קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
אנאליזן און דעבאטעס
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- פרייליךשטענדיג
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 356
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm
לאמיר האפן די ראשי קהילות פון קרית יואל וועלן זיך דאס מאל זיך נישט לאזן פון די דעמעקראטישע שישקעס אין טוהן די ריכטיגע זאך
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
- השקפה ברורה
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
קיינעם גייט נישט אן איר פרייוואטע לעבן.פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:29 pmביטע נישט מנוול זיין אייוועלט מיט די נערישע זינלאזע דיסקוסיע, סאיז קיינעם נישט נוגע איר פריוואטע לעבן. און די נושא מאכט נישט אויס פאר אינז אידן בכלל.
פון וואנט ווייסטו וועם די קהילות גייען אינדארסירן?
די קהילות גייען ווארשיינליך אינדארסירן רייען ווייל ער איז אינקאמבענט און די עסקנים פון ביידע קהילות האבן שוין פון לאנג גוטע באציאונגען מיט אים, (וואס ער האט געברענגט צום טיש? איך ווייס נישט, און דאס איז בכלל נישט די נושא דא) און משא"כ עספאסיטא האט קיינמאל קיין קאננעקשן מיט עסקנים נישט געהאט.
און די אידן וואס אינדארסירן אלס די קאנדידאטן וואס זענען אינגאנצן ריין פון סיי ווייס עבירות גייען איר אוודאי נישט אינדארסירן וועגן זיי גייט יא אן איר פרייוואטע לעבן.
גענוג קלאר?
- American Dream
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6971
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
- לאקאציע:קרית יואל
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
ביי די לעצטע וואלן ווען ביידע קהילות האבן געשטימט פאר רייען האבן דאך האלב קרית יואל ואני בתוכם געשטימט פאר די מאגא קאנדידאט שמיט וואס האט ניטעמאל קאמפיינט אין קרית יואל אין גענצליך איגנארירט די אידישע שטימען כל שכן יעצט די מעסיגע עספאסיטא וואס גייט יא זוכן די אידישע שטימען וועט באקומען א גרויסע רוב קרית יואלע שטימען אפילו די קהילות וועלן אינדארסירן די ליבעראלע רייעןהשקפה ברורה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:26 pmקיינעם גייט נישט אן איר פרייוואטע לעבן.פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:29 pmביטע נישט מנוול זיין אייוועלט מיט די נערישע זינלאזע דיסקוסיע, סאיז קיינעם נישט נוגע איר פריוואטע לעבן. און די נושא מאכט נישט אויס פאר אינז אידן בכלל.
פון וואנט ווייסטו וועם די קהילות גייען אינדארסירן?
די קהילות גייען ווארשיינליך אינדארסירן רייען ווייל ער איז אינקאמבענט און די עסקנים פון ביידע קהילות האבן שוין פון לאנג גוטע באציאונגען מיט אים, (וואס ער האט געברענגט צום טיש? איך ווייס נישט, און דאס איז בכלל נישט די נושא דא) און משא"כ עספאסיטא האט קיינמאל קיין קאננעקשן מיט עסקנים נישט געהאט.
און די אידן וואס אינדארסירן אלס די קאנדידאטן וואס זענען אינגאנצן ריין פון סיי ווייס עבירות גייען איר אוודאי נישט אינדארסירן וועגן זיי גייט יא אן איר פרייוואטע לעבן.
גענוג קלאר?
די אמעריקען דריעם איז טאקע גארנישט מער ווי א חלום
- השקפה ברורה
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
העסקן ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש האט דאך אויסגעריפן אין ישיבה אין אין כולל אז מזאל וואוטן פאר אים, ווי אויך איז ער געשטאנען ביי די טיר פון קרן ויואל משה און געבעטן מזאל שטימען פאר אים.American Dream האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:47 pmביי די לעצטע וואלן ווען ביידע קהילות האבן געשטימט פאר רייען האבן דאך האלב קרית יואל ואני בתוכם געשטימט פאר די מאגא קאנדידאט שמיט וואס האט ניטעמאל קאמפיינט אין קרית יואל אין גענצליך איגנארירט די אידישע שטימען כל שכן יעצט די מעסיגע עספאסיטא וואס גייט יא זוכן די אידישע שטימען וועט באקומען א גרויסע רוב קרית יואלע שטימען אפילו די קהילות וועלן אינדארסירן די ליבעראלע רייעןהשקפה ברורה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:26 pmקיינעם גייט נישט אן איר פרייוואטע לעבן.פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:29 pmביטע נישט מנוול זיין אייוועלט מיט די נערישע זינלאזע דיסקוסיע, סאיז קיינעם נישט נוגע איר פריוואטע לעבן. און די נושא מאכט נישט אויס פאר אינז אידן בכלל.
