמאן, געזאגט די וואך: https://www2.kolhalashon.com/#/regularS ... -1/0/false

אלע צדיקים הקודמים פון וועם מיר שטאמען האבן לוחם געווען קעגן מזרחי און זענען געווען קעגן די ציונים.

ס'איז נישט דא קיין חילוקי דעות אז די מדינה איז נתייסד געווארן על ה' ועל משיחו. ככל הגוים בית ישראל ר"ל. מ'האט אויסגעשניטן דעם אייבירשטען און זיין תורה פון די 'אידישע' מדינה. די מגילת העצמאות און די התקוה האט נאר א כחי ועוצם ידי וועם זיי דינען.

געלערנט האב איך אז די גאנצע שאלה איז נאר צו מ'דארף לוחם זיין פון אינעווייניג. אבער כו"ע מודי אז זיי זענען אפיקורסים און א חילול ה' נורא.

ברגע האמת זעהט מען נישט קיין התגשמות פון פסוקים פון גאולה נאר פון א ביטערע נסיון פון כוחי ועוצם ידי. דער אייבירשטער זאל טאקע העלפן מ'זאל בקרוב זוכה זיין צו ביאת המשיח און צו די נבואה פון עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלים. ושכבתם ואין מחריד און והייתי לכם לאלוקים.

דאס איז א דבר פשוט אין הלכה אז מינות און אידישע אפיקורסים זענען ערגער ווי גוים וואס דינען עבו"ז בשיתוף ווי די קריסטן.

די שיתוף פעולה וואלט געדארפט צוגיין -לכל הפחות- מיט די זעלבע ווייטאג און אפשיי ווי ווען שטעלט זיך פאר אז די פויפסט פון רוים און די וואטיקאן באקומען שליטה אויף ארה"ק.

זייערע סימבאלן וואלטן אונז געשטאכן די אויגן. זייער בעלות וואלט אונז וויי געטון עד דכדוכה של נפש.

אביסל התבוננות -קוק איך אן די ציונים כאטש ווי די קריסטן?

טוט מיר וויי זייער שלטון אויף ארה"ק?

אפיקורסים, 'אידן' וואס שניידן ארויס דעם אייבירשטען און די תורה אפיציעל', זענען אסאך ערגער ווי די קריסטן און די וואטיקאן.

ווען אפיקורסים און רוצחים שלאגן זיך צווישן זיך און ליידער זענען טויזענטער פארכאפט אויפן שטח.
זאל דער אייבירשטער אפהיטן גאנץ כלל ישראל פון ביידע זייטן.
איך ווייס נישט אויב עס איז כדי ארויפברענגן א נושא וואס עס איז פארבאטן ארויפצוברענגען די אנדערע זייט..
“If you are kind to the cruel, you will end up being cruel to the kind.”
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אויף הנ''ל איז נישט קיין אנדערע זייט. אויסער ביי מזרחי.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

אדער וועם מ'פארלירט דעם קאפ בשעת ס'איז הייס.

די חצרות הקודש וואס פארלירן יעצט דעם קאפ האבן זייערע פריערדיגע רבי'ס געזאגט הלל אין תש''ח. רוב פון זיי מאכן א שווייג דערפון..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8604
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פאראויס האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:23 pm
אדער וועם מ'פארלירט דעם קאפ בשעת ס'איז הייס.

די חצרות הקודש וואס פארלירן יעצט דעם קאפ האבן זייערע פריערדיגע רבי'ס געזאגט הלל אין תש''ח. רוב פון זיי מאכן א שווייג דערפון..

וואס זאלעך טוהן אז דער סיסטעם ערלויבט נאר צו געבן איין לייק...?!

נאדיר

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

איך זע נישט די תאות הציונות ברענען אין די גאסן אויב עפעס איז געווארען קלארער אז כחי ועוצם ידי ארבעט נישט. וויפיל תינוקות שנשבו האבן אנגעהויבן טהון עםעס א מצוה די וואך ווייל זיי זעהען אז אז אין עוד מלבדו!!

אין אויב איז יא דא אזעלכע וואס שרייען אינז גייען ווייזען פאר די שונא אז אינז זענען שטארק. (סאיז מיך אפילו נישט מושך צו טראכטען אזוי) פארגעס נישט אז סאיז גרינגער צו זען, אין חוזק מאכן פון יענעם'ס חסרון אמונה.

אויב איך זע עס ביי זיי, זאגט די בעל שם טוב קוק אריין אין מיך ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין ארבעט, ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין שטוב?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:53 pm
איך זע נישט די תאות הציונות ברענען אין די גאסן אויב עפעס איז געווארען קלארער אז כחי ועוצם ידי ארבעט נישט. וויפיל תינוקות שנשבו האבן אנגעהויבן טהון עםעס א מצוה די וואך ווייל זיי זעהען אז אז אין עוד מלבדו!!

