Re: אייוועלט ארכיוון
א דאנק אלע פאר די פידבעק!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ארויפגעברענגט אלס ענינא דיומאהכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:20 amנאך לאנגע יארן וואס די אלטוועלטליכע געמיינדע שפילט אראפ די ווארענונג פון א מאן וועם זיי באצייכענען אלס קאנספיראציע ליבהאבער איז יענער ארויסגעקומען מיט א שארפע מעסעדזש אז די וועלט זאל זיך גרייטן צו איר נאנטע ענדע
וועטער עקספערטן ביי די נאציאנאלע האריקעין צענטערן האלטן אן אויג אויף די ווינטן העכער די אקעאנען אבער זאגן אן קיין צווייפל אז עס זעהט זיך נישט אן די מינדעסטע אנדייטונג אדער סיי וועלכע סיגנאל פון א מעגליכע שטורעם און באצייכענען נח אלס פאלנער קלימאטיסט וועלכע זוכט אנצוזייען פאניק ביי די געזעלשאפט
אין די זעלבע צייט זעצט פאר די העפטיגע קאנסטרוקציע אויף די וועלט'ס סאמע ערשטע עירקרעפט קעריער און די בוי מייסטער אינסטאלירן אצינד א מאיעסטעטישע שויב פון וואו די רייזנדע וועלן באקומען ליכט אין די צייט פון די בעפארשטייענדע שטורעם
א גענויע סקיצע פון אינווייניג אין די בויך פונעם שיף איז דערווייל נישט געווארן פארעפנטליכט אבער פארשידענע קוועלער נאנט צו די נח פאמיליע ווייסן צו פארציילן אז די רעדע איז פון א דריי שטאקיגע פעסטונג וועלכע וועט ארייננעמען אלע סארט באשעפענישן אין אירע קאמערן
די נח פאמיליע אפעלירט ווייטער אין א מעסעדזש צו די וועלט אז די פלינדערייען ביי געשעפטן און די אוממאראלישע אויפפירונג זאל קומען צו א באלדיגע אפשטעל מאכנדיג די קעיס אז דאס איז די איינציגסטע מיטל צו פארמיידן די שטורעם