פון וואנט ווייסטו וועם די קהילות גייען אינדארסירן?
די קהילות גייען ווארשיינליך אינדארסירן רייען ווייל ער איז אינקאמבענט און די עסקנים פון ביידע קהילות האבן שוין פון לאנג גוטע באציאונגען מיט אים, (וואס ער האט געברענגט צום טיש? איך ווייס נישט, און דאס איז בכלל נישט די נושא דא) און משא"כ עספאסיטא האט קיינמאל קיין קאננעקשן מיט עסקנים נישט געהאט.
און די אידן וואס אינדארסירן אלס די קאנדידאטן וואס זענען אינגאנצן ריין פון סיי ווייס עבירות גייען איר אוודאי נישט אינדארסירן וועגן זיי גייט יא אן איר פרייוואטע לעבן.
גענוג קלאר?
משא"כ יעצט גלייב איך נישט אז סגייט געשען.
- השקפה ברורה
- שר האלף
- תגובות: 1696
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
אגב איך ווייס אויך אז זי גייט יעצט אויך באקימען גאר אסאך שטימען אין קרית יואל.
מאגא קאנדידאט איט איז.
מאגא קאנדידאט איט איז.
- בשמחה שטענדיג
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
שיינע חלומותAmerican Dream האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:47 pmביי די לעצטע וואלן ווען ביידע קהילות האבן געשטימט פאר רייען האבן דאך האלב קרית יואל ואני בתוכם געשטימט פאר די מאגא קאנדידאט שמיט וואס האט ניטעמאל קאמפיינט אין קרית יואל אין גענצליך איגנארירט די אידישע שטימען כל שכן יעצט די מעסיגע עספאסיטא וואס גייט יא זוכן די אידישע שטימען וועט באקומען א גרויסע רוב קרית יואלע שטימען אפילו די קהילות וועלן אינדארסירן די ליבעראלע רייעןהשקפה ברורה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:26 pmקיינעם גייט נישט אן איר פרייוואטע לעבן.פאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:29 pmביטע נישט מנוול זיין אייוועלט מיט די נערישע זינלאזע דיסקוסיע, סאיז קיינעם נישט נוגע איר פריוואטע לעבן. און די נושא מאכט נישט אויס פאר אינז אידן בכלל.
פון וואנט ווייסטו וועם די קהילות גייען אינדארסירן?
די קהילות גייען ווארשיינליך אינדארסירן רייען ווייל ער איז אינקאמבענט און די עסקנים פון ביידע קהילות האבן שוין פון לאנג גוטע באציאונגען מיט אים, (וואס ער האט געברענגט צום טיש? איך ווייס נישט, און דאס איז בכלל נישט די נושא דא) און משא"כ עספאסיטא האט קיינמאל קיין קאננעקשן מיט עסקנים נישט געהאט.
און די אידן וואס אינדארסירן אלס די קאנדידאטן וואס זענען אינגאנצן ריין פון סיי ווייס עבירות גייען איר אוודאי נישט אינדארסירן וועגן זיי גייט יא אן איר פרייוואטע לעבן.
גענוג קלאר?
די וואס האבן געוואויט פארן מאגא קאנדידאט דעמאלט האבן אזוי געטוהן נאכן זיין אנגעפיקעוועט פון באצאלטע מידיע עדס ווערד פון מיליאנען דורכן רעפובליקאנער פארטיי פאר חדשים לאנג, און נאכן דמיון אז זעלדין גייט געווינען די גאווערנאר אמט, פון דעמאלט האבן זיך אסאך אידן אויפגעוועקט פינעם נארישן חלום און געקומען צום זעהן די ריאליטעט אז ס'מאכט נישט בעסער פאר אידן א רעפובליקאנער, בפרט ווען יענער גייט פארלירן, און די פאר וואס וואוטן פארן רעפובליקאנער ווייל זיי זענען אפיציעל קעגן נארישע געזעצן האט שוין מאנסי מוכיח געווען אז די רעפובליקאנער וואס איז דארט געלאפן אויפן ליניע פון שטיצן די חינוך און זיין קעגן נארישע געזעצן איבערגעדרייט די יוצרות ווען ס'איז געקומען למעשה און געשטימט קעגן די חינוך ביל צו קענען דערמיט שטיצן די נארישע געזעצן, און דא איז נאך ארגער ווייל די יעצטיגע לויפערין איז א נארישקייט'ניק אליין, איז אפילו רוב מענטשן קוקן נישט דערויף (ווייל במציאות מאכט עס נישט אויס), דאך וועט זי פארלירן די וועם ס'באדערט יא.
