וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?
דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36818
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ווילוויסן, איך קען נישט עפענען דיין לינק (לאז געמאכט /אקא היימישער איד לאזט מיר נישט) אבער איך געדענק די שאלה פון די תשובות פון הגרי"ל צירלסאן פון קישינעוו, (זיינע תשובות זענען זייער אינטערעסאנט געבויט, ראשון'ישע תשובות, נישט קיין צופיל מראי מקומות און זייטיגע דיונים, די שפראך איז אויך דוכט זיך מער מאדערן אזוי צו זאגן).
אבער מתוך ריסי תגובתך איז ניכר אז די קוקסט עס אן ווי עפעס א פארשטופטע איינמאליגע זאך, און דו לייגסט עס אריין אין דעם אשכול וועלכע איז דן איבער פרייע אידן, אלזא זייט וויסן אז דאס איז געווען די נארמע. יעדער יעדער פון אונזערע זיידעס - אפגעזען פון וועלכע מדינה אין אייראפע - האט געדינט אין מיליטער און מחלל שבת געווען און געגעסן נו"ט לכתחילה צוליב פיקו"נ. נאכאמאל, איך רעד נישט פון היטלער, נאציס, לאגערן, מונקאטאבאר, איך רעד פון א דבר שבשיגרה פאר די לעצטע 150 יאר בעפארן קריג.
און יא, די הרגשה אז א מיליטער מאן איז פטור פון אלע מצוות שבתורה - אפילו ווען ער איז נישט אין די באזע - איז ליידער אויך געווען זייער א גאנגבארע זאך, און איך רעד דא פונעם רעליגיעזן היימישן פרומען יוגנט. פארשטייט זיך אז בשעת מען איז געווען אין מיליטער גופא איז דאס געווען מותר און א מצוה רבה פון 'וחי בהם'.

מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6437
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
מיינע זיידעס נישט, קען זיין אז ערגעצוואו איינער פון מיינע זיידעס זיבן אכט דורות ארויף האבן יא מחלל שבת געווען אין מיליטער, אבער ביז פינף דורות ארויף קען איך אלע מיינע זיידעס און פון אסאך זייטן קען איך פיל ווייטער ארויף, און ווי ווייט עס איז באקאנט האבן זיי קיינער נישט געדינט אין מיליטער ב"ה. אפילו איין זיידע וואס האט ביים קריג יא געדינט א קורצע צייט אין מונקא טאבאר האט ער אבער ב"ה נישט געדארפט מחלל שבת זיין דארט.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע: דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!
דאן רופט זיך אן דא: אנקעטע: דאנק קנעפל
- ולא מיין
- שר חמש מאות
- תגובות: 854
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
- לאקאציע:בין שחו''ר לשכו''ר
געליינט דעם אשכול, יא דער ביטערער מצב פון די פרייער יוגנט איז וואויל באקאנט, ווי אויך די מצב פון די חרדי'שע אידן אין ליטע, וואו חילול שבת מיט לימוד התורה זענען געגאנגען בענעזאם, איז אויך באקאנט, אבער אראפצומאלן אז אין פוילן אונגארן זענען חסידישע אידן געווען פארדארבן (און מיר רעדן נישט פון קיין יחידים) ווי דער מעשה מיט די שלעק אינעם חסידישן קלויז אדער דער רומענישער רבי מיטן חילול שבת וכדומה, דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל. איז דען דא א זכר דערצו אין דע יזכור ביכער? יעדער ווייסט אז די עבירה פון חרדישע אידן איז געווען מחלוקת, אבער גראבע עבירות ווי דאס מציאות איס היינט צוטאג לייגט זיך שווער, זייער שווער אויפן שכל. (און מרעדט נישט פון יחידים נאר פון א מכת המדינה)
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''האני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4567752,00.html
א מחקר פון א פרייער היסטאריקער זאגט אז ווען נישט די האלאקאוסט וואלט דאס יהדות התורה אונטערגעגאנגען.
א מחקר פון א פרייער היסטאריקער זאגט אז ווען נישט די האלאקאוסט וואלט דאס יהדות התורה אונטערגעגאנגען.
