איך האב געזעהן אין איינע פון די אויסגאבעס (איך געדענק נישט וועלכע) איבער א נייע אידישע וועבזייטל פאר פרילענסינג Freelancing בלע"זזה מי זה האב איך מיך אויפגעסיינט סאיז געווען 3 פראיעקטן אוועילעבל 1. Type לשון הקודש 2. Part Time Bookkeeping 3. Logo האבך געשיקט א מעססעדזש פאר די ערשטע צוויי אין קול ואין עונה שוין עטליכע וואכן וואס סאיז נישטא קיין שום אפדעיט נישט קיין ענטפערס נישט קיין נייע פראיעקטן ניטאמאל א אפדעיט אויף זייער לינקעדין פעידזש ווענד איך מיך דא צו אייך אויב די האסט אן אהנונג וואס סגייט פאר ביטע לאז וויסן
I'm writing to you regarding your inquiry on ZMZ. You asked why you haven't seen movement on the site...
As far as why there are no new projects, that's natural - ZMZ has not officially opened. We're still finalizing a few features, so clients have not been given the go ahead to post. Anyone that's registered now is only pre-registered.
I can't speak to why these specific freelancers haven't responded to your proposal, but knowing that we're still in testing mode, there's a good chance they posted these projects as tests in the first place. I can reach out to them for you to confirm.
God willing, we'll be announcing the official launch soon! We'll keep you posted.
Freelancing is a type of self-employment. Instead of being employed by a company, freelancers typically work as self-employed individuals providing services on an hourly or project basis
A freelancer can work from home and set their own hours
There are many different types of freelancers such as designers, writers, programmers, translators, project managers, and so on.
איינע פון די הויפט זאכן וואס האט זיך געטוישט אין די עקאנאמיע אין די לעצטערע יארן זייט קאוויד, איז אז מענטשן זוכן ווי מער ארבעט זיי קענען ארויסגעבן פאר אנדערע מענטשן און באצאלן אויף די פראיעקט, אנשטאט צו דארפן אויפנעמען נאך ארבייטערס. אבער וואו טרעפט מען היימישע גוטע ארבייטער וועלכע קענען מיר העלפן מיט ביזנעס פראיעקטן? האבן מיר זיך פארבינדן מיטן אייגענטומער פון די נייע פלאטפארמע "זה מזה" וועלכער איז געגרינדעט געווארן צו העלפן ביזנעס אייגענטומער טרעפן די ריכטיגע מענטשן פאר וועמען ארויסצוגעבן פראיעקטן.
לאמיר קודם הערן וואס איז "זה מזה"? "זה מזה" איז א פשוטער געדאנק וואס איך גלייב אז אסאך האבן שוין געטראכט עטליכע מאל דערפון. אין יעדע ביזנעס איז דא זאכן וואס דארף ווערן געטון, אבער ס'איז נישט עפעס וואס לוינט זיך אז די ביזנעס זאל אויפנעמען א ספעציעלע ארבעטער פאר די ארבעט, מען דארף גיין זוכן איינעם וואס קען עס טון פאר אפאר דאללאר, געווענדליך האט דער ביזנעס מאן צוויי ברירות אדער קען ער פראבירן צו טרעפן א לאקאלע היימישע קאמפאני וואס קען עס טון, אדער קען ער זוכן א גוי'שע קאמפאני אדער מענטש ערגעץ אין די וועלט פארוועם ארויסצוגעבן די ארבעט. אבער ביידע פון די אפציעס זענען נישט צו פראקטיש, ווייל לאקאלע קאמפאניס זענען זייער ביזי און טייער און ס'איז זייער אסאך מאל נישט פראקטיש זיי צו נוצן, און טרעפן א גוטן גוי איז נישט גרינג און פאר די באקוועמהייט פון מענטשן איז מער געראטן צו האנדלען מיט א איד וואס קען דיין שפראך און געברויך. ZEHMIZEH.COM איז א פלאטפארמע וואס ברענגט צוזאם אידן פון די גאנצע וועלט, אז דער וואס זוכט ארבעט און דער וואס זוכט אז א פראיעקט זאל ווערן געטון, זאלן זיך קענען פארבינדן און אזוי זאל די ארבעט געטון ווערן. ס'איז זה נהנה וזה נהנה.
אונטערעסאנט, אפשר קענט איר אויסרעכענען עטליכע סארטן פראיעקטן וועלכע מענטשן זוכן ארויסצוגעבן און קענען טרעפן גוטע מענטשן דאס צו טון אויף זה מזה? ס'איז דא זייער א לאנגע ליסטע פון זאכן, א יעדע זאך וואס קען ווערן געטון דורך א קאמפיוטער קען ווערן ארויסגעגעבן אויף זה מזה, צום ביישפיל: גרעפיקס, D3, ארכיטעקט, מסדר זיין אינפארמאציע, בוקקיפינג, שרייבעריי פראגראמינג, פרעזענטאציע, איבערטייטשן פון איין שפראך צום צווייטן, מארקעט ריסוירטש, און נאך. און באמת נעמט דאס אריין נישט נאר זאכן וואס ווערן געטון ביים קאמפיוטער, נאר זאכן וואס דארפן נישט געטון ווערן פנים אל פנים, עס קען געטון ווערן ווען דער ארבעטער געפינט זיך אויף די אנדערע עק וועלט, ווי למשל קאסטומער סערוויס ביי א פראיעקט וואס קען געטון ווערן ווען דער ארבעטער געפינט זיך מעבר לים.
וואס זענען די פארשריפטן צו קענען ווערן אן ארבעטער? צום ערשט דארף מען זיין א איד, זיין אכצן יאר. אריינלייגן אין סיסטעם זיינע טאלאנטן, קענטעניסן און עקספיריענס. פונקטליך וואס ער קען טון, וואס ער האט שוין געטון, אזוי אז ווען איינער וואס זוכט אן ארבעט און קוקט אויף זיין page זאל ער באקומען א קלארע בילד פון זיינע פעאיגקייטן. מיר גייען איבער יעדן פראפייל צי ער קען ווערן באשטעטיגט צו דינען אלס freelancer.
וואו וואוינען די מענטשן וואס טוען די ארבעט אויף זה מזה? זה מזה איז אפען פאר סיי וועלכער איד פון איבער די וועלט פון אכצן יאר און העכער, וואס וויל טון סיי וועלכע ארבעט בעיקר אויפן קאמפיוטער פאר אנדערע מענטשן.
יעצט ביטע זייט מסביר וויאזוי דער סיסטעם גייט, לאמיר זאגן איך דארף א לאגא, וואס דארף איך טון, שמועסט אויס וויאזוי עס ארבעט? ווען ראובן דארף א לאגא, ער וויל א שיינע זאך, ס'זאל זיין גרייט אין צוויי טעג און ער וויל נישט צאלן קיין סאך, גייט ער ארויף אויף ZEHMIZEH.COM און עפענט אן אקאונט, און פאוסט א דזשאב אז ער דארף א לאגא. נאכדעם וואס די דזשאב איז געפאוסט געווארן, שיקט די וועבסייט ארויס אן אי-מעיל צו אלע דיזיינערס אויף די פלאטפארמע אז ס'איז דא א דיזייניג פראיעקט וואס איינער דארף, די אלע דיזיינערס וועלכע זענען אינטערעסירט און האבן די צייט יעצט צו ארבעטן דערויף וועלן קומען צום פלאטפארמע, און אריינלייגן אז זיי זענען גרייט צו טון די ארבעט און וויפיל געלט זיי ווילן דערפאר. דאן באקומט ראובן אן אי-מעיל אז ס'איז דא דיזיינערס וועלכע זענען גרייט צו טון די ארבעט, ער קומט ארויף אויפן פלאטפארמע און ער קוקט אדורך די ליסטע פון די דיזיינערס וועלכע זענען גרייט צו טון די ארבעט, ער קען זען זאכן וואס זיי האבן געטון אין די פארגאנגענהייט, און צי ער האט ליב זייער סטייל, ער קען זעהן וויפיל זיי בעטן פארן מאכן די לאגא און אזוי אויך די צייט ווען זיי קענען עס האבן גרייט. בלייבט איבער פאר ראובן צו אויסוועלן איין דיזיינער מיט וועמען ער וויל ארבעטן, ער לייגט אריין די געלט אין אן עסקראו אקאונט (דאס מיינט אז די פלאטפארמע האלט די געלט צו זיין פארזיכערט אז דער ארבעטער ווערט באצאלט) און ער שיקט א מעסעדזש צום דיזיינער מיט די דעטאלן פון די דזשאב, דער דיזיינער מאכט דעם לאגא און שיקט עס צו ראובן, וועלכער קען עס אקצעפטירן אדער קען ער בעטן געוויסע זאכן וואס מען זאל טוישן. ווען ראובן איז העכסט צופרידן מיט זיין לאגא, באשטעטיגט ער דעם דזשאב אויפן פלאטפארמע און די געלט ווערט אויטאמאטיש געשיקט צום דיזיינער. און דאס זעלבע איז מיט יעדע סארט ארבעט וואס מען זוכט ס'זאל געטון ווערן.
ס'הערט זיך ממש ווי א חלום, איז שוין געווען מענטשן וואס האבן געמאכט לאגאס אויפן פלאטפארמע? יא, ס'איז שוין געווען עטליכע מענטשן וועלכע האבן געמאכט לאגאס אויפן פלאטפארמע, פאר בערך הונדערט דאללאר.
וואס איז דער פשט אז דיזיינערס קענען מאכן לאגאס פאר הונדערט דאללאר אין צוויי טעג, ווען ביז היינט האט עס געדויערט אפאר וואכן און געקאסט א מינימום פון צוויי טויזנט דאללאר? ס'איז א גוטע קשיא, לאמיר עס פראבירן בעסער אויסצושמועסן, קודם כל אויף אונזער פלאטפארמע איז אויך דא דיזיינערס וועלכע בעטן צוויי טויזנט דאללאר פאר א לאגא און ס'איז דא וואס בעטן הונדערט דאללאר, ס'איז שטענדיג געווען דיזיינערס וועלכע האבן געבעטן אסאך און אזעלכע וועלכע האבן געבעטן ווייניגער, צומאל האט עס צוטון מיט די עקספיריענס וואס דער מענטש האט און צומאל מיט וואו דער מענטש וואוינט. ס'איז דא פלעצער אויף די וועלט וואו הונדערט דאללער איז גענוג אויף צו לעבן פאר צוויי טעג, און ס'איז דא פלעצער וואו הונדערט דאללאר איז נישט גענוג צו לעבן פאר צוויי שעה. דאס זעלבע איז מיט גראפיקערס, טרענסלעיטערס, ארכיטעקטורס וכדו', וואס אין אסאך פעלער וועט אן ארבעטער פון ארץ ישראל בעטן א ביליגע פרייז פאר די ארבעט הגם ער טוט דאס די זעלבע גוט ווי דער פון אמעריקע. דער פראבלעם ביז היינט איז געווען אז ס'איז נישט געווען קיין געהעריגע וועג פאר די צוויי מענטשן זיך צו טרעפן, פון איין זייט איז דא טויזענטער מענטשן איבער די וועלט וועלכע דארפן אז זאכן זאלן געטון ווערן פאר זיי, און פון די צווייטע זייט איז דא טויזענטער מענטשן וועלכער זענען גרייט צו טון די ארבעט, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין וועג זיך צו טרעפן, און דאס איז וואס ZEHMIZEH.COM איז דא צו העלפן.
איז מעגליך זיך צו פארבינדן איינער מיטן צווייטן אינדרויסן פונעם פלאטפארמע? זייער גוט געפרעגט, ס'איז אויסדריקליך געמאכט געווארן צו טון די ארבעט נאר אויפן פלאטפארמע, יעדער וואס נוצט דעם פלאטפארמע איז עס על תנאי אז ער גייט נאר ארבעטן מיטן מענטש אויפן פלאטפארמע, און אזוי אויך די געלט גייט ווערן באצאלט נאר דורכן סיסטעם. די פלאטפארמע איז נישט קיין דירעקטארי געוואויר צו ווערן ווער עס טוט די ארבעט, נאר איז געמאכט צו העלפן מענטשן ארבעטן און באצאלן אויף זייער א גרינגע וועג, און אזוי אויך צו האלטן די געלט פארזיכערט.
וואס זענען די מעלות פון נוצן דוקא אידן פאר די סארטן ארבעט? ס'איז דא עטליכע מעלות, די ערשטע פארשטייט זיך איז אז מען שטיצט א איד, אויסער דעם איז דא אסאך ארבעט וואס א גוי קען נישט טון, ווייל ס'איז לשון הקודש אדער אידיש, ווי למשל איבערשרייבן א שטר פון אידיש אדער לשון הקודש צו ענגליש, אדער מאכן א יחוס בוים פאר די משפחה, א.א.וו. אויך איז דא אסאך מענטשן וואס וועלן זיך בעסער פארשטיין מיט א איד, צום ביישפיל א מענטש וויל איינער זאל אים העלפן יעדע וואך מיט צוויי שעה בוקקיפינג, איז אויב זיין ביזנעס איז א אידישע ביזנעס, וועט א איד אסאך בעסער פארשטיין ווי אזוי צו ליינען און פארשטיין די באנק און קרעדיט קארד סטעיטמענטס. דאס זעלבע ווען ס'קומט צו מאכן א לאגא אדער א דעזיין וועט א איד סאך בעסער פארשטיין דערצו. ס'איז אויך דא מער טראסט ווען מען האנדלט מיט א היימישן איד און מען מען קען אויסשמועסן סענסיטיווע אינפארמאציע.
