דעמאגראפיע, געאגראפיע, און היסטאריע פון ארץ ישראל
"ארץ ישראל" אדער ווי מיר רופן עס מיט בענקשאפט "ארצינו הקדושה" איז א לאנד וואס פארמאגט היינט א גאר וויכטיגע פלאץ אין די וועלט פאר עטליכע סיבות, אבער פאר אונז אידן איז עס פרעזענליך.
שוין פאר באלד צוויי טויזענט יארן זענען מיר מתפלל עטליכע מאל א טאג "ולירושלים עירך ברחמים תשוב", ווייל מיר זענען גלות מיט דעם וואס ס'איז נישט ישראל שרוין על אדמתם (וואס "אדמתם" גייט ארויף אויף דעם לאנד) מיט די שכינה צווישן אונז אינעם בית המקדש אין איר הויפטשטאט ירושלים.
מיר לערנען אייביג אונזער היסטאריע ווי דער אויבערשטער האט אונז צוגעזאגט דעם לאנד, ווי מיר זענען ענדליך אנגעקומען אהין, אלעס וואס מיר האבן דארט געהאט - די גוטע און שווערע צייטן - און ווי מיר זענען פארטריבן געווארן פון דארט צום גלות וואס מיר מאכן מיט ביז היינט.
אויך נאכ'ן חורבן האבן אידן געוואוינט אין ארץ ישראל, אין אלע דורות האבן אידן משתוקק געווען צו וואוינען אין ארץ ישראל, דורכאויס די היסטאריע האבן אסאך אידן טאקע עולה געווען קיין ארץ ישראל, און היינט וואוינט דארט א גרויסע פראצענט פון כלל ישראל.
ליידער אין די לעצטע באלד הונדערט יאר מיט די מרידה בה' וואס גייט דארט ליידער פאר איז פארגאסן געווארן דארט הויפענס מיט אידיש בלוט, און יעצט איז דאס לאנד פארוויקלט אין א שווערע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן דעם פארלאפענעם שמחת תורה ווען הונדערטער רוצחים פון עזה האבן זיך א לאז געטוהן אויף א צאל שטעטלעך אין יענע געגנט און ליידער אומגעברענגט איבער טויזענט אידן מיט מיתות משונות הי"ד, און פארכאפט נאך אסאך (די צאל איז נאך אומקלאר) און פארוואונדעט טויזענטער.
די גאנצע וועלט איז אויף מיט די מלחמה, און אלעס אין די נייעס דרייט זיך ארום דעם, און ווען ס'קומט צו מלחמה סארט נייעסן איז אפטמאל זייער וויכטיג צו זיין באקאנט מיט די דעמאגראפישע, געאגראפישע, און היסטארישע שטריכן פון לאנד פאר די קאנטעקסט פון די נייעס, און פאר דעם צוועק וועט די אשכול דינען.

קעגןעסקנים שרייטמען
, צועסקנים וויינטמען
.