אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

איך האב נאר געליינט דעם אשכול אויבערפלעכליך ממילא וועל איך נישט מגיב זיין צום עצם הענין. אבער פללליז טויש דעם קעפל און נעם אראפ דעם טיטל ליידיגגייער פון דיין טייער קינד.
שכוח
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

מבשרי אחזה

איך בין ב"ה באשאנקען מיט א קאפ (נישט אזאנס ווי דעם פוה"א'ס זוהן, אבער גאר שטארק) וואס אלע מיינע מחנכים האבען באווינדערט, און מיינע חברותות נאך היינט, תלמידי חכמים קענען זיך אויך נישט אפווינדערן דערפון.
זייענדיג א קינד האט מיין טאטע כמ"פ מיר געזאגט "דו האסט גוטע כשרונות ב"ה עס פארלאנגט זיך פון דיר מער", וואס זאל איך ענק זאגען? ס'האט מיר גוט געשמעקט... און איך האב געהאט שאיפות אבער אהן געדולד...

מיינע עיכובים זענען מערסטענס געווען:

(איך בין נישט געבוירען געווארען מיט זיץ פלייש)

א. אז איך האב נישט געהאט קיין אינגערמאן אין זייטיגע זמנים

ב. אז מען איז געזעצען אין קלאס און די מלמדים האבען געדאפט לערנען מיט קינדער וואס האבען נישט אזוי שנעל אויפגעכאפט די שיעור, במילא איז די קאפ געווען פול מיט "בטלה".

ג. איך האב נישט געפילט אז איך דארף לערנען אדער אויסהערען דעם שיעור ווייל ביים פארהער קען מען עס דאך אלעס אליינס לערנען...

ד. אין כיתה ט' האב איך געהאט א מלמד וואס האט זייער געהאלטען פון זיך אויסליפטערן און ער האט דאס אריינגעפרעגעלט אין די תלמידים, און ער האט חוזק געמאכט, ממש חוזק געמאכט פון בחורים מתמידים.

ה. די מגיד שיעורים האבען מיר קיינמאל נישט ארויסגעברענגט די פוינט אז איך האב גיטע כשרונות במילא פארלאנגט זיך פון מיר מער, (און ווען איך האב נישט געהארכט בייים שיעור און זיי האבען מיר פארגעהאלטען און איך האב געענטפערט אז איך הער נישט קיין חידושים ווען מען לערנט פאר א צווייטע מאל האבען זיי זיך ס"ה פארענטפערט אז אנדערע דארפן יא הערען א שיעור מער פון איינמאל)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טייוועלט האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:55 pm
@יוד אלף - התקשרתי אליך באישי

@המברך יתברך - מתוך תגובותך נראה (גם בתשובתך אלי - תודה!) שהנפש צריך קשר, וזהו אמת לאמתו, והיה אמת בימי בחרותי פי כמה. יש לי קשר נפשי עם ב"ב, וגם דיברתי במילים קצרים אודות האי אפשרות לבנות קשר אמיתי עם הרבה אנשים.

לזמן מה עבדתי עבודה שבלב להתקשר עם אבינו שבשמים, שלדעתי הוא הקשר הכי חשוב ונדרש ביותר, ולמדתי הרבה ספרים בנושא וגם לרבות ספרי פנימיים. אבל ככל דבר שהתחלתי, שמא"ל נוט' סיום מסכתא אין לעשות, ולא זכיתי לברך על המוגמר.
וככה הוא לאורך כל השנים. לעיתים מלאך ולעיתים גלח.