אין אויב איז יא דא אזעלכע וואס שרייען אינז גייען ווייזען פאר די שונא אז אינז זענען שטארק. (סאיז מיך אפילו נישט מושך צו טראכטען אזוי) פארגעס נישט אז סאיז גרינגער צו זען, אין חוזק מאכן פון יענעם'ס חסרון אמונה.

אויב איך זע עס ביי זיי, זאגט די בעל שם טוב קוק אריין אין מיך ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין ארבעט, ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין שטוב?
עס איז קלאר דא א פרעשור אין די היימישע גאס
To stand with Israel
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:53 pm
איך זע נישט די תאות הציונות ברענען אין די גאסן אויב עפעס איז געווארען קלארער אז כחי ועוצם ידי ארבעט נישט. וויפיל תינוקות שנשבו האבן אנגעהויבן טהון עםעס א מצוה די וואך ווייל זיי זעהען אז אז אין עוד מלבדו!!

אין אויב איז יא דא אזעלכע וואס שרייען אינז גייען ווייזען פאר די שונא אז אינז זענען שטארק. (סאיז מיך אפילו נישט מושך צו טראכטען אזוי) פארגעס נישט אז סאיז גרינגער צו זען, אין חוזק מאכן פון יענעם'ס חסרון אמונה.

אויב איך זע עס ביי זיי, זאגט די בעל שם טוב קוק אריין אין מיך ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין ארבעט, ווי האלט איך מיט כחי ועוצם ידי אין מיין שטוב?
חוזק מאכן?
ווער רעדט פון חוזק מאכן? מ'רעדט כדי מ'זאל אליין נישט נאכגעשלעפט ווערן. די געפילן נאך די שרעקליכע טעראר פאראם פון די רוצחים, און די ווינט און מצב און גאס, שלעפט אריין זיך צו שפירן אויף די זייט פון די מדינה און וועלן ח''ו זעהן זייער הצלחה און נקמה. די בילדער -אויך דא אויף אייוועלט- ווי ס'פלאקערט אין עזה וכו'.
גארנישט אזוי פשוט צו האלטן די קאפ גראד!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

גראדע שכל האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:42 pm
אידיאט האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 3:35 pm
פאראויס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 2:56 pm
קעפל: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:48 pm

נעכטן נאכט רעדנדיג מיט עימיצן איבער די שרעקליכע נייעס און מיסטעריעזע סוקסעסן דורך די טעראריסטן, אויספירנדיג "אם ה' לא ישמר עיר שוא שקד שומר" רופט ער זיך אן "אקעי, סטאפ מיט דעי סאטמארא אבסעסמענט".. חח.

נישט אז מדנ"י שטייט אויף פראפאגאנדע, און אז יעצט קומט פאר א רוסלאנד/אוקריינא סארט אויסשפיל. און נישט אז די טעראריסטן זענען בעצם יא מער אהערגעשטעלט ווי מען האט געמיינט ביז היינט. ניין, אין פאקט איז די מדינה טאקע יא פון די סאמע פארגעשריטנסטע לענדער אויף די וועלט, מיט די מערסט אהערגעשטעלטע שפיאנאזש, אין א געוויסן זין נאך מער ווי אמעריקא און אנדערע וועלטס גרויסמאכטן. ומצד שני זענען די פאלעסטינע רוצחים גארנישט מער פארגעשריטן ווי מען האט געמיינט ביז היינט.

מ'קען זוכן הסבירים און פראבירן אנצופילן די לעכער, עס וועט אבער קיין סאך נישט העלפן. די אטאקע האט געכאפט אין סופרייז נישט נאר די ציוניסטישע מדינה, נאר האט אויפגעשאקלט אלע לענדער מסוף העולם ועד סופו. אן התגלות אלוקית געהעריג. די פסוק "לא האמינו מלכי ארץ וכל ישבי תבל כי יבא צר ואויב בשערי ירושלים" האט באקומען א היינטיגע באדייט, אפאר ראצערדיגע טעראריסטן, מיט קיין שום ערפארונג אין היינטיגע תכסיסי מלחמה האבן צובלאזן די שטאלץ פונעם "כוחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה".

