דו שטייסט א פארשוויצטער אין גראסעריי, ס'איז ערב פסח, שוין געשטאנען היינט צוויי שעה און אריינגעפלייסט ווי א פראפעסיאנאלע שר האופים צו באקן דיין אייגענע חבורה מצוות, און באקומען אפאר צובראכענע שויבן און א יאג ארויס.
שוין געשוירן ביים שמש ר' מרדכי'ס ריינקאפ שערעריי אויפן אייקאנישע טריפל זערא.
יעצט איז מען געגאנגען אויף א בעיבי-סיטינג מיסיע ארויסצונעמען די קינדער פון שטוב און איינקויפן די לעצטע וויכטיגע סטאף פאר יום טוב.
די חזרת, ספעצילע פיצי כרפת קארטאפל וואס מ'ברענגט נאר אריין פאר פסח , און בודק לעטיס פאר דיין אויפגעקלערטע בחור'ל וואס האלט שוין נישט ביים שלינגן דעם פערדן רעטעך און פילן א שטיקל טעם אין וואס אונזערע זיידעס האבן געשפירט אין מצרים.
די קינדער שלעפן ביי אלע זייטן און מ'פארשטייט שוין די חשבון פון די בעל תוסיף אויף די מצוה פון ציצית, מ'האלט שוין ענדליך ביים עק פונעם געשעפט און מ'שטייט שוין אין די ליין פאר צען מינוט.
אט מערקט ער דעם דשינדשי רעדשעסטער וואס שיסט אים אייביג עדיטוט אפי' אין די רוהיגע זומער נאכמיטאג'ס , אבער ס'איז שוין צו שפעט צו טוישן ליניע, זיין קאר-פול קארטל וועט אים קיין סאך נישט העלפן.
שוין רעב טוביה גיבט זיך א עצה ער קומט אן צו מאגאזין סטענד און אנשטאט פאקסירן אויף די האלבע ליידיגע יחץ, לאזט ער זיינע קינדער זיך א לאז טהון אויף די רכוש פון ליין מאטריאל וואס שטייט אים אזוי פארנט פון די אויגן.
אבער וואס ער האט נישט געכאפט איז, אז בלויז צען מינוט דערויף איז ער געווארן א ריזיגע בעל חוב, יעדער פון די קינדער האט געדארפט האבן די זכות פון אהיים נעמען נאך אזא בינטל פון 15 דאלארדיגע מאגאזינען מיט עדס, און דאס איז חוץ פון די דריי וואס ער דארף סייוויסיי קויפן פאר די אשת חיל מי ימצא.
שוין, מיט א שווערן מוט לייגט ער אריין די הויפן מאגאזינען ביי זיך אין וועגעלע וועלכע איז שיעור איינגעפאלן, כאמאזל ער האט די קעיס גרעיפ דשוס דערונטער צו אונטערהאלטן די פאדערשטע טייל וואס איז נישט באהאפטן געהעריג צום אונטערשטן טייל וועגעלע און ער שפאנט פאראויס מיט קאנפידענץ.
די מאשין וועלכע מעלד פאר די גאנצע גראסערי אז יעצט 'עז ווי ספיק' ווערט געסקענט א אייטעם קלונגט מיט גרויס אייפער , א ערך פון זיבעציג מאל קעגן די בשבעים נפש, און ער נעמט ארויס זיין קארטל, די מאשין טוישט איר טאן און גיבט די אנדערע מין קלונג, דיקליינד.
טוביה פרעגט וואס גייט דא פאר, איך ווייס אז מיין קארטל איז טאקע היפש אנגעשטרענגט אין די ערב יום טוב טעג, אבער כ'בין א איד מיט א בודזשעט, איך שפענד יעדער חודש פינעף הונדערט דאלער מיט א בודשעטינג קאנסאלטענט צו זיכערמאכן אז איך ספענד ווייניגער אויף פעסט-פוד און פארקינג טיקעטס, כ'האב געוויסט אז כ'האב נאך אזא פאר מאה'לעך צו גיין, לאמיר זעהן דעם ביל, ער כאפט דעם ביל און דערזעהט דעם בראך !
די טייערע מאגאזינען מיט דשאנק מעיל פון יעדע היימישע קאמפאני וואס פארעמט אויס זיין פראדוקט ווי א קעמל ביים טויער פון א פיראמיד, סידאך פייסעך , דער זיידע עסט יאוגערט אויף א היסוב בעט , דער פעין ריליעוו ווייטעמין סקעם שרייט וימררו לעקט אויס די חרוסת פון קערה אראפ צו וואשן די שארפע מרור , און דער פראגלאמירט 'דאונט בי עי סלעיוו , טא יאור פיינענסעס' מיט א בילד ווי א מצרי שמייסט שטיקער פון א טאטע וואס טהוט מאמע ארבעט און 'ווייס ווערסא''... קאסט אפ 285$ !
דער דשינדשי זאגט, ראביי איך האב נישט קיין צייט מ'קען נישט קלאצן אין זיך טענה'ען אויף פרייזן אין אזא צייט, ער הייבט אויף זיין קאפ און זעהט ווי עטליכע מאמע'ס נעמען שוין קעיר פון די קינדער נישט צו טייטלען מיטן אגודל, מיט מה נשתנה סטייל פראגן, אזויווי, וואס גייט פאר מיט יענע טאטע, פארוואס האלט ער אויף די גאנצע ליין ?
פלוצלינג רופט זיך אן א קלוגער איד, האלא דראפ די גאנצע בונטל קש און נאטייך דעם ''פליישיג'' מאגאזין פאר פרי און גיי אריין צום יום טוב ווי א מלך פרעה מיט אפאר דאלאר אין טאש.
פליישיג - א פראיעקט דורך ראובן גרין, אינאיינעם מיט פילע טאלאנטפולע שרייבער.
מארגן קומט ארויס די דעקל, און שטייט געשפאנט פאר די פרייע פי די עף.
טעגליכע נייעס + האט אויך געמישט די טעפל אין די פראיעקט.