וקצרתי במקום שיש להאריך
1) קוק אין מיין חתימה.
2) א קשר מיט'ן רבוש"ע, איז דאך דאס וויכטיגסטע זאך אין לעבן. יעדער זוכט עס באמת, אבער נישט יעדער איז באוואוסטזיניג אז דאס איז וואס ס'פעלט אים. אבער למעשה, ברענגט עס צום באקאנטן ביקוש פראבלעם, נעמליך, אז מ'ווערט גאר פאר'חלומ'ט און מנותק, וואס נישט דאס איז דער אמת'ער קשר צום רבוש"ע. און די סיבה איז, ווייל ס'פעלט ביים מענטש די מידה פון קשר, און פאר יעצט, קען איך נישט מער מאריך זיין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שטייגינג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:06 pm
די וואס האבן פראבלעמען מיט אנקניפען קשרים, האט נישט מיטן עילוי, נאר מער מיט די וואס זענען באשאנקען מיט טיעפע נפשות מלא הרגשים. דאס איז א נושא פאר זיך. אזוי מיין איך.
גוט אויפגעמערקט.

אסאך פון די מענטשן וואס זענען באשאנקען מיט טיעפע נפשות ניצן עס אויס פאר עילוי'שאפט, ביי אנדערע האקט מען אפ די מעגליכקייטן פאר עילוי'שאפט אינגערהייט, מיינענדיג אז דאס איז דער גורם פון פראבלעמען, אבער באמת איז נישט דאס דער גורם, נאר אזויווי דו זאגסט, דער טיעפער נפש וואס ווערט נישט געזעטיגט. און דאס איז טאקע עפעס וואס דארף אדרעסירט ווערן.

אבער יא, ס'זענען דא מענטשן וואס ליידן פשוט פון עילוי'שאפט, אז דער קאפ פליעט זיי, און דאס איז אביסל גרינגער צו באהאנדלען אונטער'ן מאנטל פון ADHD , אבער דאך...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

משה'עלע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:08 pm
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:21 pm
שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:12 pm
קען איינער אריינקומען מיט די קרייטעריע פון אן עילוי?

איך טרעף קוקט מיר אויס ווי יעדער איז פון אן אנדער סארט לחלוטין.

בעת @גוזמא רעדט פון דאס ריכטיגע נישט מוגזם׳דיגע עילוי פונעם מעשה ביכל.
גוטע פראגע, און פארשטייט זיך אז יעדער איז אנדערש. אין סקאפ פון דעם אשכול קוקט טאקע אויס ווי די כשרונות פונעם אינגל איז פילפאכיג שטערקער ווי די מגיבים’ס אייגענע (כלום אדם מעיד, אבער לאמיר פארט אננעמען די הנחה) אבער זיינע סטראגעל’ס זענען די זעלבע.

האקט זעצט
קוקט מיר אויס ווי אפאר ניקס האבען געכאפט פון וואס מען רעדט.

און איך האב אלעמאל געמיינט אז איך בין עפעס אנדריש.
יא, דו ביסט אנדערש פונעם געביגלטן העמד אויפ'ן גאס, אבער אסאך האבן הנאה פון דיינע געבענטשטע כשרונות. דאס איינציגסטע זאך וואס פעלט אויס איז א גוטע אנטוויקלטע קשר, כדי דער נעמען און געבן זאל גיין אויף א געזונטן אופן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

צו די אנדערע תגובות און מגיבים, כל אחד בשמו הטוב יבורך: איך האב מיך געאיילט, און אפשר עפעס פארפעלט פון ענקערע ווערטער און איגנארירט אדער נישט גענוג געענטפערט, ממילא ביטע אנטשולדיגט. פאר מיר אויס, קען מען איבערפרעגן וויפיל מאל מ'וויל.

לגבי די שאלה, צי ס'איז כדאי ארויסברענגען דער נקודה אז דו האסט מורא'דיגע כשרונות און ממילא פאדערט מען פון דיר מער, איז שוין געשטאנען דא פון עטליכע וואס זענען דאס אדורך אויף די אייגענע הויט. איינער האט גע'טענה'ט אז דאס וואלט געווען זייער גוט פאר אים, און א צווייטער האט גע'טענה'ט אז דאס האט גאר א פארקערטן עפעקט, איז אלזא, דארף מען זיין געווארנט און זען מיט וועמען מ'האנדלט. געווענליך איינער וואס איז מער סענסיטיוו ("מבקש" שטריכן), איז מער אויסגעשטעלט עס אנצונעמען פארקערט. אבער איינער וואס האט נישט דעם אזא טיעפן נפש, וועט ענדערש יא רעאגירן פאזיטיוו צו אזא קאמפעלעמענט-התחייבות.