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
דעפרעסט האט געשריבן: יאפס, אין ספר עשן הכבשן, אז די ביטערע האלאקאוסט איז מצד אחד געווען א טובה פארן קיום פון כלל ישראל, דערפאר איז מיר געווען אינטערסאנט ווי א פרייער היסטאריקער זאגט אויך סזעלבע.
ס'איז א נסיון, לויטן ויואל משה, און נישט קיין טובה מצד אחד. אמנם אז פאקט איז אז ווען נישט... וואלט... אבער צו זאגן אז ס'האט זיך 'אויסגעפעהלט' איז אין קאנטראסט מיט ויואל משה, דער ביטערער חורבן איז נאך אלץ עד היום הזה א חורבן, לויטן ויואל משה, דהיינו נאך אלץ א נסיון. ווען איך זעה אז די ציונים ימ"ש זענען אומגעקומען און די ערליכע יודן געבליבן פיין. אבער ווען ערליכע יודן, דעם צדיק לפני בדור הזה איז אויך אומגעקומען, און דייקא די נסיון איז איבערגעבליבן, דייקא די ציונים איבערגעבליבן, איז די גאנצע קריג נאר א נסיון. קענסט זאגן ס'איז געווען א 'חרון אף' רח"ל, אבער א טובה? ? ? ? א טובה איז נאר ווען ס'איז נישט קיין נסיון...
איז לאמיר איבער'חזר'ן, מאתו לא יצא הרעות והטוב, ס'איז געווען א שרעקליכער חרון אף מיט אן הסתרת פנים, וואס האט זיך נאכנישט אפגעשטעלט, אויב ס'איז ארויסגעקומען א טובה? ניין. בכלל נישט. נישט פון די ביטערע מלחמה און נישט פון די מדינת הציונות. כי מנסה ה' אלקינו אתכם, ואנכי הסתר אסתיר פני, און ס'איז נישט קיין טובה פאר כלל ישראל, ס'איז א נסיון, די נסיון פון ציונות. די נסיון פון כפירה וכו', ווילסט מיר זאגן אז ווען נישט די פארטיליגונג וואלט נישט געבליבן יודישקייט? דאס מיינט אבער נאכנישט קיין טובה, בכלל נישט. און איז אין קאנטראסט מיט וויאזוי דער רבי האט עס אראפגעשטעלט. "ס'האט זיך אויסגעפעהלט פאר די ריקאנסטראקציע פון כלל ישראל", איז גאר אנדערש געזאגט ווי די הקדמה פון ויואל משה, דער רבי האט קיינמאל נישט געזאגט אז כלל ישראל איז ברוך השם געווארן ריקאנסטראקטעד, נאר אלץ געזאגט אז מ'איז אין א נסיון, אין א שרעקליכע נסיון דאס יא, איז, וואס איך וויל דא איז, אז די רבי האט נישט אזוי עס אראפגעשטעלט, אמת טאקע מ'האט געטון עבירות, אבער מיט דעם אלעם האט דער רבי געזאגט איז עס געקומען וועגן די רעיון והפעולות צו נעמען א גאולה פאר די צייט, און וועגן ריקאנסטראקציע איז עס נישט געקומען, ס'האט זיך נישט אויסגעפעהלט אין סאטמאר רב'ס אויגן, צו פארברענען זעקס מיליאן, דסשאסט פאר ריקאנסטראקציע, אויסגעפעהלט איז נישט געווען דאס ווארט, די ווארט איז געווען ס'איז געשעהן אלץ אן עונש, אלץ ואני מתיר את בשרכם, מיט די פורקי עול און מיט יודישקייט נישט דערפאר איז עס געקומען, בכלל נישט.
און דאס אליין איז ווייטער א נסיון, וואס איך וויל דערמיט איז, איך וויל לייגן ביידע בליקונגען זייט ביי זייט, גאר אנדערש, אמת טאקע אז מ'האט געזינדיגט אבער דערפאר וואלט נאך קיין מלחמה 'נישט' געקומען, און ס'איז נאר געקומען מחמת די ציונים... פעריאד. און דער רבי ז"ל ברענגט ראיות ברורות, אין די הקדמה,
איך זאג נאר אז אין ויואל משה איז משמע אנדערש. אן אנדערער בליק. פארטיג. והוא רחום יכפר וכו'
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
קרעפטיג האט געשריבן: אמת נשמה, מיר האט עס אלץ אויסגעקוקט א חילוקי דעות.