ווען איך האב אים דערמאנט די דברי כפירה פון ביבי נתניהו בלויז עטליכע וואכן צוריק בנוגע אומאן, א ציטאט וואס מען טאר ניטאמאל איבערשרייבן, האט ער זיך אויפגערעגט. איך וואונדער מיר פארוואס ער איז יא ברוגז געווארן ווען דער גרויסער ענדרו קאומאו האט גערעדט ענליכע ווערטער, ווען ער איז געפלויגן פון זיין בענקל נישט לאנג דערויף האט ער יא פארשטאנען אז זיינע דברי כפירה האט עס צושטאנד געברענגט? אמונה ודיעות איז עפעס אזאך וואס איז אויף בארג? זאג דו מיר, ווער האט אן אבסעסמענט צו וואס?

די שווערסטע טעג השקפה'אויס, איז די קומענדיגע טעג, ווען די רייץ פון נקמה קעגן פארגיסן אידיש בלוט איז עפעס אויף וואס יעדער אידיש נפש ליידט אויף. עס איז כדי נאכאמאל צו לערנען די הקדמה פונעם ספר על הגאולה. און מ'ברויך וויסן אז די ריכטיגע נקמה וועט זיין דעם "נקום לעינינו" אויף וואס מיר בעטן שוין אזוי לאנג.
די ביזט ריזיג!
איך שריי די זעלבע.
דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר זיין כבוד. קאומא און ביבי. צוויי שונאי דת און כופרים ימ''ש

איך פרעג איינער וואס איז געווען זייער אויפגעשאקלט, וויאזוי קען דעס זיין? זאג איך אים, מהאמיר יעצט געבעטען די פאלגענדע תפילות און מבעט אגאנץ יאר די רעשט, די גלייבסט נישט אין דיינע תפילות.
כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ!
ועולתה תקפץ פיה.
וכל הרשעה כעשן תכלה מיינט מען די ציונים, בעשן מיינט מען די אראבער
על כסאו לא ישב זר!!!! רבש''ע
להעביר גילולים מן הארץ
וכהנה רבות

מענטשען טראכטען נישט וואס מבעט אויף, וועם האסטו געמיינט ביי ממשלת זדון? בבל? יון? קאם אן
@אידיאט ... כשמו כן הוא...

ווי זעסטו דא א תעביר ממשלת זדון?? להעביר גילולים מן הארץ??..

ליידער ליידער שטייט נאך די מדינה און קיין שום ממשלת זדון איז נישט אוועקגעגאנגן...

די איינציגסטע זאך וואס איז יעצט געשעהן איז א פראגראם אויף אידישע קינדער! א שחיטה אויף אידישע נשמות!

אנשטאט זיך אויפצוכאפן אז די באשעפער וויל עפעס פון דיר, טרעפסטו תירוצים...
די רמב״ם זאגט שוין אויף דעם, הרי זה מידות אכזריות...
שכח פאר די פערזענליכע אטאקע און פארן מיך רופן אן אכזר, זייער צו די זאך.
כאניש קיין מושג וואס די ווילסט. עס זעט נישט אויס אז די ביזט אינטערעסירט בכלל צו הערן, סא שווייג איך.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

כ'מיין ער האט דיך פלעין שלעכט פארשטאאנען. און צו דערצו אויפגעשטאנען אין א שלעכטע מוד.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

נעכטען ביי של״ס האט הגה״צ אב״ד סאטמאר קרית יואל (מהר״יי) גערעדט פון דעם חובת השעה.
איך האב דאס ערשטע מאל פארשטאנען וואס ״דברים קילורין לעיניים״ מיינט.
בקיצור נמרץ האט ער ארומגערעדט פון צוויי כתות פון כלל ישראל. איינס וואס וייסט אז דער גזירת הגלות איז א שליחות און נישט קיין גירושין חלילה און ווארט אויף די גאולה, און ווייסט אז יעדע זאך וואס האט צו טוען מיט די גאולה האר אויסדרוקליך נאר מיטן אייבירשטען און יעדע משהו מעשה בני אדם איז אסור,
און די אנדערע כת וואס פארגעסט און פרובירט זיך מאכן א לעבן פאר זיך און אליין ארויסגיין פון גלות, וואספארא צרות רח״ל דאס קען ברענגען אויף אלע שונאי ישראל….
די איינציגסטע שמירה און זכות וואס מיר האבן איז נטרונא דאס אז אונז ווארטן יא, און דאס אז סאיז נאך דא א פאר יודן וואס האלטן זיך צו דעם איז מגין אויף די גאנצע וועלט.
האפנטליך איז עס רעקארדירט געווארן.
חזקו ואמצו
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