איז זה מזה געאייגענט נאר פאר ביזנעסער, אדער אויך פאר אינדיווידועלע מענטשן וועלכע זוכן אן ארבעטער? זה מזה איז דא פאר יעדעם איינעם וואס זוכט איינער זאל אים טון א דזשאב. למשל איינער זוכט איינער וואס זאל אים אפטייפן זיינע תורות, אדער מאכן א בעיבי אדער תנאים אלבוים, אא"וו. און דא קומען מיר ווייטער צוריק צום פונקט פארוואס די ארבעטער קענען נאר זיין אידן, ווייל די דערמאנטע דזשאבס קען נאר געטון ווערן דורך א איד. נאר א איד וועט פארשטיין דיין געברויך.
אויף דעם סיסטעם קען מען נאר טרעפן איינעם וואס זאל מיר טון א דזשאב, אדער קען איך טרעפן אז איינער זאל מיר 'אויסלערנען' א פאך? זיכער! ביי זה מזה קענסטו געניסן פון סיי וועלכע הילף א צווייטער קען דיר טון ווען ער איז אויף די אנדערע עק וועלט. דעריבער אויב קען די טרעינירונג געטון ווערן remotely, דאן קען דאס געטון ווערן דורך אונזער פלאטפארמע.
עס קאסט געלט צו זיין אויפגעסיינט אויפן סיסטעם? צו זיין אויפגעסיינט קאסט נישט קיין געלט, אבער אויב גיבט איר ארויס אן ארבעט אדער איר טוט אן ארבעט פאר איינעם, דאן בעטן מיר א טשארדזש סיי פון דער וואס בעט די ארבעט, און סיי פון דער וואס טוט די ארבעט.
וויפיל מענטשן זענען שוין אויפגעסיינט אויפן סיסטעם? יעצט נאך פארן ארויסגיין אין פובליק, איז דא אויף זה מזה בערך פינף הונדערט עקספערטן וועלכע זענען גרייט צו ארבעט, רוב פון די מענטשן זענען אין ארץ ישראל אדער אמעריקע מיט וועמען מיר האבן געשאפן פארבינדונגען און זיי ארויפגעלייגט אויפן סיסטעם, אבער ס'איז אויך דא עטליכע פון לאנדאן און אנטווערפען.
קען דאס אויך ארויסהעלפן ווען מענטשן ווילן טון ארבעט מיט מענטשן פון אויסלאנד? יא, זייער א גוטע נקודה, ס'איז דא למשל מענטשן וועלכע זוכן הילף אויף צו בויען זייערע פראדוקטן אין אייראפע אין זיי דארפן הילף פון מענטשן וועלכע וואוינען דארט וועלכע קענען די שפראך און פארשטיין צו די מארקעט דארט.
וויאזוי איז דער קאסטומער סערוויס? זייער שטארק. מיר האבן א שטאב וועלכע געבט זיך אפ צו באדינען די קליענטן אגאנצן טאג. סיי ווער ס'האט א קאמפלעין גייט צו HELP און מ'שיקט א פארלאנג וואס מ'וויל, און מען ווערט באלד געענטפערט. חוץ דעם האבן מיר אן אפטיילונג פון FAQ, דארט איז דא צענדליגער סארט פראגעס וואס מענטשן האבן איבער דעם סיסטעם, מיט בייגעלייגטע ענטפערס וויאזוי זיך צו באגיין אויף יעדן שריט
איך זעה אויך אז א קאמפאני קען זיך אויפסיינען פאר א פרילענסער אלץ אן Agency. ס'הייסט אז סיי וועלעכע סערוויס קאמפאני קען זיך דארט פארברייטען.
געדענק אבער אז דו וועסט דארפן באצאלן 9% קאמישען (אויסער די 3% וואס די קוסטעמער באצאלט) לעולם ועד פון דעם קוסטעמער... נישט ווי אין אפווארק וואס דו קענסט טון וואס דו ווילסט וד"ל
Financial Consultant & CFO זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי. One hour consultation free
איך זעה אויך אז א קאמפאני קען זיך אויפסיינען פאר א פרילענסער אלץ אן Agency. ס'הייסט אז סיי וועלעכע סערוויס קאמפאני קען זיך דארט פארברייטען.
געדענק אבער אז דו וועסט דארפן באצאלן 9% קאמישען (אויסער די 3% וואס די קוסטעמער באצאלט) לעולם ועד פון דעם קוסטעמער... נישט ווי אין אפווארק וואס דו קענסט טון וואס דו ווילסט ודי
יא, אויך אפווארק איז א גוישע קאמפעני, א יודישע קאמפעני איז אסור צו באשווינדלען במישרים או בעקיפין