בד''וו, פאר ווער ס'פארענטפערט די וואוטן קעגן חינוך און פאר די נארישע געזעצן'ניקעס אז ער האט גע'קא-ספאנסערט, זאל זיך גיין לערנען וואס ער זאגט, און קורצן זאגט ער דארפסט מיר זאגן שכח פארן דיר קויפן א מתנה אפילו איך האב עס נאכדעם צוגענומען, און נאך א גרעסערע שכח דארפסטו מיר געבן ווייל איך האב דיך צוגעזאגט אז איך גיי דיר עס קויפן און אפילו געזאגט פאר די גאנצע שטאט אז איך האב דיר עס געקויפט
אז ער וויל נישט וואוטן דערויף איז נישט אבער שטרעק נישט אויס דיין פיס ווי די חזיר כאילו די ביסט אן אונזעריגער, די קא-ספאנסערען איז גארנישט ווערד און מאכט עס נאר ערגער טאמער וואוט מען דערקעגן, און פראביר נישט צו כשר'ן דורכן פיטערן שטותים פאר אונזער היימישע מידיע וויסנדיג אז רוב המון עם פארשטייט נישט די גליונות, וויל די אמת וועט אלס ארויפשווימען און ס'מאכט אויסזעהן שלעכט
להוי ידוע איך בין א רעפובליקאנער גראדע, אבער גלייך זייער נישט קיין שקרנים אדער היפאקריטס, און אוודאי נישט ביידע
פליז, זאלן אונזערע פ.ר. קאמפאניס נישט פארפירן אז דא דארף מען אונז וואוטן פארן רעפובליקאנער פשוט קעגן נארישע געזעצן, און מארגן זאגט די זעלבע קאמפאני אויף א נארישקייט'ניק אז איך מוז וואוטן פאר איר פאר אן אנדערע תירוץ
די אלטע וועג פון פאלגן די קהילות און רבנים האט נאך געברענגט די בעסטע רעזולטאטן!
- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3835
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
עספאזיטא האט געהאט א זיצונג מיט די געוועזענע ספיקערס מעקארטי אין גינגריטש, צו דיסקוסירן די ניו יארק 18 קאמפיין.
.
.
- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3835
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
תולדות האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:44 pmצו אלט, ברענגט די נייע אויב מעגליך ביטעפאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:35 pmרייען זיצט נאך דערווייל מיט א פעטן באנק אקאונט גרייט אריינצוגיסן אין די קרית יואלער אלעקשאן'ס...
עספאסיטא'ס רעזערווען הייבן זיך אן אנצופילן (אריינגערעכענט @שפיצערס דאונעישען) אבער זי איז נאך היבש אינטערשטעליג...
.
Screenshot 2024-04-11 193041.png
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
רייען היינט אויף msnbc:
- בשמחה שטענדיג
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
געווען זייער א קלארע ארטיקל אינעם מאמענט דעם פאריגן יום טוב וועגן די קומעדיגע וואלן, איצטערט געזעהן
שטארקע דיבורים
שטארקע דיבורים
- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3835
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
וואס הייסט די האסט נישט געהערט קיין ווארט פון איר איבער אידן? האסט אפשר נאכגעקיקט איר רעקארד בעפארן מאכן דיין דזשאדזשמענט?ישי כץ האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 3:57 pmזייענדיג רעפאבליקאניש געשטימט וועל איך אבער לכאורה שטימען פאר רייען סיי אלס אידישלעך אויס וואס מ'דארף נישט מאריך זיין דערוועגן און אויך אלס וואס ביזדערווייל האב איך נאכנישט געהערט קיין ווארט פון איר איבער אידן און אפילו ווען זי איז געלאפן מיט זעלדין געדענק איך נישט צו האבן געהערט פון איר עפעס וואס זאל זיין נוגע פאר אונז.
און אלס רעפאבליקאנער קוקט נישט אויס אז מ'גייט פארדינען עפעס פון איר נאר זי גייט זיך לכאורה צאמשטעלן מיט אירע ניו יארקע שכנים פון אינעווייניג [דארפסט פארשטיין זי פארטרעט א ביידען+ דיסטריקט]
פון די אנדערע זייט רייען מאכט זיך וויסנדיג פון אונז ער קומט כסדר באזוכן. און די שטיבל האט ער שטארק זיך אנגענומען פאר אונזער חינוך. און איך בין זיכער אז אויב ס'גייט קומען צו א וואוט וואס מאכט טאקע אויס פאר אונזער חינוך און נישט בלויז א סימבאלישע זאך וועט ער זיך צושטעלן
זי לאזט כמעט נישט אויס קיין איין טאג צו האקן אקעגן אנטיסעמיטיזעם אין ניו יארק, ובפרט נאך די אומרוען אין קאלאמביע יונעווערסיטי. בעת וואס פון פעט רייען'ס אפיס הערט מען נישט קיין פיפס (אייגענטליך מהערט יא, מהערט וועגן די מלחמה אין אוקריינא)
22 דעמאקראטן אין קאנגרעס האבן געשיקט א בריוו צו די פרעזידענט פון קאלאמביע זאל ריזיינען, אבער פון די קאנגרעסמאן וואס פארטרעט 6000 אידן בלויז עטליכע מייל ווייט הערט מען נישט גארנישט!
- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3835
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
דזשאסט פאר די רעקארד אז מהערט נישט קיין ווארט פון איר איבער אידן, ברענג איך בלויז פון די לעצטע וואך.
.
.
- לאנטש טיים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5533
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
פאר די אריבער 7000 אידן איז זיין דיסטריקט איז נישט קיין נפק"מ וועלכע אנטיסעמיט איז פרעזידענט פון קאלאמביע יוניווערזיטעט.
מעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
מעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
- בשמחה שטענדיג
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
ס'איז ממש א שאד אז זי נעמט זיך הערשט יעצט אן פאר אידן און נישט ביז יעצט
אויך ווי זי נעמט זיך שוין יא אן איז עס פאר אלע מיני אידן חוץ פון היימישע אין איר דיסטריקט, אבער פארטייאיש קארעקט איז זי, און דאס העלפט נישט פאר קרית יואל'ער אידן וואס וואוטן פאר תכלית העכער היציגע גוי'שע פאליטיקס
פעט רייען איז ידוע צו זיין א גאר שטארקע אוהב ישראל און טאקע פאר היימישע אידן
ס'איז דא א סיבה פארוואס ס'געלונגט פאר קרית יואל צו דעליווערן ווי ס'דארף צו זיין, און וויכטיגע זאכן, נישט שטותים
אויך ווי זי נעמט זיך שוין יא אן איז עס פאר אלע מיני אידן חוץ פון היימישע אין איר דיסטריקט, אבער פארטייאיש קארעקט איז זי, און דאס העלפט נישט פאר קרית יואל'ער אידן וואס וואוטן פאר תכלית העכער היציגע גוי'שע פאליטיקס
פעט רייען איז ידוע צו זיין א גאר שטארקע אוהב ישראל און טאקע פאר היימישע אידן
ס'איז דא א סיבה פארוואס ס'געלונגט פאר קרית יואל צו דעליווערן ווי ס'דארף צו זיין, און וויכטיגע זאכן, נישט שטותים
- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3835
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
אנטיסעמיטיזעם האט נישט קיין ארט אין אמעריקע, און א רעפרעזענטעטיוו וואס פארטרעט עטליכע טויזענט אידן האט א פליכט דאס צו פארדאמען.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmפאר די אריבער 7000 אידן איז זיין דיסטריקט איז נישט קיין נפק"מ וועלכע אנטיסעמיט איז פרעזידענט פון קאלאמביע יוניווערזיטעט.
מעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
- קוואל וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1726
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
זיין באסס האקים דזשעפריס איז יעצט גרייט צו ראטעווען דעם רעפובליקאנער ספיקער פאר יעדן פרייז, כידוע ליודעים. אויב רייען וואוט דערקעגן, איז עס מיט די שטילע הסכמה פון דזשעפריס ווייל ער האט ממילא גענוג וואוטס צוזאמען מיט די נארמאלע רעפובליקאנער.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
- בשמחה שטענדיג
- שר מאה
- תגובות: 138
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 1:23 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
פארוואס דארף א גוי וואס פארטרעט היימישע אידן זיין בּיזי מיט גאר שוואכע אידן וואס זענען נישט און זיין דיסטריקט ווען זיינע מענטשן אין זיין דיסטריקט דארפן דאס נישט, און בפרט אז ס'העלפט נישט גארנישט, ס'איז סך הכל א פאליטישע געיםפאסט טרעגער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:22 pmאנטיסעמיטיזעם האט נישט קיין ארט אין אמעריקע, און א רעפרעזענטעטיוו וואס פארטרעט עטליכע טויזענט אידן האט א פליכט דאס צו פארדאמען.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmפאר די אריבער 7000 אידן איז זיין דיסטריקט איז נישט קיין נפק"מ וועלכע אנטיסעמיט איז פרעזידענט פון קאלאמביע יוניווערזיטעט.
מעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
די אלע וואס שרייען דאס אז מ'זאל יא, זענען עפ''י רוב היימישע אידן וואס פארדאמען זייער היימישע ברידער, ווען זיי פרעגן קשיות אויף רעפובליקאנער אנטיסעמיטן....
- פארוואדעניש
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 01, 2023 5:47 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
דאס איז א אינטערוויו אין די שטיבל פסח מיט די קאנגרעסמאן פעט רייען (גראדע גאר א שיינע פראיעקט, קומט זיך קרעדיט פאר שטיבל - בליק חברה פארן דעליווערן די גרעסטע שישקעס)
מען זעהט ער האט גענוג אהבת ישראל פאר עכטע אידן
אויך העלפט ער בפרטיות פאר אידן מער ווי סיי פון זיינע קאלעגעס לכאורה, חוץ פון זיינע מאבילס וואס פארן ארום יעדע פאר וואכן און זענען מסדר וויזעס, פאספארטן, איי די'ס וכו'
גראדע אינטערסאנט, אז דורך דעם וואס ער קען זיך מיט גאווערנאר האוקעל קען ער צוקומען צו אסאך מער פאנדינג וואס די פעדעראלע רעגירונג שיקט צו די סטעיטס צו טיילן, לכאורה נאר צוגעהאלפן אז קרית יואל האט געוואויט פאר האוקעל ביים דורכגעפאלענעם זעלדין רעיס

- אטעטשמענטס
-
- 20240506_194102.jpg (275.37 KiB) געזען 444 מאל
-
- 20240506_194149.jpg (330.31 KiB) געזען 444 מאל
-
- 20240506_194243.jpg (293.92 KiB) געזען 444 מאל
- פארוואדעניש
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 01, 2023 5:47 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
הונדערט פראצענט אז ס'איז מיט די הסכמהקוואל וואסער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:32 pmזיין באסס האקים דזשעפריס איז יעצט גרייט צו ראטעווען דעם רעפובליקאנער ספיקער פאר יעדן פרייז, כידוע ליודעים. אויב רייען וואוט דערקעגן, איז עס מיט די שטילע הסכמה פון דזשעפריס ווייל ער האט ממילא גענוג וואוטס צוזאמען מיט די נארמאלע רעפובליקאנער.
די שאלה איז נאר פארוואס דזשעפריס טוט עפעס וואס די רעפובליקאנער וואלטן לכאורה קיינמאל געטוהן
אבער אפשר איז ער שוין אויך מיד פון די כאאס און זיכט תכלית
- געצי מאשקאוויטש
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:22 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
ס'איז יא א נפק"מ פאר זיינע קאנסטיטשוענט'ס, וויבאלד רוב דאקטוירים און פראפעסיאנאלע'ן, וואס גייען עווענטועל באדינען דעם היימישן ציבור,קריגן זייער דעגרי אין די קאלעדש'ס ווי מ'העצט זיי אויף קעגן אידן.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmפאר די אריבער 7000 אידן איז זיין דיסטריקט איז נישט קיין נפק"מ וועלכע אנטיסעמיט איז פרעזידענט פון קאלאמביע יוניווערזיטעט.
כ'האב געטשעקט מיט עטליכע קאנטאקט'ס אין קר"י און זיי זאגן אז מ'האט דירעקט יא געבעטן פון אים זיך צו פאראייניגן מיט די ביי-פארטיזאן שטיצע פאר די "לאולער ביל" צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmמעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
יאאה קום אריין מיט די נעמען. און מ'העמיר זעהן וועמען זיי אינדערסירן אין נאוועמבער.געצי מאשקאוויטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:49 pmכ'האב געטשעקט מיט עטליכע קאנטאקט'ס אין קר"י און זיי זאגן אז מ'האט דירעקט יא געבעטן פון אים זיך צו פאראייניגן מיט די ביי-פארטיזאן שטיצע פאר די "לאולער ביל" צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmמעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
צו זיי האלטן אויך ס'איז א פראבלעם אדער אינז דארפן זיך יעצט אננעמען פאר זיי...