אידיאט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:31 pm
נעכטען ביי של״ס האט הגה״צ אב״ד סאטמאר קרית יואל מהר״יי גערעדט פון דעם חובת השעה.
איך האב דאס ערשטע מאל פארשטאנען וואס ״דברים קילורין לעיניים״ מיינט.
בקיצור נמרץ האט ער ארומגערעדט פון צוויי כתות פון כלל ישראל. איינס וואס וייסט אז דער גזירת הגלות איז א שליחות און נישט קיין גירושין חלילה און ווארט אויף די גאולה, און ווייסט אז יעדע זאך וואס האט צו טוען מיט די גאולה האר אויסדרוקליך נאר מיטן אייבירשטען און יעדע משהו מעשה בני אדם איז אסור,
און די אנדערע כת וואס פארגעסט און פרובירט זיך מאכן א לעבן פאר זיך און אליין ארויסגיין פון גלות, וואספארא צרות רח״ל דאס קען ברענגען אויף אלע שונאי ישראל….
די איינציגסטע שמירה און זכות וואס מיר האבן איז נטרונא דאס אז אונז ווארטן יא, און דאס אז סאיז נאך דא א פאר יודן וואס האלטן זיך צו דעם איז מגין אויף די גאנצע וועלט.
האפנטליך איז עס רעקארדירט געווארן.
חזקו ואמצו
ער רעדט געווענדליך זייער קלאר.

אבער עס איז דא מער ווי צוויי כיתות און כלל ישראל אין די נושא ואכהמ"ל.
ביי ביי.
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

דברות קודש מאת הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים הרב חיים הערש שליט''א
בס''ג פ' בראשית בביהמ''ד הג' וויליאמסבורג

https://drive.google.com/file/d/1P7vz7K ... p=drivesdk
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

@טשאדעלע באדעלע קומט אריין קלאר און קראנט ווי שטענדיג.
קעפל: ר' איד, אייערע רביס האבן אנדערש געהאלטן!
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:17 pm
מ'שטייט קוים א וואך נאך די שוידערליכסטע טראגעדיע ביי כלל ישראל אין צענליגע יארן. אין די ביזנעס וועלט איז פארהאן אזא סארט זאך אז יעדע שטיקל צייט, איינמאל א יאר לאמיר זאגן, זעצן זיך די אנפירער אוועק צו זעהן וואס דער מצב איז. נישט ווי די געווענליכע קאארדענאציע זיצונגען זעכערצומאכן אז זאכן פארן כשורה, אז יעדער איז אויפן זעלבן בלאט וכו'. די איינמאל אין א לענגערע תקופה'דיגע זיצונג איז מער דער ברייטער בילד. מאכט מען געלט, אדער נישט? האט זיך געלוינט משקיע צו זיין אזויפיל?

ווען מ'האט געעפענט די ביזנעס און פארגעלייגט פאר אינוועסטירער דעם פלאן האבן זיי נישט געהאט צופיל שאלות פארצושטעלן אויסער די געווענליכע כללים אויף וואס מען קוקט ביים עפענען א ביזנעס. טעותים קומען אבער נאר נאך מיט די צייט. פארהאלטן די ביזנעס פירער אויף טעותים קען מען נאר נאך וואס די ביזנעס איז שוין אדורך עטליכע סעזאנס.

נאכן צווייטן קריג איז דער נסיון געווען געפערליך. אידן זענען געווען צושמעטערט, רוב רובם פון כלל ישראל האבן נישט געהאט קיין פולשטענדיגע דאך איבערן קאפ. מ'האט פארלוירן אלעס וואס מ'האט געהאט. קומט א UN און שענקט א מדינה פאר די ציונית'טישע באוועגונג, "דא וועלן אידן קענען וואוינען רואיגערהייט". ס'איז באמת שווער געווען צו טראכטן אנדערש. איז בכלל פארהאן א צווייטע אפציע? זאלסטו אים ווען פארשטעלן וויזוי אידישקייט אין אמעריקא וועט אויסזעהן אין 80 יאר ארום וואלט ער דיר נישט געגלייבט. אמעריקא האט קוים געהאלטן ביים זיך אריינמישן אינעם קריג, וואס רעדט איר שטותים..

מ'האלט יעצט נאך אכציג יאר וואס עס איז פארהאן א מדינת ישראל. ס'איז צייט זיך אוועקצוזעצן און מאכן אן אסיפה. פראקטיש גערעדט. האט זיך דאס געשעפט געלוינט, אדער נישט?

אין א"ג פרידנ'ס צייטן, ערגעץ צווישן די בחירות, ווען דו שטעלסט אפ איינער וואס איז זיך משתתף אין די וואלן און הייבסט אים אן פארלייגן שאלות, וועט ער דיר אין ארגעסטן אדער און בעסטן פאל ענטפערן "מיינע רביס האבן אנדערש געהאלטן".

