Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער
מיר קוקט אויס אז ער האט נישט קיין סיפוק פון די לימודים וואס דאס מאכט זייער אסאך סענס ווייל ער שפירט ווי ער טוט גארנישט אויף אין חדר/ישיבה (שטעל דיר פאר מלערנט אין כתה ט’ די זעלבע לעוועל ווי כתה ה’... וואלסט אויך צופלאצט געווארן)
סא וואס זאל מען טוהן? ארויפסקיפן אסאך כיתות איז אויך נישט גוט צילוב כמה טעמים. די בעסטע מהלך איז אים צאמשטעלן בחברותא מיט א ת”ח גדול פאר כאטש איין סדר אין ישיבה (נאכמיטאג אדער פארמיטאג) און לערנען מיט אים אויף זיין לעוועל מה שלבו חפץ.