בלאט 1פון 1

תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm
דורך Gevald Geshrigen
ווייס איך נישט צו דאס באלאנגט ביי זכרונות אדער ביי על הצדיקים אדער ביי ימות עולם.

האב איך באגעגנט דעם בלט ביי דעם לינק:

https://library.hungaricana.hu/en/view/ ... 0&layout=s

ביי די קומענדיגע צעטלעך זענען נעמען פון פארשידענע תלמידים און פאזיציעס וואס זיי האבן געהאט אין ישיבה

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:39 pm
דורך עשתונותיו
אין תולדות ערוגת הבשם [די נייע] איז די א פולע רשימה פון תלמידים, פון אזעלכע קונטרסים, איז דאס שוין אונעם ליסטע, אדער איז דאס נייעס?

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:01 pm
דורך Gevald Geshrigen
ווייס איך נישט.

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
דורך Gevald Geshrigen
דוגמא

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:08 pm
דורך Gevald Geshrigen
עוד דוגמא

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:08 pm
דורך Gevald Geshrigen
ועוד

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:10 pm
דורך דער צופרידענער חיים
אגב די אלע שטובער וואס זינגען דעם באקאנטן 'שלום עליכם' פונעם ערוגת הבושם, זייער זיידע ווארשיינליך איז א תלמיד

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:11 pm
דורך Gevald Geshrigen
אינטערסאנט אויך די קאטשקערייען און מעלערייען

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:15 pm
דורך Gevald Geshrigen
עשתונותיו האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 4:39 pm
אין תולדות ערוגת הבשם [די נייע] איז די א פולע רשימה פון תלמידים, פון אזעלכע קונטרסים, איז דאס שוין אונעם ליסטע, אדער איז דאס נייעס?
מיין מטרה איז נישט אזוי ווייט אלס די תלמידים ווייל עס איז נישט די גאנצע רשימה פארשטייט זיך
אויפן בלאט פון זיין זון בעל מגדלות מרקחים איז דאנאר זיגלעך מיט זיין נאמען און שטאט
אנדערע איז דא קאטשקערייען און אויך וועלכע גבאי ער איז געווען און אזוי ווייטער
עס איז דא ביי דעם לינק אביסל ווייניגער ווי 200 בלעטער

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:34 am
דורך חצקל חצקל
Gevald Geshrigen האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 3:21 pm
ווייס איך נישט צו דאס באלאנגט ביי זכרונות אדער ביי על הצדיקים אדער ביי ימות עולם.

האב איך באגעגנט דעם בלט ביי דעם לינק:

https://library.hungaricana.hu/en/view/ ... 0&layout=s

ביי די קומענדיגע צעטלעך זענען נעמען פון פארשידענע תלמידים און פאזיציעס וואס זיי האבן געהאט אין ישיבה
אינטרסאנט, זיכענדיג פארשידענע זאכן בין איך אנגעקומען צו די זעלבע מקור פון די ספר הזיכרון.
ווער עס קען די אויסטערלישע חתומה פון די צעהלימער רב זצ"ל
קען זעהן אויף בלאט 135 די התחלה פון די סארט חתימה פון לוי יצחק גרינוואלד .
אויף בלאט 91 איז דארט אויך דא א חתומה פון...ה'ק...... גרינוואלד בן הרה'צ מוהר'מ זצללה'ה 'הכ'מ'
אויך מיט דא סארט געדאנק פון די חתומה .
נישט קלאר גענוי צו דאס איז אויך די צעהלימער רב אדער די זוהן משה ?
ווער האט געשריבן די הערליכע מאלערייען , די בחורים זעלבסט?

Re: תלמידי ערוגת הבושם

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:52 am
דורך Gevald Geshrigen
די מאלערייען איז גאר אינטערסאנט און האט אסאך אנדערע סטיילס און מען זעט עס איז בחורישע ארבעט

איך האב עס געטראפן בדרך אגב אויף יענעם וועבסייט וואס בעצם איז עס א גאלדגרוב און איך האב שוין געטראפן ממש אוצרות פון א היסטארישן שטאנדפונקט און המנהג שלי אז ווען איך טרעף עפעס וואס לדעתי אז עס איז אינטערסאנט פארן עולם וועל איל אהערשטען אפאר בלעטער

איך האב געטראפן דארט:
רעפארטס פון קהילות משנת תש"ד נאך וואס די דייטשן האבן איינגענומען
חברה קדישא בוך פון יאנאשהאז (מיין באבע קוט פון דארט) וואס איז א גאר ווערטפולער ארטיקל פאר היסטאריע פון א שטאט
די תלמידי ערוגת הבושם
א סענסוס פון קארפאטן רוס פון הונדערטע שטעטלעך פון שנת תרפ"א. איך האב געטראפן אין מונקאטש משפחת החקל יצחק יעדעם איינעם אלע קינדער וורסהאבן דארטן געוואוינט ובתוכם די עלטערן פון ר' הערשעלע ספנקער זי"ע (ער אליינס איז נאכנישט געווען געבוירן דעמאלטס) און אויך פון האדמו"ר ר' יעקב יוסף מבני ברק ושלחתי העתקה לידידי ממשפחת האדמורי"ם לבית ספינקא
אויך האב איך עס געשיקט צו איינעם העוסק בתולדות משפחת המנחת אלעזר ודרכי תשובה און ער האט אויך געטראפן ווערטפולע אינפארמאציע
אויך איז דאדארטן טעקס רעקארדס פון שטעטלעך משנות תק"כ/תק"ל וכדומה
ועוד ועוד
איך רעד שוין נישט פון צייטונגען אויף אונגאריש נייעסלעך לדוגמא און פארשידענע געגנטער ווי א יעדע געבורט/חתונה/טויט איז געווען באשריבן מיט אן עמטליכער ליסט פון די רעגירונג און שידוך שליסונגען

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: