זכרונות פון ביהמ"ד עטרת זקנים אין קר"י
דארט האט מען אויך געקענט זען ווי אזוי מען זעט אויס אין די עלטערע יארן, אויב מען הארעוועט אין די אינגע יארן, און אויב נישט.....
מיר האבן געדאוונט דארט אלץ שכינים אין די מ"ם אנהייב נון יארן, איך האב בא’טעמ’טע זכרונות פון דארט, און פון מתפללים דארט, א שאד עס נישט ארויף צו לייגן אויף פאפיר.
פילע מתפללים האבן געהאט א זעלכע פריוואטע באקוועמע רבני’שע בענקלעך, נישט קענענדיג זיצן אויף די הארטע באנק.
קודם אביסל הארטע זכרונות.
דער קענדי טיילער (שהכל זיידע) אין מיינע אינגע יארן איז געווען ר’ אליעזר ליימזידער ע"ה, ער פלעגט טיילן א זעלכע קאלירטע באנאנע שעיפ קענדיס, אין אויסטויש פאר א הויכע שהכל.
דער בעל קורא וועם איך געדענק, איז געווען ר’ משה נתן וויינבערגער.
ימים נוראים שחרית ר’ בעריש אפפעל, מוסף ר’ ישראל חיים ברוין ע"ה.
משמש איז געווען א זיסער אידל, דער מיני באס דרייווער, ר’ אברמעלע לאנדא ע"ה, א שווארצע הויזן, בלויע קורצע רעקל, רויטע פנים, ווייסע בארד.
בעל תוקע, דער מילדויער צדיק, רב טענענבוים, הרב שלום דוב טענענבוים זצ"ל, איך געדענק ווי מיט א תקיעה פלעגט ער זיך געפערליך מוטשענען.
שיעורים אין דער וואכן געדענק איך ר’ משה עמרם גראד ע"ה.
אונטער שמש, ר’ שלמה שניצער ע"ה.
א שמעק טאבאק האט מען געקענט קריגן ביי ר’ נתנאל’ע פארקאש, ר’ שלמה יעקב ווייס ע"ה.
א פסק, אדער א שטופ, אדער א געשריי, האט מען געקענט כאפן פון פילע....
המשך ..