ייתי ולא אחמיניה, ותחזינה עינינו בשובך לציון
שוין לאנג וואס כ'מוטשע זיך מיט א קשיא, וואס כ'ווייס נישט צו עס באלאנגט ביי השקפה, צו עיונים בתפילה. די מנהלים קענען עס רוקן ווי ס'באדרף צו זיין.
מיר געפונען אין מסכת סנהדרין צ"ח: אז רבי יוחנן, רבה און עולה האבן אלע געזאגט: ייתי ולא אחמיניה. משיח זאל אוודאי קומען, אבער איך וויל עס נישט זעהן. צוליב די געפערליכע חבלי משיח וואס וועט דעמאלט זיין ה"י.
רב יוסף דערקעגן זאגט פארקערט, ייתי ואזכי דאיתיב בטולא דכופיתא דחמריה.
למעשה, מיר זאגן ביים דאווענען ותחזינה עינינו בשובך לציון, כדעת רב יוסף, מיר בעטן השי"ת אז מיר זוכה זיין צו זעהן די ישועה. מיר ווילן זעהן מיט די אויגן די געוואלדיגע התגלות אלקות ווי הקב"ה קערט זיך צוריק צו ירושלים עיה"ק, און מיר בעטן כסדר ביים דאווענען, ביים ברכת המזון, און אוודאי ביי ותיערב.
די שאלה שטעלט זיך: מיינט די ותחזינה עינינו ממש זעהן מיט די אויגן, האט דאך רבי יוחנן רבה און עולא דאס נישט געקענט זאגן, ווייל זיי האבן דאך בפירוש געזאגט אז ער וויל עס נישט זעהן.
און וואס איז מיט די אידן, וועלכע האבן זייער מורא, און האבן א פחד וואס וועט דעמאלט זיין און קלערן, איך וויל אויך זיין ווי די הייליגע אמוראים, און איך וויל זייער משיח זאל קומען, אבער ייתי ולא אחמיניה. איז דאס אויסגעהאלטן?
א ייש"כ ווער ס'קען ענטפערן, א דבר המתיישב על הלב.