Re: א נייע אידישע פרילענסינג וועבסייט. Zehmizeh.com
איך האב עס נישט גענוצט אבער סדא אסאך פרישע פראיעקטן
סזעהט אויס ווי סגייט אויפן וועג ארויף
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן
איך האב עס נישט גענוצט אבער סדא אסאך פרישע פראיעקטן
דאס איז אן עד אדער א באשרייבונג?Yoely האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:01 pmבס"דרעוואלוציע אין די היימישע וועלט!העכסט פארגעשריטענע 'זה מזה' פלאטפארמע ברענגט צוזאם אידישע טאלאנט פון איבער די וועלט, צו באשטעלן סיי וועלכע ארבעט פראיעקטן צייטליך און עפארדעבל
ביזנעסלייט דרוקן אויס התפעלות: ענדליך איז דא אזא סארט סערוויס אין די היימישע מארקעט מיט אידישע פרילענסערס וועלכע פארשטייען אונזערע געברויכן!
אין א שנעל-גאלאפירענדע וועלט וואס ווערט אלס מער און מער פארגעשריטן פון טאג צו טאג, ווען די אנגענומענע אופן פון ארבעטן גייט אויך אריבער דראסטישע טוישונגען, ברענגט עס מיט זיך נייע מיטלען און געלעגנהייטן צו מאכן פרנסה און טון ביזנעס. היינט צו טאג איז שוין פארהאן א ריזיגע צאל טאלאנטפולע מענטשן אין די גאנצע וועלט, וואס ארבעטן נישט די טראדיציאנאלע ניין-ביז-פינף ארבעטס טאג, נאר זיי מאכן זייער הכנסה דורך אננעמען פריוואטע דזשאבס, און באקומען באצאלט לויט דעם פראיעקט וואס זיי שטעלן צו פארן קאסטומער, זיי ווערן גערופן 'פרילענסערס'.
די נייע וועלט פון פרילענסערס האט געשאפן א נייע ביזנעס צוגאנג!
די נייע ריאליטעט האט שטארק פארגרינגערט פאר ביזנעסלייט אדער אפילו סתם מענטשן, אז אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט געדארפט אויפנעמען א פול-טיים ארבעטער צו טון געוויסע זאכן, אדער זיך ארויסלאזן צו זוכן א קאמפאני זאל עס טון, קען מען עס היינט ארויסגעבן פאר 'פרילענסערס', א פאקט וואס שפארט גאר אסאך צייט און געלט, און האט געהויבן די פראדוקטיוויטעט צום נעקסטן שטאפל.
דא קומט אבער אריין א פראבלעם מיט וואס סיי די וואס ווילן אז ארבעט זאל געטון ווערן פאר זיי, און ווי אויך די מענטשן וואס זענען גרייט צו טון פראיעקטן שטויסן זיך אן דערין, און דאס איז די פראגע וויאזוי קומט איינער אן צום אנדערן? דער פרילענסער וואס ספעציעליזירט זיך אין א געוויסע פאך איז דאך כסדר אנגעוויזן אז איינער זאל זיך דערוויסן פון זיין ארבעט און אים בעטן צו מאכן א פראיעקט, בו בזמן וואס דער וואס דארף דער פראיעקט זאל ווערן אויסגעפירט ווייסט נישט צו וועמען זיך צו ווענדן, ווער איז געאייגענט דערפאר, און צי יענער איז פארלעסליך און פראפעסיאנאל.
ZEHMIZEH.COM ברענגט צונויף דעם ארבעטער מיטן קליענט
דא קומט 'זה מזה' אריין אינעם בילד! די העכסט-פארגעשריטענע ZEHMIZEH.COM וועבסייט האט געלעזט דעם פראבלעם ביים היימישן ציבור, מיטן שאפן א געניאלע דורכברוך, דורכן אהערשטעלן א באקוועמע און סאפיסטיקירטע זייטל, וואס טוט צוזאמברענגן דעם פרילענסער מיטן קאסטומער, צום צופרידנהייט פון בייזע זייטן, כשמו כן הוא 'זה מזה' צו העלפן אידן צו קענען שטיצן איינער דעם צווייטן.
אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט, קען פארשידענע סארט ארבעט ווערן געטון רימאוטלי אויפן קאמפיוטער, דאס מיינט אז דער ארבעטער מוז נישט אריינקומען פיזיש זיך צו טרעפן מיטן ארבעטסגעבער, ער קען אויספירן זיין פליכט בשלימות זיצענדיג ביי זיך אינדערהיים ערגעץ ווייט אוועק.
די נייע 'זה מזה' פלאטפארמע איז א פלאץ ווי סיי וועלכער איד פון אכצן יאר און עלטער וואס צייכענט זיך אויס אין א געוויסע פעלד אדער פארמאגט א טאלאנט, קען זיך אויפסיינען צום סייט, און ארויסשטעלן זיינע קענטעניסן, עקספיריענס, און ביישפילן פון ארבעט וואס ער האט שוין ערצייגט אין די פארגאנגענהייט, אזוי ארום אז ווען איינער זוכט אן ארבעט, קען ער באקומען אלע קלארע אינפארמאציע אויף זיין פעידזש און לויט דעם באשליסן ווער איז דאס מערסטע צוגעפאסט פאר די זאך וואס ער זוכט יעצט.
וויאזוי דער 'זה מזה' סיסטעם פונקציאנירט גרינג און באקוועם
דער סיסטעם גייט צו ווי פאלגענד, ווען איינער זוכט מ'זאל אים מאכן א שיינעם דעזיין פאר זיין פראיעקט, גייט ער ארויף אויף ZEHMIZEH.COM, ער עפענט אויף אן אקאונט און לייגט אריין די דזשאב וואס ער וויל באקומען. יעצט איז די דזשאב אויפן זייטל ווי אלע פרילענסערס קענען עס זעהן, און אלע וואס האב צייט אדער זענען וויליג אנצונעמען אזא ארבעט, קומען ארויף אויפן פלאטפארמע און מעלדן זייער גרייטקייט באגלייט מיט די פרייז וואס זיי ווילן דערפאר.
דער קאסטומער באקומט אן אימיעל אז ס'זענען דא דעזיינערס גרייט עס צו טון, ער קומט ארויף אויפן זייטל און קוקט זיך אים אויף די ליסטע פון דעזיינערס, באטראכט זייער ארבעט, און טוט אויסוועלן איינעם פארן פראיעקט. אצינד דארף ער אריינלייגן דאס געלט, וואס ווערט געהאלטן אין א 'עסקראו אקאונט', און נאר איינמאל ער גייט עס איבער און איז גענצליך צופרידן מיט די ארבעט, באשטעטיגט ער דעם דזשאב, וואס דאן וועט דער דעזיינער ערהאלטן זיין באצאלונג. ארויפסיינען קאסט נישט קיין געלט, נאר ווען איינער באשטעלט אן ארבעט, וועט 'זה מזה' טשארדזשן אן אפצאל סיי פונעם ארבעטער און סיי פונעם ארבעטסגעבער.
באשטעלט יעדע סארט ארבעט וואס קען געטון ווערן פונדערווייטנס
די רייע פון סערוויסעס זענען פון גאר א ברייטע אויסוואל, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון זיי: אקאונטינג און פינאנציעלע סערוויסעס, אדמיניסטראציע און פראיעקט מענעדזשמענט, אודיאו און ווידיאו, ביזנעס סטראטעגיע און קאנסאלטינג, קאסטומער סערוויס און סעילס, דאטא און אנאליטיקס, דעזיין און ארכיטעקט, אייטי, נעטווארק און סאפטוועיר אימפלעמענטינג, מארקעטינג און ברענדינג, סאפטוועיר, מאביל, און וועב דעוועלאפמענט, איבערזעצונג, שרייבן און עדיטינג, און נאך פילע זאכן.