לגבי דעם כללות'דיגן געברויך פאר אן (אביסל) ארגאניזירטן געב און נעם, פאר אנטוויקלען כשרונות דורך קשר און התחייבות, ארבעט און באצאלדינג, טשאלענדזש און סטימולאציע, זענען די ביידע טיפן אייניג. און איז בכלל א וויכטיגע זאך פאר אלע בחורים.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טייפינג...
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:03 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפינג... »

עטס האטס נישט קיין אנונג מיט וויפיל חיזוק איך בין היינט אהיים פון דא...

דאס איז די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך הער איינער זאגט מיר עפנטליך, אז בין איך בין נישט קיין פוילער יונג וואס האלט נישט ביי גארנישט, א גוט-קעפל וואס איז סתם א שמועסער און האלט זיך נישט ביים נעמען, און ווען איך וואלט געוואלט וואלט איך געקענט אויסוואקסן משה רבינו, אן קיין שום אנשטרענגונג.

נאר איך בין פשוט א מענטש, א בשר ודם מיט טשאלענזשעס, פונקט ווי יעדן איינעם. מיט מיינע סקילס וואס איך האב קען איך ב"ה אנקומען גאר ווייט, און אויב וועל איך ארבעטן צו פארבעסערן די אנדערע קען איך אנקומען נאך ווייטער.

קיינמאל נישט צו שפעט דאס צו אנערקענען. כ'געדענק שוין פשוט נישט וויאזוי מ'ארבעט אויף זיך... שוין לאנג נישט געטון דערין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:52 pm

איך בין סתם נייגעריג, וויאזוי דו וואלסט געגליכן ווען איינער זאגט דיר: הער שוין אויף זיך צו פאררעכטן! דו ביסט גוט, שמייכל און נעם לעבן גרינג, וועט אלעס זיין גוט!

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:55 pm

איך וואלט געשמייכלט, אויפגעגעסן דעם קאמפלימענט, און זיך אויסגעדרייט צו די אנדערע זייט. ויחלום שנית.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מיין שאלה איז, פון דיין שטאנדפונקט, וועלכע סארט מעסעדזש איז עפעס וואס די אפרישיעטסט מער, אז ס'איז דא ארבעט און אז מיט ארבעט קומט מען אן? אדער אז אלעס איז גוט, ויישן ויחלום שנית, (צום ווידערזען נאך די 120)?
אוועטאר
כאראקטער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 4:13 pm
לאקאציע:אין בעק פונעם באס ביים עמערדזשענסי עקזיט

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאראקטער »

(שוין געשריבן אפאר מינוט צוריק, איבערגעקוקט אויב איז נישטא צופיל פערזענליכע דעטאלן.)

יאך בין ב"ה באשאנקן מיט א גוטן קאפ. און גאנץ עקסטרעם.
איך קען זאגן אז די איינציגע פעלער וואס איך האב 'הנאה' געהאט פון לערנען איז געווען:

א) אין ישיבה קטנה אלס 14 יעריג בחור בין איך געזיצן ביינאכט ביי א שיעור פאר אינגעלייט, פארשטייט זיך לויט זייער ספיד און פארשטאנד, געלערנט האט מען דאן סוף פסחים, ר"ה, און אנהייב יומא. רעלאטיוו שווערע מסכתות פאר א הויכע ספיד שיעור פאר א אינגער ישיבה קטנה בחורל. די טשעלענדזש האט מיר געברענגט סיפוק.

ב) סוגיא אין ישיבה גדולה. מ'האט אפגעשמועסט גאנצעטע סדרים... דורכגעטון יעדע זאך אויפן וועלט, און פארן פארלערנען האט מען זיך געטראפן אונטער דרוק, האט מען שנעל אפגעלערנט אין איין טאג וואס אנדערע האבן געלערנט אין א וואך אדער 2... (און עס איז געווען מגידי שיעור וואס האבן אריין געגעבן א געשמאק. יא, דאס וואס איינער האט פריער געשריבן אז עס איז נישטא.)

חוץ פון דעם, אין שיעור ב' ישיבה קטנה האב איך געהאט א לענגערע שמועס מיט א משגיח, און ער האט גערעדט איבער דעם אז איך פארשטיי דאך יא, פארוואס לערן איך נישט? ער האט גערעדט איבער שכר ועונש, נאך א וועלט, אבער דאס אלעס האט נאר אראפ געברענגט מיין מאראל אז איך בין נישט ווערט.

מיינע עלטערן האבן פארלאנגט פון מיר דאס מאקסימום, אבער זענען געווען אנטוישט ווען איך האב עס נישט צוגעשטעלט. וואס האט אויסגעקלאפט אויף זייערע באציאונגען מיט מיר. (איינער האט געשריבן איבער נישט געבן קיין אנקאנדישאנעל לאוו, איך ווייס נישט וואס פרוינד האט יא אדער נישט געהאלטן, אבער דאכט זיך אז די משל פאר אהבה שאין תלויה בדבר איז אב לבן. ווען איך האב עס נישט באקומען האט עס אויסגעקלאפט אויף די חברים אין חדר...)

איך האב דורכגעליינט יעדעס ביכל וואס איז געווען צו באקומען, געהערט האטליין'ס, און איך האלט נישט אז עס זאל מיר האבן אראפגעברענגט.
ווען איך בין עלטער געווארן און אנטוויקלט א שטערקערע געפיל צו אידישקייט זאכן, האב איך געליינט איבער אידישע היסטאריע, שו"ת ספרים, און אינטערעסאנטע ידיעות אין אידישע ענינים.

איך האב אלס בחור געלערנט ספר מדע פונעם רמב"ם, הלכות קידוש החודש, ספר איל משולש פונעם ווילנע גאון איבער חכמת ההנדסה (כ'מיין מרופט עס טריגאמעטרי), ספר נחמד ונעים אויף ענינים אין אסטראנאמיע, און נאך אסאך אינטערעסאנטע נושאים וואס איך וואלט נישט ווען איך לערן ווען נישט אין די ישיבה וואס איך האב געלערנט.

און אלס טשערי אן טאפ, איך האב אלס בחור געענדיגט נאנט צו א פערטל ש"ס, בעיקר אין אייגענע זמנים.
און קיינמאל באקומען דאס מינדעסטע רעקאגנישן דערפאר, ווייל 'קענסטאך!'... אין אנדערע פעלער איז עס זאגאר געגאנגען 'קענסט דאך יא, וואס דארפסטו לערנען אלעס חוץ פון די שיעורים פון ישיבה?'...

עכ"פ, איך האב נאכנישט מחנך געווען קיין קינדער, איך בין נישט אזוי אלט, אבער איך ווייס וואס איך בין אריבער, און ס'באדערט מיר צו זען א צווייטן אריבערגיין ענליך.

קויף אים ביכער וואס זאלן אריין לייגן תוכן אנשטאט שטותים, לדוגמא איך האב פון די 11-12 געליינט אסאך אסטראנאמיע, עס איז דאן געלאפן אין 'דער בלאט' פארזעצונגען פון הרב יודל דאנציגער, דאכט זיך אז עס איז ארויסגעקומען א בוך דערפון נאכדעם. אבער אין די זעלבע צייט האלט אים נישט אפ פון אויך אנדערע ביכער (עס לאנג עז ס'איז כשר). ס'שארפט אויס דעם מח.

(מ'האקט איבער געפילן און ADHD, יאך בין דוקא נישט קיין ספעציעל געפילישער. ADHD? אפשר יא. קיין פילן האב איך קיינמאל גענומען. על אף דער ישיבה קטנה מנהל האט געסטראשעט אז איך קען נישט צוריק קומען אין ישיבה אן פילן... למעשה זעמיר א זמן דערויף געפארן לערנען אין א ישיבה אין אויסלאנד.)

כן נראה לעניות דעתי, והחולק יחלוק.
אן אנאנימער כאראקטער.
אוועטאר
טייפינג...
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 7:03 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייפינג... »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:59 pm
מיין שאלה איז, פון דיין שטאנדפונקט, וועלכע סארט מעסעדזש איז עפעס וואס די אפרישיעטסט מער, אז ס'איז דא ארבעט און אז מיט ארבעט קומט מען אן? אדער אז אלעס איז גוט, ויישן ויחלום שנית, (צום ווידערזען נאך די 120)?
צווייטע. דאס זאג איך אויך פאר זיך כסדר. (מעגליך אלס בחור בין איך געווען אנדערש, אדער האב איך צופיל זיך אנגעהערט).
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טייפינג... האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:05 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:59 pm
מיין שאלה איז, פון דיין שטאנדפונקט, וועלכע סארט מעסעדזש איז עפעס וואס די אפרישיעטסט מער, אז ס'איז דא ארבעט און אז מיט ארבעט קומט מען אן? אדער אז אלעס איז גוט, ויישן ויחלום שנית, (צום ווידערזען נאך די 120)?
צווייטע. דאס זאג איך אויך פאר זיך כסדר. (מעגליך אלס בחור בין איך געווען אנדערש, אדער האב איך צופיל זיך אנגעהערט).
אקעי.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

גוזמא האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:30 pm

א קינדא עילוי, א טאטע א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער
פארפאלען, נישטא קיין אנדערע עצה, נעם דיר איבער דיינע אייגענע ביינער!

געדענק, 99.99 פון די חינוך פון דיין קינד איז וואס ער זעהט ביי דיר, .01 איז וואס דו הייסט איהם טוהן.
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

א עילוי דארף זיך אויך אויסליפטערן!
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

איך בין נישט דער עילוי׳שער קאפ, אבער above average
בימי ילדיתי ותחילת בחוריתי בינעך געווען פארנומען מיט שיע פיע
די זאך וואס האט מיר געגעבן א שטיפ צום לערנען און צו יהדות בכלל איז געווען איינמאל איך האב פארשטאנען מה חובתי בעולם דורך לערנען ספרי מוסר וחסידות. איינמאל די יסוד איז געווען שטארק זענען זאכן ב״ה געפארן אויף ארויף.
א מענטש נאכדערצו איינער מיט א גוטע קאפ מיז וועלן טאן וואס מהייסט אים, סתם פרעשורן וועט בדרך כלל נישט ארבעטן (האט אויך צו טאן ווי א פאלגזאמער נאטור מהאט, געווענדליך גוטע קעפ זענען אסאך ווייניגער פאלגזאם).
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:04 pm
א וויכטיגע נקודה. איינער פארשטייט די שייכות צווישן עילוי'אישקייט און שוועריגקייט צו מאכן קשרים? אויב יא, לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגן.
א געדאנק פון א פינעפער וואס אסך עילוים זענען.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

שטארק זיך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:12 pm
קען איינער אריינקומען מיט די קרייטעריע פון אן עילוי?

איך טרעף קוקט מיר אויס ווי יעדער איז פון אן אנדער סארט לחלוטין.

בעת @גוזמא רעדט פון דאס ריכטיגע נישט מוגזם׳דיגע עילוי פונעם מעשה ביכל.
זייער א גוטע פראגע.
איך זע נישט אין די אלע נאנט צו א עילוי, ס'איז ווי געזאגט, עילויות האט קרייעטעריעס, ס'איז נישט יעדע גוטע קאפ.
ס'איז עכט דא גאר ווייניג עילוים, גוטע קעפ איז דא אסאך.
כאטש יעדער קען רופן עילוי וועם ער וויל, דער פאפיר איז סובל, אבער באמת האט עס א געוויסע מיין, און ווען דו ליינסט פון דער באקאנטער איזעער עילוי וכדומה פון פארצייטישע מעשה ביכלעך זאלסטו וויסן אז מ'רעדט פון אויסערגעווענליכע מחות וואס גאנצע מדינות האט גע'רעש'ט מיט זיי, ווען וועלט איז נאך געווען וועלט. א שטייגער ווי ר' שלמה קלוגער בצעירותו וכדומה.
צו רעדן פון דא וויפיל איך געדענק כרגע קומט אין קאפ מתבונן וואס דערמאנט אין עילויות, כאטש איך קען אים נאר פון שריפט אויף איין נושא.

ס'איז זייער שווער ארויסצוברענגען וואס עס איז פונקט, ווייל עס איז נישט עפעס פונקט.

איך באטראכט עס בערך אזוי, די מח איז צוטיילט פון אסאך חלקים
לאמיר אנכאפן עטליכע ווי
תפיסה מהירה, און אזעלכע וואס זענען בכלל שנעלע מוחות וואס טוען אלעס שרעקליך פלינק, און אויטאמאטיש זענען אלע מעשי הגוף וואס ווערט געפירט פון מח זייער שנעל, די אויגן די קריאה איז זייער פלינק און די תפיסה אא"ו.
הבנה והיקף, ווי טיף און ברייט מ'פארשטייט ענינים.
זכרון

א גוטע קאפ, וועט געווענליך מיינען אז ער האט איינס אדער געציילטע חלקים פון מח עבאוו עוורידזש, ער כאפט שנעל, צי ער געדענקט גוט, צי ער איז א שטארקער בעל הבנה. רוב מאל ווען מ'נוצט עס ביי אונז ביי קינדער מיינט א גוטע קאפ איינער וואס איז א תופס מהיר.

א עילוי איז עפעס וואס איז אלעס צוזאמען אדער כמעט אלעס צוזאמען מיט אויסערגעווענליכקייט, און דאס מאכט זיך טאקע גאר זעלטן.
די סיבה צום זעלטנקייט איז לכאורה, ווייל די חלקים זענען קעגנזייטיג בעצם, ווען איינס קומט פון ליחות המח און איינס להיפך פון יבשות, ווי דער חתם סופר איז שוין מסביר.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:58 am
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:04 pm
א וויכטיגע נקודה. איינער פארשטייט די שייכות צווישן עילוי'אישקייט און שוועריגקייט צו מאכן קשרים? אויב יא, לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגן.
א געדאנק פון א פינעפער וואס אסך עילוים זענען.
שוין, האסטו געגעבן דעם היתר צו ניצן דא דעם אניאגראם שפראך. יישר כח! ווייל אויב אזוי, דאן מעג איך דאך עס פונקט אזוי ניצן!!!

איז קודם לאמיר קלארמאכן, אז טראצדעם וואס אסאך עילויים זענען 5'ערס, שטאמט נישט דער פראבלעם פון וואס מ'רעדט דא, פון קיין 5'קייט. א 5'ער איז אראפגעבינדן און טראכט, געווענליך, וועט ער האבן חשק צו לערנען, ווילאנג ער קען ניצן זיין דזשעלי.

וואס יא? דער פראבלעם קען קומען פון צוויי מקורות:

1) 4'קייט, וואס אפילו אויב ס'איז צוזאמגעשטעלט מיט 5'קייט, און ממילא וועט ער כסדר זוכן צו דעשיפרירן. דאס מאכט אים טאקע פאר אן עילוי, ווייל ער זוכט כסדר נאך, און ער וועט כסדר זוכן און טרעפן. דאס ברענגט אים אבער צו ניתוק, ווייל גארנישט פשוט איז אינטערעסאנט, און אויך צו מאדנעקייט, ווייל נאר עפעס אנדערש און ניי ווערט באטראכט ווי FOOD FOR THOUGHT. וויאזוי קען מען איבערקייען דאס נעכטיגע עסן?

2) דער ADHD צוזאמשטעל, דהיינו: 7, 2, 5. דאס 7'קייט מאכט אים זייער שטארק אינטערסירט אין נאך און נאך בליצן, ווייל דאס ענדזשויט ער, דאס 2'קייט ברייטערט אויס זיין נפש צו קענען כאפן אסאך, אפילו ווען ער האט עס נאכנישט געהעריג צעקייעט, און פארשטייט זיך דער 5 ערמעגליכט אים צו ניצן דזשעלי. יעצט דער מענטש מוז נישט האבן די אויבנדערמאנטע סיפטאמען, ווייל ער איז נישט אזוי איבערגעטראכט, און זוכט זיך נישט אראפצוקלאפן. אבער עס קען אויסברעכן פון אן אנדער פלאץ, ווייל נייעס האט טאקע נישט קיין מיענינג אבער איז מלא בליצן!!!

יעצט ליינט איבער דעם גאנצן אשכול אין דעם פערספעקטיוו, און האט נישט קיין טענות אז אייער קאפ האט אנגעפאנגען שווינדלען, ווייל ביז יעצט האט מען בעל כרחך גערעדט שלא לענין!!! (יא, צוליב...!!!).

( @כאראקטער 'ס עצה אדרעסירט נאר דעם צווייטן).

נ"ב א 5'ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין קשרים, אבער נישט אז ער האט שוועריגקייטן דערין.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:17 am
loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 2:58 am
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:04 pm
א וויכטיגע נקודה. איינער פארשטייט די שייכות צווישן עילוי'אישקייט און שוועריגקייט צו מאכן קשרים? אויב יא, לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגן.
א געדאנק פון א פינעפער וואס אסך עילוים זענען.

נ"ב א 5'ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין קשרים, אבער נישט אז ער האט שוועריגקייטן דערין.
איה"נ, דאס האב איך געמיינט, למעשה איז דא פון זיי וואס זענען נישט סאשעל.
ווי אויך קען ער האבן שוועריגקייט אין קשרים נישט מצדו, נאר מחמת וואס ער שניידט גראד אריין אן געפילן.. סאו די אנדערע זייט צעקראצט זיך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

loyodea האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:35 am

מסכים. אבער ער וועט טרעפן א צווייטן וואס איז יא גרייט!!!

יעדנפאלס איז נישט ער דער פראבלעם פון דעם אשכול.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4939
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:38 am
מסכים. אבער ער וועט טרעפן א צווייטן וואס איז יא גרייט!!!

יעדנפאלס איז נישט ער דער פראבלעם פון דעם אשכול.
פונעם פות"ה קוקט גראדע יא אויס אז מען רעדט פון א געזונטן 5'ער.
הערט אינטערוויוס, ליינט ביכער, און לערנט אויך.

@כאראקטער איז מעגליך אויך מיט ADHD ווי ער שרייבט אז זיין מנהל האט אים געוואלט לייגן אויף פילן, מילא איז ער נישט אינגאנצן ענליך צום פות"ה.

א פינעווער האט אפט פאקטישע פראבלעמען מיט באציאונגען. וויבאלד ער אנטלויפט אפט דערפון, האט ער נישט קיין עקספיריענס ווען ער וויל עס יא, און ווייסט אפט נישט וויאזוי עס צו עסן.

א פינעווער וועט לאו דוקא זיצן און לערנען ווייל ער טראכט. אים אינטערעסירט אויך די וועלט'ס מאפע, וויאזוי א קאמפיוטער ארבעט, וועלכע טייפ מענטש די מגיד שיעור איז, וכו' וכדו'... ער וויל 'אלעס' פארשטיין.
און ער האט אויך א יצר הרע...

(איך האב אדרעסירט אויך דיין פריערדיגע תגובה, נאר נישט ציטירט באזונדער.)
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א יישר כח פאר דיינע קאמענטארן, און מיר קומען צוריק צום נושא וואס באלאנגט אין אן אנדערן אשכול.

דו רעדסט למעשה פונעם 5'ער וואס האט שטריכן פון 2 און 7, און נישט דער טיפישער 5'ער מיט 1 און 9.

(איך בין מסכים מיט דיר אז @כאראקטער האט שפריצן פון ADHD און דוכט זיך אז דאס האב ארויסגעברענגט פריער אויך, אבער פון זיין מנהל איז נישט קיין ראיה...).

-----

אמר"ש, איך האב באקומען אן אישי אז איך שטער דא דעם פלאו מיט'ן אריינקריכן אזוי טיף און מיט'ן פרובירן צו העלפן די וועלכע פלאגען זיך מיט דער אישו. לויט אים איז דער אשכול מיוחד נאר פאר מענטשן וואס ווילן נעמען דער אישו אלס א תירוץ און אלס א שיינע מעשה, שילדערונגען און פארציילונגען, באגלייט מיט מליצות און משלים און אויסרעדענישן\איינרעדענישן, אבער נישט כדי צו טרעפן א סעלושען.

אלזא, וויל איך וויסן, וויאזוי דער עולם האלט?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4939
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:21 pm
איך רעד דיקא פונעם 5 מיט 1 או 9. דאס איז וואס מען האט אויף מיר געזאגט אין ישיבה...
_
יענער איז גערעכט...
און מיטן פרעגן דא וואס מ'האלט ביסטו ווייטער אין יענע דירעקשן.

די וואס זאגן אז עס איז פאר זיי א חיזוק, זיי זענען טאקע נישט דא צו טרעפן קיין סעלושן. זיי זוכן ניטאמאל אזאנס.
פארקערט. זיי זענען דא צו זאגן פארן פות"ה אז דאס איז נארמאל, און עס טריטן אנדערש ווי א געווענליך קינד מיט זיינע שוועריגקייטן, איז wראנג.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: אן עילוי א ליידיגייער, וועלכע שפראך פארשטייט ער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איל משולש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:30 pm
יענער איז גערעכט...
פיין, דאן ענטפער איך דא.
(די נעקסטע שורה וועגן דירעקשאן, האט נישט אויסגעפעלט לענ"ד).

-----

נאכ'ן זען אז עפעס האבן מיר זיך נישט פארשטאנען, האב איך איבערגעליינט דער תגובה פון פותח האשכול, און ביסט גערעכט אז פון זיינע טרוקענע ווערטער איז נישט מוכרח אז מ'רעדט פון עפעס אנדערש ווי א געזונטער 5'ער (אנטשולדיגט אויך, @יאנאש און @יוד אלף ). איך בין אבער געווארן אוועקגעפירט פון זיינע געוואלדעס, וואס פון דעם האב איך ארויסגעלערנט (אפשר אומריכטיג, זע ווייטער) אז מ'רעדט דא פון אן ADHD טיפ וואס קומט דווקא יא נאך זיינע רצונות (איך בין נישט זיכער אז מ'דארף מסביר זיין מער) און ממילא קען ער פיין לערנען, אבער אויך צו שטארק אריינגעשלעפט אין האצקענען.

אבער באמת קען זיין אז ניין, דאס קינד איז געזונט נאר דער מענטש איז פשוט צוטומעלט ווייל זיינע חלומות אנטרינען אים.

און בלויז דאס איז דער פראבלעם דא!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”