Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?
איך האב געשריבן " היסטאריע פון אידישקייט איז אייביג אוועק פון אידישקייט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא מצב ווי היינט, חוץ אין די צייט פון חזקיהו המלך, וואס 90% אידן וואס קומען פון רעליגיעזע (ארטאדאקסישע) אידישקייט זאלן נישט זיין קיין עמי הארצים." און זיך האלטן צו אידישקייט.ליבי ובשרי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:30 pmאון היינט? איר ווייסט אז אין אמעריקא וואוינען איבער 5 מיליאן אידן און אין אר”י איבער 6, וויפול פון דעם זענען שומרי תורה? מער ווי 10% אבער איך גלייב נישט מער ווי 20%, וועגן דעם קען שוין משיח קומען?.....Greeneryid האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:15 pmמען זאל נישט פארגעסן, 80% אידן זענען נישט ארויס פון מצרים. 90% אידן זענען געווען עובדי עבודה זרה ביים ערשטן בית המקדש. ביים צווייטן בית המקדש איז געווען צייטן ווי 90% אידן זענען געווען מתיוונים. עס האט געסווינגען אהין און צוריק. אין גלות 80% אידן זענען געווען עמי הארצים אדער כמעט עמי הארצים אז זייער אידישקייט איז געווען זייער געצוימט אפילו זיי זענען געווען אפיציעל ארטאדאקסישע אידן לויט ווי אזוי מען וואלט זיי גערעכנט היינט. (דעמאלסט איז נאכנישט געווען אזא זאך ווי ארטאדאקס אדער נישט.) דאס ברענגט אונז ביזן צווייטן וועלט קריג און פון דעמאלס. די היסטאריע פון אידישקייט איז אייביג אוועק פון אידישקייט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא מצב ווי היינט, חוץ אין די צייט פון חזקיהו המלך, וואס 90% אידן וואס קומען פון רעליגיעזע (ארטאדאקסישע) אידישקייט זאלן נישט זיין קיין עמי הארצים. דאס מיינט נישט אז זיי זענען תלמידי חכמים, דאס מיינט אז זיי קענען זיין תלמידי חכמים. דאס מיינט אז זיי קענען עפענען א ספר און לערנען. אסאך זאכן זענען די סיבות פאר דעם מצב. קודם פרנסה, צווייטנס מען פייניגט נישט געווענליך נאר פארן זיין א איד. דריטנס טעכנאלאגיע, עס איז דא ספרים לרוב, ספרים מיט איבערטייטשן, מען קען הערן און זעהן שיעורים ווי פיל מען וויל וכו. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זעהן ווי אזוי דאס וועט זיך טוישן. לויט ווי אזוי היסטאריע האט געוויזן טוישט זיך עס אבער עס איז צום אז משיח וועט קומען פאר עס האט א טשענס זיך צו טוישן. עס איז באקאנט פון צדיקים אז משיח וועט קומען קיין אמעריקע. לאמיר האפן אז מען האט געמיינט אונז. ובא לציון גואל.
צו ענטפערן אויף דיין פוינט, 98% פון די מיליאנען אידן אין אמעריקע פון וואס דו רעדסט זענען נישט קיין ערשטע דור פרייע און נישט קיין צווייטע דור. אין ארץ ישראל איז די פראצענט אנדערש אבער אויך רובא דרובא זענען נישט קיין ערשטע דור פרייע. דאס איז כמעט אלעס אן איבערבלייעניש פון די אידישקייט פראבלעמען פון פאר די מלחמה. אין אמעריקע וועלן זיי לכאורה אוועק פאלן אינגאנצן אין נאך איין אדער צוויי דורות, דאס מיינט אז זיי וועלן אפילו נישט ארויפקומען אויף קיין סטאטיסטיק. אין ארץ ישראל איז נישט שייך אינגאנצן אוועקצופאלן. די איינציגסטע זאך וואס קען געשען איז אז זיי וועלן כמעט נישט האבן קיין קינדער אזוי ווי עס היינט די מנהג אין די מערב וועלט, און דעס וועט צוביסלעך אראפ נידערן זייערע פראצענט.