Re: קרית יואל (NY18) קאנגרעסיאנאלע וואלן: בלויז נייעס
דשערי נאדלער - די אידישע קאנגרעסמאן פון ניו יארק און א געוועזענע תלמיד הישיבה, און נאך אנדערע אידישע קאנגרעסלייט האבן געשטימט דערקעגן, ווי זיי האבן געטענהט אז דאס איז א פאליטישע בילל און כפי טענתם וועט דאס נישט גארנישט איינשטילן די אנעסמיטיזעם דא אין לאנד.צל עובר האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:56 pmבערך א פיפטל.קדמא ואזלא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 09, 2024 2:38 pm
פארוואס האבען א ריזיגע חלק דעמקראטען געשטימט דערקעגן?
טייל זענען לכאורה פשוט אנטיסעמיטן, (אזוי ווי די נעכטיגע אויפדעקונג ביי וועם דזשאמאל באומען ווייקט זיך אויף יו טוב..) אנדערע זענען גוט מיט אנטיסעמיטן, אנדערע זענען צו שטארק פרא פאלעסטינער צו ווילן יעצט העלפן אידן, אנדערע האבן אנדערע חשבונות.
אלזו איז זייער שווער צו זאגן אז דער וואס איז דערקעגן איז אן אנטעסמיט.
אויך איז דא וואס האבן א פראבלעם דערמיט מיט פירסט אמענדמענט - כפי טענתם. סוי שווער צו טענהן אז זיי זענען גוט מיט אנטעסמיטן