🌻 🌻 🌻
- געצי מאשקאוויטש
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:22 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
גראדע צו רייען'ס קרעדיט האט ער געשטימט יא אויף די ביל אבער אויסערדעם הערט מען נישט פון אים צו אדרעסירן די אנגייענדע פראבלעםSunflower האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:53 pmיאאה קום אריין מיט די נעמען. און מ'העמיר זעהן וועמען זיי אינדערסירן אין נאוועמבער.געצי מאשקאוויטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:49 pmכ'האב געטשעקט מיט עטליכע קאנטאקט'ס אין קר"י און זיי זאגן אז מ'האט דירעקט יא געבעטן פון אים זיך צו פאראייניגן מיט די ביי-פארטיזאן שטיצע פאר די "לאולער ביל" צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmמעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
צו זיי האלטן אויך ס'איז א פראבלעם אדער אינז דארפן זיך יעצט אננעמען פאר זיי...
- קדמא ואזלא
- שר האלף
- תגובות: 1218
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
די רעדסט פון די ביל וואס מאכט א אנטי זייניזעם איז אנטיסמיזים?געצי מאשקאוויטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 9:00 pmגראדע צו רייען'ס קרעדיט האט ער געשטימט יא אויף די ביל אבער אויסערדעם הערט מען נישט פון אים צו אדרעסירן די אנגייענדע פראבלעםSunflower האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:53 pmיאאה קום אריין מיט די נעמען. און מ'העמיר זעהן וועמען זיי אינדערסירן אין נאוועמבער.געצי מאשקאוויטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:49 pmכ'האב געטשעקט מיט עטליכע קאנטאקט'ס אין קר"י און זיי זאגן אז מ'האט דירעקט יא געבעטן פון אים זיך צו פאראייניגן מיט די ביי-פארטיזאן שטיצע פאר די "לאולער ביל" צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmמעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
צו זיי האלטן אויך ס'איז א פראבלעם אדער אינז דארפן זיך יעצט אננעמען פאר זיי...
ווער האט געהייסן שטימען אויף אזא ביל וואס מאכט דאס שטעטל אלץ א אנטיסמיטישע שטעטעל?
- פארוואדעניש
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 01, 2023 5:47 pm
Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
ס'איז בכלל נישט קיין נפקא מינה פאר קרית יואל'ער אידן, די גויים דארט זענען זייער איינשטענדיג און ס'געדענקט זיך נישט קיין אנטיסעמיטישע אינצידענטן דארטגעצי מאשקאוויטש האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 8:49 pmס'איז יא א נפק"מ פאר זיינע קאנסטיטשוענט'ס, וויבאלד רוב דאקטוירים און פראפעסיאנאלע'ן, וואס גייען עווענטועל באדינען דעם היימישן ציבור,קריגן זייער דעגרי אין די קאלעדש'ס ווי מ'העצט זיי אויף קעגן אידן.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmפאר די אריבער 7000 אידן איז זיין דיסטריקט איז נישט קיין נפק"מ וועלכע אנטיסעמיט איז פרעזידענט פון קאלאמביע יוניווערזיטעט.כ'האב געטשעקט מיט עטליכע קאנטאקט'ס אין קר"י און זיי זאגן אז מ'האט דירעקט יא געבעטן פון אים זיך צו פאראייניגן מיט די ביי-פארטיזאן שטיצע פאר די "לאולער ביל" צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 06, 2024 7:05 pmמעגליך אפילו אז רייען האט אנגעפרעגט ביי זיינע קאנטאקטן אין ק"י וואס האבן אין געזאגט אז פון אונזער זייט בלייב שטיל.
און פרעג דיך נאך ביי קרית יואל'ער אידן וואס מאכן זייער וואוט מיט שכל און וואוטן לויט די אינדערסורינג פון זייער קהילה (פון אלע זייטן) וועסטו הערן אן אנדערע ענטפער ווי פון דער וואס וואוט אלעמאל רעפובליקען ווייל ער גייט טוהן די וויכטיגסטע מצוה אין תורה פון מאכן אמעריקע רויט
אינטערסאנט פארוואס די זעלבע וואס זארגן זיך אזוי פאר אנטיסעמיטיזם זארגן זיך נישט פאר די תורה הק'