צו קענען שרייבן אין די נייעס פארום ליינט די אשכול!
אויב די הנהלה האט איינגעזען אז א געוויסע באנוצער פארשטייט נישט קיין רמזים, און ער פאלגט נישט די אנווייזונגען, איז געווען די איינציגסטע ברירה אים צוצונעמען דעם רשות כתיבה בכלל, פונעם גאנצן פארום, דערפאר האט מען דאס גענוצט בלויז אלס לעצטער מיטל, און האט זיך באוויזן אז מען דארף האבן מער ברייטערע אינפארסירונג מיטלען.
כדי צו פארזיכערן דאס מאקסימום הצלחה פונעם נייעס פארום, איז געעפנט געווארן א ספעציעלע נייעס גרופע, פאר די באנוצער וואס האבן די מעגליכקייט צו שרייבן אין דעם פארום.
יעדער באנוצער וואס פאלגט אויס די תקנות און אנווייזונגען, און פארמאגט די קאממאן סענס וואס צו שרייבן און וויאזוי,האט זיין פלאץ אינעם גרופע, און קען ווייטער שרייבן אין גאנצן נייעס פארום אומגעשטערט...
מען האט שוין אריינגעלייגט אינעם גרופע די אקטיווע נייעס שרייבער, אויב איר געפינט זיך נישט אינעם גרופע קענט איר ריקוועסטן אינעם באנוצער קאנטראל צימער (וועל אויס די 'נייעס' גרופע, און דרוק 'שיק') און מ'וועט אייך תיכף ארייננעמען.
מעלדונג פון די הנהלה: די 'נייעס' גרופע וועט שטרענג אינפארסירט ווערן אויפ'ן העכסטן שטאפל! אויב ווערט געשריבן סיי וועלכע פראגע אדער קאמענטאר אין א בלויז נייעס אשכול, און די זעלבע מיט סיי וועלכע קאמענטאר וואס איז נישט אין פלאץ, פארדרייט אן אשכול אדער איז געשריבן אויף אן אומסענסיטיוון אופן וואס קען שטערן פאר די ליינער, וועט דער שרייבער תיכף ארויספאלן פונעם גרופע.
און צום לעצט דארפן מיר איבערגעבן א הארציגן דאנק פאר אלע 'נייעס ברענגער' און קאמענטירער וואס קאאפערירן און שטעלן זיך צו, און ערמעגליכן דאס מהנה זיין די טויזנטער ליינער טאג טעגליך!