עס איז דא א ליסטע פון עטליכע הונדערט אזעלכע סארט דזשאבס וואס איינער קען זיך נויטיגן דערין, אין אנדערע ווערטער, אלע ערליי ארבעט וואס קען געטון ווערן פונדערווייטנס, אנדעם וואס דער ארבעטער זאל מוזן זיין אנוועזנד דערביי, קען מען באשטעלן אויף דעם סייט, עס איז אפילו פארהאן א מעגליכקייט זיך צו לערנען געוויסע פאכן פון אזעלכע וואס צייכענען זיך אויס דערין.
אידישע פרילענסערס פון אלע עקן וועלט אונטער איין דאך
די הויפט מעלה פונעם 'זה מזה' פלאטפארמע איז, אז עס באשטייט בלויז פון אידישע פרילענסערס, וואס האט אן א שיעור בענעפיטן פאר ביידע זייטן, סיי אז מ'פארשטייט זיך בעסער פארמאגענדיג א פאראייניגטע שפראך און מענטאליטעט, ווי אויך איז דא פארשידענע זאכן וואס נאר א איד קען עס דורכפירן, ווי איבערטייטשן אידישע און לשה"ק באשרייבונגען און ענליכע ארבעט. בעיקר איז די אויפטוה, די פאקט אז ער קען יענעם געטרויען צו זיין אויסגעהאלטן און פארלעסליך, איבערהויפט ווען מ'דארף מיטטיילן סענסיטיווע אינפארמאציע.
טאג טעגליך מאכט זיך סיי פאר ביזנעסער און סיי ביי פריוואטע מענטשן, אז ער דארף א געוויסע ארבעט אבער ס'לוינט נישט אויפנעמען אן ארבעטער דערוועגן, ווידעראום גיין צו א קאמפאני קען אריינציען אין גרעסערע קאסטן, אבער ווען ער גייט צו 'זה מזה', קען ער באקומען די בעסטע און פראפעסיאנאלע ארבעט צייטליך און ביליגער ווי סיי וואו.
באקומט שענסטע ארבעט פאר ביליגסטע פרייזן!
דער סיבה פארוואס דער מהלך איז מער עפארדעבל, וויבאלד געוויסע סארט ארבעט איז אסאך ביליגער אין אנדערע לענדער איבער די וועלט, די פרייזן דארט לויפן אינגאנצן אנדערש ווי לאקאל, וואס געווענליך איז נישטא קיין וועג אנצוקומען צום ארבעטער אין אן אנדער לאנד, מיט 'זה מזה' איז גאר גרינג דאס צושטאנד צוברענגן. א באזונדערע תועלת צו קענען האנדלן מיט מענטשן פון אנדערע פלעצער אין די וועלט, אז ווען מ'וויל טאקע טון ביזנעס אין יענע ארט, איז עס פיל פראקטישער ווען מ'האט אן ארבעטער וואס וואוינט דארט און פארשטייט גוט די צוגאנג פון יענע לאנד אדער שטאט, וואס קען זיין זייער בייהילפיג צו זיין מער עפעקטיוו אין אלע הינזיכטן.
הונדערטער טאלאנטפולע אידן שוין אויפגעסיינט גרייט צו סערווירן קליענטן!
דערווייל איז שוין ב"ה אויפגעסיינט צו 'זה מזה' עטליכע הונדערט פרילענסערס, מערסטענס פון ארץ ישראל און אמעריקע, ווי אויך א צאל פון אייראפע, אלע פון זיי פולשטענדיג גרייט אנצונעמען א ברייטע אויסוואל פון ארבעט, קלענערע און גרעסערע, פשוטע און מער קאמפליצירטע אויפגאבעס, און פילצליגע באנוצער פון אונזער סייט האבן שוין געזעהן געוואונטשענע רעזולטאטן און זענען העכסט צופרידן מיט די ארבעט וואס מ'האט זיי דעליווערט דורך אונזער פלאטפארמע!