אין ויואל משה זאגט די רבי אז די חורבן איז געקומען פשוט וועגן דעם רעיון הטמאה, מתיר את בשרכם וכו', און רבי אביגדור זאגט פאר ריקאנסטראקציע, גאר א אנדערע מהלך לכאורה.
איך ברענג נאר ארויס שארף ביידע מהלכים זייט ביי זייט. והוא רחום יכפר וכו'
וויפיל "כשר'ע" אידן זענען אוועק ביים שואה?
א שטורעם טוט זיך איצט אין די אלגעמיינע פרעסע איבער א דרשה וואס איז געגעבן געווארן מיט עטליכע יאר צוריק דורך הרב יוסף מזרחי, אין וועלכע ער זאגט צווישן אנדערע אז עס איז בס"ה אוועק ביים קריג ווייניגער וואו א מיליאן עכט כשר'ע אידן (וואס זייערע מאמעס זענען געווען אידן) ער ברענגט דארט ארויס אז איבער 80 פראצענט פונעם אידישן פאלק איז דאן געווען אסימעלירט און דורך דעם קומט ער אן צו דעם נומער.
לעצטענס האט זיך איינער ארויפגעכאפפט דערויף און עס געשיקט צו עטליכע צייטונגן- וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף וואו א הייסע טעלער טשאלענט. און גלייך געלאזט לויפן העדליינ'ס " חרידישע ראביי איז מודה אז ביים האלעקאסט זענען אוועק ווייניגער וואו א מיליאן" און נאך ענדליכע קעפלעך
NY rabbi: ‘Not even 1 million’ Jews killed in Holocaust
וואו באקאנט קוקען די לינקע חברה נאך אלע קירוב רבנים מיט הונדערט אויגן כדי צו קענען כאפן עפעס וואס זאל זיי אראפברענגן פונעם מאפע. געראדע דא זענען אויך געווען עטליכע היימישע רבנים וואס האבן אים אינטערגעריסן אריינגערעכענט האדמור מנאוועמינסק פון די אגודה און די ענגלישע המודיע האט אויך געהאט א שארפע אדיטאריעל אקעגן זיין סטעיטמענט (עס איז פארשטענדליך אז עס שמעקט זייער נישט פאר די אגודה אזוינע סטעיטמענטס..)
היינט האט הרב מזרחי ארויסעגעבן א פרישע אינטערוויו וואו ער בעהט איבער אלע וואס זענען "געטראפן" געווארן פון זיינע ווערטער
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... video.html
לענינינו, איז עס טאקע אזוי? איז דען געווען ווייניגער וואו א מיליאן היימישע אידן פארן קריג?

- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
"עס שמעקט נישט פאר די אגודה".
פאר דיר שמעקט עס יא? כ'רעד שוין נישט אז דאס איז אזאלכע געבראטענע שטותים - וואס קענען זיך פארמעסטן נאר מיט די אנדערע שטותים וואס דער "הרב" רעדט צוזאם.
עס איז גראדע אמת דער חלק אז די וואס שטייען אונטער די מערכה קעגן אים און זענען לעצטנס מפרסם זיינע סטעיטמענט, זענען פרייע, חוזרים בשאלה (מעגליך אפילו אנטוישטע תלמידים זיינע). זיי רופן זיך "המחרטטים בתשובה".
איך מיין אז די היימישע וועבסייטס וואס טאנצן נאך און טוען זיך נאך אויף מיט זייערע "אויפדעקונגען" (וואס זיי האבן אויפגעדעקט אין בחדרי חרדים...) כאפן נישט דער חלק אז דאס איז א ארקעסטרירטע קאמפיין קעגן אים.
אבער בינינו, דער בחור איז זיך ווערט דאס געלט.
פאר דיר שמעקט עס יא? כ'רעד שוין נישט אז דאס איז אזאלכע געבראטענע שטותים - וואס קענען זיך פארמעסטן נאר מיט די אנדערע שטותים וואס דער "הרב" רעדט צוזאם.
עס איז גראדע אמת דער חלק אז די וואס שטייען אונטער די מערכה קעגן אים און זענען לעצטנס מפרסם זיינע סטעיטמענט, זענען פרייע, חוזרים בשאלה (מעגליך אפילו אנטוישטע תלמידים זיינע). זיי רופן זיך "המחרטטים בתשובה".
איך מיין אז די היימישע וועבסייטס וואס טאנצן נאך און טוען זיך נאך אויף מיט זייערע "אויפדעקונגען" (וואס זיי האבן אויפגעדעקט אין בחדרי חרדים...) כאפן נישט דער חלק אז דאס איז א ארקעסטרירטע קאמפיין קעגן אים.
אבער בינינו, דער בחור איז זיך ווערט דאס געלט.
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20200
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע:למטה מעשרה
די פראגע איז נישט אויף דעם "הרב" אליין. נאר אויף זיין סטעיטמענט.
ער האט געמאכט צוויי מעידזשער טעותים. איינס ער האט גענוצט די נומער פון אסאמעלאציע פון דייטשלאנד - ווי עס איז ליידער געווען די העכסטע - אויף גאנץ אייראפע, און אין אמת'ן איז עס אפי' נישט געווען נאנט צו די פראצענטן, און צווייטענס אז אין דייטשלאנד אליין, שטימען אויך נישט זיינע נומערן און שטימען נישט אפי' בערך.
חוץ דעם וואס איז עס איז פשוט נישט ריכטיג די נומערן, איז וויירשיינליך נישט פאסיג צו זאגן אזא סטעיטמענט אפי' עס איז יא אמת. נישט אלעס דארף מען זאגן.
אבער עס דארף אנגעצייכענט ווערן, - כאטש דאס טוט נישט פארמינערן פון די פעלע רפון זאגן אזא סטעיטמענט בכלל, איבערהויפט אז עס איז ווייט ווייט נישט ריכטיג - אז הרב מזרחי האט נישט געמיינט בכלל צו רעדן פון די האלעקאוסט, נישט דאס איז געווען די פאוקעס, נאר ארויסצוברענגען די מגיפה און פעילער פון אסימילאציע.
והשנית - דערמאאנט אין ערשטן תגובה - עס איז א אלטע קליפ, וואס מען האט יעצט ארויסגעגראבן מיט אן אגענדע.

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
דער מציאות איז אז אלע לינקע שונאי הדת זענען די וואס האבן געמאכט די העדליינס און די אגודה האט געפילט אז זיי מיזן זיך אפשאקלן דערפון (שמולי בוטח האט זיך אויך היינט געלאזט הערן..)
צו ס'אמת צו נישט העל איך איבערלאזן פאר די מומחים אין היסטאריע- דאס איז איינמאל זיכער אז די אינטערמערידש ראטע איז געווען גאר הויעך
צו ס'אמת צו נישט העל איך איבערלאזן פאר די מומחים אין היסטאריע- דאס איז איינמאל זיכער אז די אינטערמערידש ראטע איז געווען גאר הויעך
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20200
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע:למטה מעשרה
מר. גרין האט געשריבן: דער מציאות איז אז אלע לינקע שונאי הדת זענען די וואס האבן געמאכט די העדליינס און די אגודה האט געפילט אז זיי מיזן זיך אפשאקלן דערפון (שמולי בוטח האט זיך אויך היינט געלאזט הערן..)
צו ס'אמת צו נישט העל איך איבערלאזן פאר די מומחים אין היסטאריע- דאס איז איינמאל זיכער אז די אינטערמערידש ראטע איז געווען גאר הויעך
נישט געווען "גאר הויעך" עכ"פ אינעם קלאסישן מיין פונעם ווארט. (איין אינטערמערידזש איז אויך שוין הויעך.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
Re: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?
פון די וואך שריפט פסח אויסגאבע.
רוב אידן און פוילן זענען געווען פריי
רוב אידן און פוילן זענען געווען פריי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם