דארף מען שאפן עטליכע בילדער פון ר' שלמה'ס מעלערייען. עפעס פון די קאצקע צוקער רבי
דענק איך אמאל האב איך מיטגעהאלטן א טענה'ריי פון ר' שאלתיאל מיט נאכאיינעם איך געדענק נישט ווער ביידע האבן געהאט יארצייט, ר' שאלתיאל האט גע'טענה'ט די עמוד געהערט צו אים ווייל ער איז עלטער, ער איז פון 1914 (אזוי דאכט זיך מיר, איך געדענק נישט פונקטליך) איך האב שנעל געמאכט דעם חשבון אז ער איז שוין איבער די 90.
אמאל האב איך געכאפט א באך אין רוקן פון ר' אברמעלע לאנדא ווייל איך בין פונקט געשטאנען נעבן אים ווען ער האט געהאלטן ביי "אשרי אדם בוטחבך" (וויין נישטלעמעלע, האט ער מיר דערנאך בארואיגט)
ערענסט גערעדט, מען האט זיך געקענט לערנען א געוואלד פון ר' אליעזר חיים'ס א פשוטע דאווענען, די צורה פון הרה"צ ר' ברוך מיללער ז"ל, און נאך אסאך גוטע זאכן וואס ווען איך שמועס מיט מיינע קינדער הייב איך אן צו כאפן אז אמאל איז געווען א וועלט.
אבער אינטערסאנט די ברענגסט נישט די זימער וואכען ווען ווידעסלאווער רב (ישכר בער) ז"ל פלעגט דארט וויילן, ווי מיין טאטע פלעגט ספעצעל קימען דארטן דאווענען (איינמאל אפילו געגעבען דארטן סאנדקות פאר איינע פין מיינע ברידער'ס א שבת'דיגע ברית) צי הערן זיינע שיינע שמיעסען
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)