'זה מזה' האט א העפליכע שטאב וואס שטייט גרייט אלע צייטן פון טאג ארויסצוהעלפן מיט סיי וועלכע זאך, אויסער דעם וואס עס איז דא א אפטיילונג מיט אלע אפט-געפרעגטע פראגעס פון באנוצער, וואו אלעס ווערט פארענטפערט קלאר און דייטליך.
געדענקט, צי איר זענט א ביזנעסמאן וואס קומט נישט אן צו פארשידענע ארבעט, און ער דארף דעם ריכטיגן קאנדידאט וועלכער זאל עס טון גוט און געשווינד, צי איר זענט א יחיד וואס דארף עפעס א פראיעקט, זאל עס זיין אפשרייבן עטליכע תורות, מאכן א תנאים אלבום וכדו', אדער סיי וועלכע גרעסערע זאך, קומט ארויף צו ZEHMIZEH.COM, און איבערצייגט אייך אליין איבער די געשמאקע און פראקטישע סיסטעם, וואס איינמאל איר וועט עס אנהויבן נוצן וועט איר צוריקקומען איינמאל און נאכאמאל!
לכו והתפרנסו: פרובירט ZEHMIZEH.COM און זעהט דעם דיפערענץ!
גא"מ לכל הנ"ל.ווילער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:55 pmס'איז אביסל זייער פארנעפעלט דארט, כ'האב געגעבן א פראפאזעל פאר איינעם דארט און איך הער דערווייל נישט צוריק, און איך קען נישט וויסן צו כ'זאל אננעמען אנדערע ארבעט ביזדערווייל, הלוואי וואלט געווען אן אפציע צו קאנטעקאן דער וואס זוכט די ארבעט און אים פרעגן וואס טוצעך, אפשר האט ער א שאלה וואס קען אים העלפן מאכן די דעסישן.
אבער עטליעסט זאל מען קענען קאנטעקטן דער וואס זוכט צו הייערןDeals האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:29 pmס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.
די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
איקזעקטלי,כ'וויל אים אפפערן געוויסע זאכן וואס איז שווער צו שרייבן אין א פראפאזעל, אויך אויב האט ער זיך נישט גוט ארויסגעברענגט קען זיין אז מען מיט א קלייניגקייט אים בעסער צופרידן שטעלן אויב מען קען זיך מיט אים פראבינדן.פיטום האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:33 pmאבער עטליעסט זאל מען קענען קאנטעקטן דער וואס זוכט צו הייערןDeals האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:29 pmס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.
די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
אדער זאל יעדער וואס האט געשיקט א פראפאוזעל באקומען אן אימעיל ווען יענער האט געהייערט א צווייטען, אזוי ווייס איך אז די דזאב איז אויס און איך קען נעמען אנדערע ארבעטפיטום האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:33 pmאבער עטליעסט זאל מען קענען קאנטעקטן דער וואס זוכט צו הייערןDeals האט געשריבן: ↑ דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:29 pmס'איז טאקע א פראבלעם. אבער ער קען באקומען אסאך פראפאזעל'ס. זאל ער יעצט קאנטעקטן אלע וואס האבן אפלייעט? ער נעמט איינעם און שוין.
ס'איז פונקט ווי מ'אפלייעט פאר א דזשאב, רוב מאל וועט מען נישט באקומען קיין ענטפער.
די שיק ווייטער און ווער ס'וועט דיך וועלן וועט דיר נעמען.
נישט ממש אזוי, ווייל זיי שרייבן אז זייער תנאים איז נאר פאר שארט טורם ארבעט נישט פאר לאנג טורם, סוי איין מאל זיי זענען דיך מחליט צו ניצן עמטליך ווייס איך נישט אויב מען מוז ארבעטן דורך זיי