אהן בכלל אריינגיין אין די נושא פון בחירות, פארוואס ס'איז געווען חילוקי דיעות, צווישן וועם און וועם און פארוואס, ווייסן זיי אבער נישט אז זיי זענען שוין לאנג מחילוק מיט זייערע רביס. אמת אז ווען עס איז געקומען צו די בחירות וכדו' איז געווען פארשידענע דיעות אין יענע צייטן. "ציונות" (נאציאנאליזם) איז אבער געווען חזר טריפה ביי אלע אונזערע רביס. קיינער איז נישט מחולק אז דער קליפה פון "נאציאנאליזם" האט אנגעזייט די גרעסטע חרבנות אין אייראפעאישע שטעט דורכאויס די לעצטע פאר צענליגע יארן בעפאר די צווייטע וועלט קריג. "אגודת ישראל" האט זיך נאר געגרינדעט מלחמה צו האלטן קעגן דעם רעיון. און נאציאנאליזם מיינט "אונז האמער א לאנד". "אונז האמער א מיליטער". "מיר וועלן זיי ווייזן".

אמאל איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א חשובער איד אין וומסב"ג, נישט קיין סאטמאר'ער (שיין געזאגט), בנוגע די בחירות. נישט קיין יונגערמאן, איינער וואס ווייסט שוין עדוואס יא וואס ער רעדט. האט ער גע'טענה'ט אז ער זעהט נישט מיט וואס סאטמאר רב זי"ע האט מער פיינט געהאט די ציונים ווי למשל קלויזנבורגער רבי זצ"ל. און ער צייגט מיר עטליכע מאמרים וויזוי דער רבי (קלויזענבורגער רבי זי"ע) פלאקערט קעגן דעם ממשלת הכופרים, צווישן זיי אז ווער עס זאגט אז זיי זענען אונזערע "מצילים" דריקט ער זיך אויס זייער שארף. דער באקאנטער משל פון "דער צינדער דער לעשער" וואס יעדער מיינט אז סאטמאר רב איז אויפגעקומען מיט דעם משל.. קלויזנבורגער רבי זצ"ל לייגט דאס אראפ אזאנס זאפטיג. ער גייט צוריק צו דעם צווייטן וועלט קריג, און ברענגט ארויס דאס אז נישט נאר האבן ציונית'טישע פאליטישע פארטרעטער נישט געזוכט צו העלפן ראטעווען אידן, פארקערט זיי האבן גאר געשטערט דאס אפשטעלן אידישע טראספארטן וואס רבי מיכאל בער זצ"ל האט געארבעט צו ראטעווען. (דער קלויזנבורגער רבי איז געווען א שוואגער מיט ר' מיכאל בער זצ"ל.) און אזוי ווייטער זייער שנאה צו ערליכע אידן, און אז זיי, די כופרים, האבן אונז נאך מער פיינט ווי זיי האבן פיינט אונזערע עכטע שונאים. (ס'איז כדי אליינס נאכצוקוקן, לוגמא אין קונטרס "אמרי יציב" מאמר י"ג. עי"ש.)

זיין נקודה איז אז ס"ה האט ער (קוילזנבורגער רבי זצ"ל) נישט געהאלטן פון דאס ארויסקומען קעגן דעם ממשלת הכופרים "לצאת במלחמה ולהפגין ברחובות" (כלשונו). ווידער סאטמאר רב, ער האט יא געהאלטן פון פירן א מלחמה קעגן דעם מלכות המינים בקול מחאה. פיינט געהאט דעם מדינה (ציונות) האבן זיי אבער ביידע געהאט. כ'הער.

און ער פירט אויס אז אמת סאטמאר רב האט געהאלטן אז מיטן גיין צו די בחירות, נעמען געלט וכו', וועט מען עווענטועל ווערן פארכאפט און זיין איינס מיט די רשעים. נו, "אונזער רבי האט אבער אנדערש געהאלטן", און ער זאגט מיר קוק אהער, איך לערן נאך מיינע רביס תורות, איך גיי צו די בחירות, מוסדות נעמען יא געלט, וכו', און איך בין מיט דיר אויף איין בלאט לגבי דעם ממשלת הכופרים אז ס'איז א מרידה במ"ש.

און ער איז בעצם גערעכט. ווי אנגעהויבן, ציוניזם איז נישט געבוירן געווארן אין תש"ח. דעמאלטס האט עס ס"ה באקומען א זיגל. אויף דעם עצם רעיון איז קיין חילוקי דיעות נישט געווען, מיר אלע זענען תלמידים פון רביס און אייניקליך פון זיידעס וועלכע האבן אדורכגעשוויצט דעם ניסיון. ווען דער מדינה איז געגרינדעט געווארן, איז בס"ה צוגעקומען א שווערן שלב צום טמא'עם געדאנק, אז וואס? אז ס'איז מער נישט קיין געדאנק, נאר א פאקט. און ליידער האבן די כופרים מצליח געווען און אהערגעשטעלט א ממשלה.

א"כ, מיט וואס זענען מיר דען יא מחילוק?

עס האט פאסירט א שרעקליכע שחיטה, דער ארגסטער פאגראם פאר אידן זינט דער צווייטער וועלט קריג. יעדער איד ווערט אויפגעשאקלט און דערציטערט. עס איז אבער פארהאן מער ווי איין שפראך וואס מ'הערט אויף די גאס. איך טרעף דעם זעלבן איד יעצט, עטליכע יאר שפעטער, און איך פרעג אים וואס ער זאגט אויפן מצב. און זיין ענטפער איז "זאלן זיי אריינגיין אהין פלאך מאכן דאס פלאץ. והיתה תל עולם לא תבנה עוד. הרג'נען וואס און וויפיל עס לאזט זיך. איינמאל פאר אלעמאל. הי"ד!"

איך זיץ יעצט מיט אים דא ביים אסיפה. איך וויל פראקטיש-ווייז וויסן וויזוי ער קוקט עס אן. די מדינה איז נישט היינט געגרינדעט געווארן, עס האט שוין אין פאקט א אכציג יעריגע היסטאריע. אויב איז דער מדינה געבויעט געווארן מיט א ציל, וואס איז צו באשיצן אידן פון די וואס ווילן זיי הרג'נען, זאג דו מיר, איז דער ציל פון אכציג יאר צוריק ערייכט געווארן?

און דער ענטפער אויף דעם איז, עס ווענד זיך וועם מ'פרעגט. אויב זעהט מען דעם אידישן פאלק גארנישט אנדערש ווי די אנדערע פעלקער, ככל הגויים בית ישראל, און פונקט ווי זיי האבן א לאנד האבן אידן אויך.. איז דער מדינה א סוקסעס. זיי האבן א לאנד, אין א געוויסן זין א וועלטסמאכט. זייער מיינונג שפילט א ראלע איבעראל, א אייגענע עקאנאמיע, א העכסט פארגעשריטענע מיליטער, בעסטע שפיאנאדזש, געווינען אלע זייערע מלחמות. קוק נאר וויזוי אמעריקא ריאגירט יעצט צו די אטאקעס. איבעראשענד! אזוי שטארק צו רעדן, א דעמעקראט, קיינער האט דאס נישט ערווארטעט. אוואדי איז די מדינה א סוקסעס. כ'הער, דאן וועסטו אבער מיזן מודה זיין עפעס אנדערש. און דאס איז אז "בלוט" איז געווען און איז נאכאלטס א וויכטיגע זאך אנצוקומען צו סוקסעס.

ווען דו וועסט פרעגן סיי וועלכער גענעראל פון סיי וועלכער לאנד וואס שיקט סאלדאטן אויפן שלאכטפעלד איינצונעמען שטחים, צו סתם אזוי פארטייטיגן דאס לאנד, היתכן ער שטעלט איין דאס לעבן פון זיינע סאלדאטן, וועט זיין ענטפער זיין אז אוואדי וויל ער נישט זיינע סאלדאטן זאלן גע'הרג'ט ווערן, וואס זאל ער אבער טאן. דאס איז דער פרייז פון מלחמה. א לאנד וואס וויל פארטייטיגן זייער רעכט מיז וויסן אז עס קען קאסט בלוט.

און דאס גענוי איז געווען דער חשבון פון די ציוני'טישע באוועגונג בשעת די צווייטע וועלט קריג (און בעפאר דעם). נישט אז זיי האבן געוואלט אז עס זאל קאסטן אידיש בלוט, ס"ה איז דאס די איינציגסטע וועג אהין. "רק בדם תהיה לנו הארץ" איז געווען א שיטה!

וואס, די מדינה יעצט האט דען געוואלט די טראגעדיע זאל פאסירן? ניין, נישט דאס איז וואס איך זאג. הגם עס איז פארהאן גאנץ גוטע באווייזן וואס זאל שטיפן צו גלייבן אזא טעאריע, קויף איך עס נישט אפ, מיין מיינונג איז דאס .

דאס איז אבער א כלל אין פאליטיק. אין אמעריקא היינט קענען ריפאבליקאנער באשטיין די עקאנאמיע זאל קראכן אינטער ביידען. וכן פארקערט, אינטער טראמפ קענען דעמעקראטן באשטיין ס'זאל פאסירן עפעס א טעראר אטאקע. ממש אזוי? יעדער זוכט זיך אליינס אינטערצוברענגען? דער דעמעקראט איז עכט מסכים אמעריקאנער זאלן גע'הרג'ט ווערן? דער ענטפער אויף דעם איז אז ניין, אבער אזוי ארבעט עס. צו קענען געווינען מיין פיינט מיז מען באצאלן א פרייז. און דאס איז געווען דער חשבון מיט די ציונית'טישע באוועגונג. זייער ציל איז דען געווען אידן זאלן גע'שחט'ן ווערן? נישט ממש.. דאס איז אבער די איינציגסטע מהלך געווען.

די לעצטע אכציג איז א סוקסעס. איי ס'האט נארוואס פאסירט אזא שרעקליכער שחיטה? נו, דאס איז דער פרייז פון א מדינה. אמאל איז עס אמעריקא וואס מאכט מיט א 9/11, אמאל אין פראנקרייך א טעראריסט מיט א טראק, און אמאל איז עס מדינת ישראל וואס מאכט אדורך א שחיטה שבת שמחת תורה. ס'איז אבער דער זעלבער געדאנק. וואס איז דער עצה דערצו? מלחמה! איי ס'גייט נאר קאסטן נאך לעבנס? נו, דו ביסט א לאנד, אדער נישט? אויב יא איז דאס דער פרייז!

די נעבעכ'דיגע וויינעריי נאכן צווייטן וועלט צו די UN, אז מ'זאל אונז שענקען דעם שטח, מ'האט אונז גע'שחט'ן און גע'רצח'ט.. שפילט זיך איבער היינט גענוי. די וועג וויזוי זיי שיקן ארויס בילדער פאר די אמעריקאנע רעגירונג און אנדערע, מ'קעש'ט גלייך אויס דעם גאנצן טראגעדיגע אויף "לאנדס צוועקן". ס'איז "פעי בעק טיים". פונקט ווי אמעריקא האט געהאט נאך 9/11. אונז אידן האבן אויך. און מיט אזא חשבון איז ר' מיכאל בער זצ"ל טאקע נישט גערעכט געווען..

מיר ווייסן אבער אלע דעם אמת אז דאס אלעס איז שקר. מינות ואפיקורסות. אידן זענען נישט קיין פאלק "ווייל זיי האבן א לאנד". אידן זענען א פאלק, ווייל זיי האבן באקומען א תורה. "היום נהיית לעם". נאר מיט דעם און נאר וועגן דעם. "אתה בחרתנו מכך העמים וכו' ורוממתנו בכל הלשונות וקדשתנו במצותיך". דאס איז עס. מיט דעם האט זיך דאס פאלק אנגעהויבן און דא האלטן מיר דערזייט.

אלא מאי, דער ענטפער אויף די שאלה (צו די לעצטע אכציג יאר איז געווען א סוקסעס צו נישט) איז נישט אזוי. ווייל קיין שום ערליכער איד וועט אזוי קלערן חלילה. מיר ווייסן אז קיין שום אידיש נפש איז ווערד אפילו א מילאן גויים. מ'טאר זיך ניטאמאל מוסר נפש זיין אויף מצוות אין די תורה, נאר אויף די ג' עבירות חמירות און על קדש"י. אין אונזער תורה שטייט "וחי בהם", ווי דער רמב"ם פסק'ט איז אן איסור דאורייתא זיך צו לאזן הרג'נען אויף אנדערע זאכן.

די לעצטע 80 יאר האט אונז די מדינה געקאסט צענליגע טויזענטער אידישע קרבנות. מילאנען אידן ווערן ערצויגן לשמד. עקירת הדת אויף די גערסטע פארנעם. די ארגסטע פאלץ דורכאויס תקופת קאראנע איז געווען פאר ערליכע אידן א"י. ס'איז קיינעם קיין סוד.

זיי האבן געווינען אלע מלחמות, אלזא, וואו איז שוין דער ישועה? עזה זאל פלאך ווערן! ווען מ'פרעגט אים וועגן צפון ענטפערט ער "דערווייל זענען זיי שטיל". און וואס טוט זיך מיט קאר אטאקעס? מעסער אטאקעס? שיסערייען? ווי כאילו עזה איז אונזער פראבלעם די לעצטע אכציג יאר. ער פארגעסט זייער שנעל אלע געפאלענע ביז אהער. פון ארגינעזירטע באמבעס ביז די איינצעלנע וואלף אטאקעס מיט וואס דער מדינה קען זיך נישט קיין עצה געבן. צענליגע טויזנטע קרבנות הי"ד. ווער נעמט אויף זיינע פלייצעז א שחיטת יפו?

זעצט אייך אוועק און מאכט א חשבון. אין תרפ"ט איז געווען א שרעקליכער שחיטה אויף אידן אין א"י. מ'האלט א קנאפע 100 יאר דערויף און עס האט זיך איבערגע'חזר'ט. אינעם זעלבן לאנד. אין תרפ"ט איז קיין מדינה נאכנישט געווען, יעצט האט עס פאסירט אינטער א מדינה וואס האט דער "סאמע פארגעשריטנסטע גרעניץ זיכערהייט אויף דער וועלט. יעדע פייגל וואס פליעט אריבער ווערט אויפגעכאפט" (דא לאכט מען). איז דער מדינה נאך ווערט פאר אייך?..

רבותי, וועקט אייך אויף, פאלט נישט אריין אין א מצב וואו איר ענטפערט ווי א וועלטליכער גענעראל. חזר'ט און לערנט ענקער רביס תורות. זיי קענען נישט, ווילן און וועלן נישט זיין אונזערע מצילים!. ווייל נאר אויב ביסטו מחילוק מיט דיינע רביס, נאר דעמאלטס קענסטו האבן סימפאטיע מיט די מדינה הטמאה און זייער מיליטער.

ווען רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט פון אכציג ביז פערציג יאר צוריק אונז געלערנט אז מיטן זיך משתתף זיין און הנאה האבן פונעם מדינה וועט מען ווערן איינס מיט זיי, אוי אוי אוי האט ער געוויסט וואס ער רעדט. קוק וויזוי זיי זעה'ן אויס. הער נאר וויזוי זיי רעדן.

ווער עס האלט דאס פאר זיינע אויגן, פאר אים איז נאר גרינגער געווארן צו זעהן דעם אמת. מ'געבט א קוק אן די לעצטע אכציג יאר. עס דארף נישט צופיל געזאגט ווערן. ווידער מצד שני, ווער עס איז ליידער אויפגעוואקסן אנדערש, אזא איינער שפייט נעבעך פייער. ער שטיצט און בעט פאר די חיילים, ער וויל די מדינה זאל מצליח זיין. ער ווייסט ניטאמאל אז ער איז מחילוק מיט זיינע רביס זצ"ל. "ר' איד, דיינע רביס האט געהאלטן אנדערש פון דיר".

ס'איז ליידער א ביטערע פאקט. ציונות האט גענומען א טריט אויף צוריק. אויב האט זיך איינער איינגערעדט אז די ארגינעלע ציונות פון "נאציאנאליזם" איז איינגעשלאפן, זאל נאר ארויסגיין אויף די גאס און זעהן ווי אידן זוכן און קוקן ארויס אויף פרישע צה"ל אטאקעס. זיי לעכצן אויף א ערד אינוואזיע. "זאל מען זיי ווייזן איינמאל פאר אלעמאל".

ערליכע אידן שומרי תורה מצוות, מיט שטריימל בעקיטשע נעמען אויף די פורקי עול ביי זייערע מעמדים. מ'שעצט זיי. מ'חנפ'ט זיך מיט זיי. מ׳שטעלט זיך (בלית ברירה) צו צו זייערע חינוך לימודים. מ'בעט פאר זייער הצלחה. טיפשות נוראות געמישט מיט לויטער מינות ואפיקורסות רח"ל. "רק בדם תהיה לנו הארץ" איז אומוועלנדיג געוארן א פראז וואס אידן מיט שטריימל בעקיטשע באניצן זיך מיט.

און פאר אזאלכע אידן, פאר זיי איז טאקע דער ניסיון נאר שווערער געווארן. זיי ווייסן נישט וואו מען לייגט דער קללה פון "הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאיילות השדה."

ברוך הוא אלוקינו אשר נתן לנו תורת אמת. והבדלנו מן התועים וחיי עולם נטע בתוכינו.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
The All News
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 8:22 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך The All News »

.
לעצט פארראכטן דורך The All News אום מאנטאג אקטאבער 16, 2023 5:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יייאאך
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 25, 2021 11:55 am

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יייאאך »

מתפלל זיין עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד + אז די גאנצע מעשה זאל ח"ו נישט צוברענגען אז זיי (די כופרים) זאלן זיך אויפהייבן דעם קאפ, וואס קען ברענגען די גרעסטע צרה ברוחניות.
איז דא א גדול בישראל וואס וואלט אנדערש געזאגט?
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: מיר שטייען "נישט" ח"ו מיט '"מדינת ישראל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

דברים מאת הגה"צ המקובל רי"מ מארגענשטערן שליט"א ר"מ תורת חכם
אטעטשמענטס
toras chocoum.pdf
(70.96 KiB) געווארן דאונלאודעד 56 מאל
morgenstern.pdf
(27.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 36 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”