אייוועלט ארכיוון
נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 18073
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
אךך.. פונקט האב איך געדארפט זיין די 59'סטע לייקער.. קאליע געמאכט די גימטריא פון נ"ח.. כאטש מיט'ן כולל שטימט עס נאך..
- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4331
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אייוועלט ארכיוון
כ'האף דו קומסט ארויס מיט ערנסטע אויפדעקונגען, דאס שיינט צו זיין אן אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דראמאטישע אנטוויקלונגען.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
- לקדש שם שמים
- שר האלף
- תגובות: 1517
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
- לאקאציע:גלילות
- הלבלר בקולמסו
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10005
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אייוועלט ארכיוון
דאס איז פון די אייוועלט פון בעפאר'ן מבול?!...הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:20 amנאך לאנגע יארן וואס די אלטוועלטליכע געמיינדע שפילט אראפ די ווארענונג פון א מאן וועם זיי באצייכענען אלס קאנספיראציע ליבהאבער איז יענער ארויסגעקומען מיט א שארפע מעסעדזש אז די וועלט זאל זיך גרייטן צו איר נאנטע ענדע
וועטער עקספערטן ביי די נאציאנאלע האריקעין צענטערן האלטן אן אויג אויף די ווינטן העכער די אקעאנען אבער זאגן אן קיין צווייפל אז עס זעהט זיך נישט אן די מינדעסטע אנדייטונג אדער סיי וועלכע סיגנאל פון א מעגליכע שטורעם און באצייכענען נח אלס פאלנער קלימאטיסט וועלכע זוכט אנצוזייען פאניק ביי די געזעלשאפט
אין די זעלבע צייט זעצט פאר די העפטיגע קאנסטרוקציע אויף די וועלט'ס סאמע ערשטע עירקרעפט קעריער און די בוי מייסטער אינסטאלירן אצינד א מאיסטעטישע שויב פון ווי די רייזנדע וועלן באקומען ליכט אין די צייט פון די בעפארשטייענדע שטורעם
א גענויע סקיצע פון אינווייניג אין די בויך פונעם שיף איז דערווייל נישט געווארן פארעפנטליכט אבער פארשידענע קוועלער נאנט צו די נח פאמיליע ווייסן צו פארציילן אז די רעדע איז פון א דריי שטאקיגע פעסטונג וועלכע וועט ארייננעמען אלע סארט באשעפענישן אין אירע קאמערן
די נח פאמיליע אפעלירט ווייטער אין א מעסעדזש צו די וועלט אז די פלינדערייען ביי געשעפטן און די אוממאראלישע אויפפירונג זאל קומען צו א באלדיגע אפשטעל מאכנדיג די קעיס אז דאס איז די איינציגסטע מיטל צו פארמיידן די שטורעם
נאך נישט געווען קיין פילטערס דעמאלטס!
@מנהלים ביטע פארמעקן!!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
1656גדל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:53 amבערך וועלכע יארע איז דאס פאר גקומען..... (טענקס הבל)הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:20 amנאך לאנגע יארן וואס די אלטוועלטליכע געמיינדע שפילט אראפ די ווארענונג פון א מאן וועם זיי באצייכענען אלס קאנספיראציע ליבהאבער איז יענער ארויסגעקומען מיט א שארפע מעסעדזש אז די וועלט זאל זיך גרייטן צו איר נאנטע ענדע
וועטער עקספערטן ביי די נאציאנאלע האריקעין צענטערן האלטן אן אויג אויף די ווינטן העכער די אקעאנען אבער זאגן אן קיין צווייפל אז עס זעהט זיך נישט אן די מינדעסטע אנדייטונג אדער סיי וועלכע סיגנאל פון א מעגליכע שטורעם און באצייכענען נח אלס פאלנער קלימאטיסט וועלכע זוכט אנצוזייען פאניק ביי די געזעלשאפט
אין די זעלבע צייט זעצט פאר די העפטיגע קאנסטרוקציע אויף די וועלט'ס סאמע ערשטע עירקרעפט קעריער און די בוי מייסטער אינסטאלירן אצינד א מאיסטעטישע שויב פון ווי די רייזנדע וועלן באקומען ליכט אין די צייט פון די בעפארשטייענדע שטורעם
א גענויע סקיצע פון אינווייניג אין די בויך פונעם שיף איז דערווייל נישט געווארן פארעפנטליכט אבער פארשידענע קוועלער נאנט צו די נח פאמיליע ווייסן צו פארציילן אז די רעדע איז פון א דריי שטאקיגע פעסטונג וועלכע וועט ארייננעמען אלע סארט באשעפענישן אין אירע קאמערן
די נח פאמיליע אפעלירט ווייטער אין א מעסעדזש צו די וועלט אז די פלינדערייען ביי געשעפטן און די אוממאראלישע אויפפירונג זאל קומען צו א באלדיגע אפשטעל מאכנדיג די קעיס אז דאס איז די איינציגסטע מיטל צו פארמיידן די שטורעם
- הקולמוס שלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2797
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע:אומאן!
Re: אייוועלט ארכיוון
חחח
@הכל הבל , געוואלדיג!
מיר געקאסט א שמייכל...
@הכל הבל , געוואלדיג!
מיר געקאסט א שמייכל...
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
- הלבלר בקולמסו
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10005
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: אייוועלט ארכיוון
דער איז קאקאש...
געמאכט מיין זינטאג... אפשר מיין מאנטאג און דינסטאג אויך...
ש'כח
געמאכט מיין זינטאג... אפשר מיין מאנטאג און דינסטאג אויך...
ש'כח
Re: אייוועלט ארכיוון
@הכל הבל
פונעום קינד וואס האט צובראכען אלע אפגעטער האט איר גארנישט געטראפען און די ארכיוון
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
די עגיפטישע זיכערהייט סערוויסעס האבן ארויסגעשטעלט א זיכערהייט אלערט און געווארנט די בירגער אוועקצושטיין פון די געגנט פון די לאנד'ס גרעסטע בית הקברות וועלכע איז געווארן אינפילטרירט דורך דרויסנדיגע קרעפטן וועלכע האבן איבערגענומען קאנטראל פונעם ראיאן
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
ווי מען הערט פון די לאנד'ס שפיאנאזש הויפט האבן די רעבעלן אויפגעשטעלט דארט א טעראר קעמפ וואו זיי מושטירן זייערע קרעפטן צו זיין גרייט אויף א קאמף איבערצואווארפן די רעזשים אין דערמיט לאזן אין גאנג אן אראבישע פרילינג
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
א ווארטזאגער פאר די אינערן מיניסטעריום האט איצט אדרעסירט די פרעסע און פרובירט צו בארואיגן דאס פאלק זאגנדיג אז עס האנדלט זיך פון א מאן מיטן נאמען ריקיון וועלכע קומט פון איראק און האט זיך באפעסטיגט מיט א געשולטע ארמיי ביים בית הקברות אבער יענער פארשפרעכט אז ער זוכט נישט צו דעראבערן פרישע טעריטאריע און וועט בלייבן הערשן אויפן פלאץ
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
די טיימס אוו רעמסס דעקט אויף מער דעטאלן איבער די אומרוען ביים צענטראלן בית הקברות ציטרנדיג פון עטליכע רעגירונג קוועלער אז מר. רקיון
וועלכע קומט טאקע פון איראק איז א געלערנטער מאן אבער האט געלעבט אין ארימקייט און באשלאסן צו פרובירן זיין מזל אין די גאלדענע מצרים
רקיון איז גאר א פארשטאנדיגער מיט גלענצדע טאלאנטן און ביים גרעניץ האט ער אנגעגעבן אז די אורזאך פון זיין באזוך איז זיך צו טרעפן מיט קעניג אשוירש אנגעבנדיג אז יענער וועט קענען נוצן זיין פעאיגקייטן און געוויס אים באלוינען דערפאר
די אינסטאנצן האבן אים קלארגעשטעלט אז זיינע האפענונגען זענען אומזיסט זינט קעניג איז פארשלאסן אין פאלאץ און ערלויבט נישט קיין באזוכער מיטן אויסנאם פון די יערליכע "פאלקס טאג" ווען זיין דער קעניג ערשיינט אין פובליק און באפאסט זיך מיט דאמעסטישע אנגעלגענהייטן
שטארק אנטוישט האט רקיון באשלאסן אז נאך אזא לאנגע אויסמאטערנדע רייזע וועט ער אויף דערווייל פארבלייבן אין לאנד און פרובירן צו מאכן געשעפטן און פארדינען אויף צו לעבן
נאך אן ערשטע פרוכטלאזע טאג האט רקיון זיך דערשלעפט זיין פעקל ביינער און זיך איינגעארדנט אין א רואינירטע בעקעריי וואו ער איז איבערגעשלאפן די נאכט
אויפצומארגנס האט ער זיך אנגעגארטלט מיט פרישע ענערגיע און געמאכט זיין וועג צום צענטראלן מארק וואו ער האט געפונען פעדלער פארקויפן גרינס און בונדלעך
רקיון האט באשלאסן צו אינוועסטירן אין די דאזיגע מארקעט און זיך איינגעהאנדלט א קארב מיט געוואוקסן און געווארט אויף קונדן
צוליב וואס ער האט נישט געקענט ריכטיג די ארטיגע שפראך און זיין פרעמדע אקצענט האט זיך געהערט מאדנע ביי דורכגייער האט זיך שנעל געפארמענט א געזעמל וועלכע האבן גענומען אפלאכן פון זיינע אויסרופן און אנגעהויבן צו כאפן פון זיין ביסל האב און גוטס טרייבנדיג שפאס פונעם נעבעכדיגן אימיגראנט
יענע אוונט איז רקיון צוריק צו זיין ווינקל פון שוץ ביי די פארלאזטע בעקעריי און געפאסט א באשלוס אז ער מוז פרובירן עפעס גרויס און ביים באגינען איז ער ארויס און אויפגעזוכט א נאכגעלאזטע קווארטאל און אפירגעזוכט עטליכע באנדיטן מיט גרויסע פויסטן און קליינע מחות און זיי געמאלדן אז ער איז א דעלעגאט פונעם קעניגליכן פאלאץ וועלכע האט אים באאויפטראגט צו גרונדן אן אגענטור וועלכע זאל אנהויבן איינקאסירן א שטייער פון מענטשן וואס ווילן באגראבן זייערע נאנטע
די היימלאזע פארשוינען האבן זיך גערן צוגעכאפט צו זיין געשיכטע און אים נאכגעפאלגט אויפן וועג צום בית הקברות וואו די גרופע האט גענומען פאזיציעס און קלארגעשטעלט פאר אלע אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיי דארפן באצאהלן א באגרעבעניש שטייער וועלכע וועט גיין צו די קעניגליכע קאסע
די קלאנג איז ארויס און די צענטער פאר סיניארס און פיונערעל סערוויסעס וועלכע איז א מאכטפולע טינק טאנק האט באלד רעאגירט מיט א פארדאמונג אקעגן די פרישע שטייער וואס וועט פאלן גאר שווער אויף די שטייער צאהלער וועלכע ברעכן שוין אזוי אויך אונטער פון די הויכע ראטעס

די מצרים טודעי דזשורנאל קומט ארויס מיט דראמאטישע באשולדיגונג אז זינט די שאפונג פון די נייע רקיון באגרעבעניש אגענטור זענען שוין אריינגעקומען פאנטאסטישע סומעס אין די קעשענעס פון די ארטיגע פארוואלטונג און אז זייערע קוועלער אינערהאלב די קעניגליכע פאלאץ באשטעטיגן אז די אזוי גערופענע אגענטור רעדט נישט אין נאמען פון די פירערשאפט און אז קעניג איז שרעקליך דערצערנט אויף די באנדע וועלכע שאנטאזשירט די בירגער און צווינגן ארויס אן אומאויטאריזירטע באגרעבעניש שטייער מיט וועלכע די גרופע פינאנצירט זייערע אקטיוויטעטן און הולטייאישע לעבנסשטייגער
זיי ווייסן אויך צו פארציילן אז דער קעניג איז אנטשלאסן אנצואווענדן די שארפסטע מיטלען אונטערצוברענגן די אומלעגאלע בית הקברות אקופאציע און זיין מאיעסטעט וועט אדרעסירן די טעמע אינעם בעפארשטייענדע יערליכע פאלקס טאג
אין רעאקציע צו די באריכט איז די רעגירונג פון עילם ארויסגעקומען זיך אפשאקלען פון רקיון וועלכע קומט ארגינעל פון איראק וועמען'ס רעגירונג איז אונטערגעווארפן אונטער די עילם'ישע אימפעריע
אין א מעסעדזש שרייבט די אפיס פון כדרלעמר אז ער האט גערעדט מיט נמרד וועלכע האט אים פארשפראכן אונטערצונעמען א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין אויב עס זענען געווען סיי וועלכע מיטארבעטער פון בבל וועלכע האבן ארויסגעהאלפן רקיון אין זיין שענדליכע פארכאפונג פון עגיפטישע טעריטאריע
זיי ווייסן אויך צו פארציילן אז דער קעניג איז אנטשלאסן אנצואווענדן די שארפסטע מיטלען אונטערצוברענגן די אומלעגאלע בית הקברות אקופאציע און זיין מאיעסטעט וועט אדרעסירן די טעמע אינעם בעפארשטייענדע יערליכע פאלקס טאג
אין רעאקציע צו די באריכט איז די רעגירונג פון עילם ארויסגעקומען זיך אפשאקלען פון רקיון וועלכע קומט ארגינעל פון איראק וועמען'ס רעגירונג איז אונטערגעווארפן אונטער די עילם'ישע אימפעריע
אין א מעסעדזש שרייבט די אפיס פון כדרלעמר אז ער האט גערעדט מיט נמרד וועלכע האט אים פארשפראכן אונטערצונעמען א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין אויב עס זענען געווען סיי וועלכע מיטארבעטער פון בבל וועלכע האבן ארויסגעהאלפן רקיון אין זיין שענדליכע פארכאפונג פון עגיפטישע טעריטאריע
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג איז פארמיטן געווארן א בלוט באד אויף די גאסן פון מצרים ווען א דירעקטע צוזאמשטויס צווישן די מיליטער מיט די בית הקברות אקופאציע ארמיי איז געווען מינוטן אוועק פון אריינציען דאס לאנד אין א טויטליכע לאנג פארצויגענע בירגער קריג
די אנטוויקלונג איז צושטאנד געקומען נאך וואס די אקופאציע פירער רקיון האט געשיקט א פרעכטיגע מאטארקאדע פון אינגע רייטער אויף פערד באצירט מיט קעניגליכע מונדירן און אין זייער הענט טייערע געשאנקן פארן קעניג אין עהרע פון זיין ארויסקומען און זיך באווייזן צום פאלק
דער קעניג איז געווארן אנציקט פון די פרעזענטאציע און באוויליגט צו צו מר. רקיון וועלכע האט מיט זיין געשליפענע צינגל באוויזן צו באאיינפלוסן דעם קעניג אז ער זוכט בלויז די גוטס פונעם לאנד און אז פונעם ערשטן טאג האט ער געזוכט זיין פרייינדשאפט און צו אנבאטן זיין הילף און לאיאליטעט פאר די קעניגרייך
דער קעניג איז געווארן גאר איבערגענומען פונעם אינגן פירער און דערקלערט אז וויבאלד ער האט אזוי קלוג באוויזן איינצושטעלן א פרישע שטייער אויף זיינע אונטערטאנען איז דער מי שפרע ווערד א נייע נאמען און פון היינט און ווייטער וועט מען אים רופן פרעה
דער נייער פרעה וועט רעגירן אויף די טאג טעגליכע אנגעלעגנהייטן מיט קעניגליכע מאכט דורכאויס די יאר מיטן אויסנאם פונעם פאלקס טאג ווען קעניג אשוירש קומט ארויס צום פאלק
די אנטוויקלונג איז צושטאנד געקומען נאך וואס די אקופאציע פירער רקיון האט געשיקט א פרעכטיגע מאטארקאדע פון אינגע רייטער אויף פערד באצירט מיט קעניגליכע מונדירן און אין זייער הענט טייערע געשאנקן פארן קעניג אין עהרע פון זיין ארויסקומען און זיך באווייזן צום פאלק
דער קעניג איז געווארן אנציקט פון די פרעזענטאציע און באוויליגט צו צו מר. רקיון וועלכע האט מיט זיין געשליפענע צינגל באוויזן צו באאיינפלוסן דעם קעניג אז ער זוכט בלויז די גוטס פונעם לאנד און אז פונעם ערשטן טאג האט ער געזוכט זיין פרייינדשאפט און צו אנבאטן זיין הילף און לאיאליטעט פאר די קעניגרייך
דער קעניג איז געווארן גאר איבערגענומען פונעם אינגן פירער און דערקלערט אז וויבאלד ער האט אזוי קלוג באוויזן איינצושטעלן א פרישע שטייער אויף זיינע אונטערטאנען איז דער מי שפרע ווערד א נייע נאמען און פון היינט און ווייטער וועט מען אים רופן פרעה
דער נייער פרעה וועט רעגירן אויף די טאג טעגליכע אנגעלעגנהייטן מיט קעניגליכע מאכט דורכאויס די יאר מיטן אויסנאם פונעם פאלקס טאג ווען קעניג אשוירש קומט ארויס צום פאלק
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46701
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: אייוועלט ארכיוון
א לעכטיגן שבת!
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16975
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע:וואו בינעך טאקע?
Re: אייוועלט ארכיוון
אויש, ביסט פיניש?
גיימער מאכן א מי שברך פאר הכל הבל און אים קורא שם זיין משה ברוך!

- שמחת התורה
- שר מאה
- תגובות: 117
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
- לאקאציע:אין ביהמ"ד
Re: אייוועלט ארכיוון
"די מדרש פארציילט" לייוו אראפגעשפילט פאר יארע 2023....
א ריזיגן יישר כח מיסטער הכל הבל פאר אלע רעפארטאזשן
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4356
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
Re: אייוועלט ארכיוון
מעכטיג!!!
האב מיר קיינמאל נישט געוויסט די מעשה.
יעצט געמאכט א שנעלע געזוכעניש און דאס געטראפן.. מצרים טודעי דזשורנאל

- אזוי זאג איך
- שר האלפיים
- תגובות: 2417
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
- לאקאציע:ביי די ארבעט
Re: אייוועלט ארכיוון
טענקס!!
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
Re: אייוועלט ארכיוון
@הכל הבל
מאסיוו!!
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 18073
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: אייוועלט ארכיוון
עס שטייט אין ספר הישר.פאראינטערסירט האט געשריבן: ↑ מיטוואך אקטאבער 25, 2023 2:23 pmמעכטיג!!!