להלכה, שכר לימוד על מי

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בעל קורא
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

להלכה, שכר לימוד על מי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

בהמשך צו viewtopic.php?t=65555 אל בנותי כי מר לי מאד מכם
בעל קורא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:54 am
מיט עטליכע יאר צוריק, ווען אני הדל האב געהאט א תפקיד אין א מוסד חינוך, איז צומיר צוגעקומען א גרויסער תלמיד חכם וואס האט מיר אביסל געקענט, ואלו דבריו, לויט דיין געשטעל זעה איך א פאטענציאל אז דו וועסט נאך אמאל באזעצן א תפקיד פון מנהל, אלזא זאלסטו וויסן אז ווען עס מאכט זיך א פאל, וואס איז ליידער זייער מצוי, אז עלטערן זענען נישט ביכולת צו צאלן שכר לימוד טאר דאס בשום אופן נישט זיין קיין אפהאלט פון אננעמען-האלטן קינדער אין מוסדות. ער האט געהאט אויף דעם א גאנצע אריכות דברים, ובאמת האט ער עס אנגעכאפט מיסודו טענהנדיג אז הלכה'דיג איז די געברויך פון אוועקשטעלן מוסדות, סיי פאר אינגלעך סיי פאר מיידלעך, בגדר צרכי העיר, וואס איז בעצם וראשונה מוטל אויף אלע בני העיר (כמבואר ביו"ד ובחו"מ), צו דערצו האט ער געוואוסט פון א הוראה פון הג"ר מנדל שאפרן אז עס איז די אחריות המוסדות, כלומר אז אין אנפירן א מוסד ליגט די אחריות צו דעקן די קאסטן פון דארט וואו עס דארף קומען. ועוד האריך אז עס איז נישט שייך צו הייסן עלטערן גיין נאך צדקה פאר זיך, אויף א זאך וואס איז בעצם מוטל אויפן ציבור, מען ווארפט איהם אריין אין בזיונות וואס קומט איהם בכלל נישט, משא"כ ווען דער מוסד גייט פאר געלט פארן קיום המוסד.
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:13 am
אפשר זענט איר אויך א חלק פונעם ציבור וואס דארף זיך זארגן פאר חינוך הבנים והבנות און איר זאלט אליין גיין נאך געלט פאר דעם צוועק? פארוואס דארף די מוסד גיין נאך געלט פאר אייך?
איך האב נאר צוגעברענגט דברי תלמיד חכם מובהק, וואס האט געהאט באמתחתו א פסק להלכה פון הג"ר מענדל שפרן שליט"א. כוועל אי"ה ווייטער ברענגען גופא דעובדא פון דעם פסק.

אבער נחזי אנן,
די שאלה בעצם איז פאר וועמעןדארף מען דא גיין פאר געלט. פאר דער טאטע, אדער פאר די מוסד וואס לערנט מיט אידישע קינדער.

בימי הגאון החזון איש האט מען געבויעט א מקוה טהרה אין איינע פון די ישובים, זיך צו מטהר זיין פארן דאווענען און לכבוד שבת וברגל, ובכל עת מצוא. זענען געווען דארט וואס האבן געטענה'ט אז זיי גייען אין מקוה נאר עיוה"ק און פאר די איין מאל איז א שאד צו בויען א מקוה אויפן פלאץ מקען אביסל צופארן, אויב אזוי האבן זיי זיך געוואלט פטר'ן פון זייער חלק. דער חזו"א האט געזאגט זיי זענען נישט גערעכט, ווייל די מקוה איז מכלל צרכי העיר וואס איז מוטל אויף אלע בני העיר צוגלייך, נישט קיין חילוק וויפיהל דו נוצסט עס.

בימים עברו איז געווען א מס פאר די אלע צרכים. און עס איז געווען א גאנצע מהלך לפי אמידות בני העיר צו איינטיילן אויף יעדן זיין חלק לפי יכלתו. אינקלודינג די וואס האבן נישט יעצט קינדער אין די בתי חינוך.
היינט איז דאס כמובן נישט דא. אבער די חיובים בלייבן אויף בני העיר (אויב מען נעמט אן אזוי אז אוועקשטעלן מוסדות גייט אריין אין דעם).

יעצט א טאטע וואס האט קע"ה א גאנצע מוסד אין שטוב, און צאלט אין עטליכע מוסדות למעלה מכפי יכלתו, האט דאך זיכער לכל הדעות איבער געצאלט פי כמה מהמוטל עליו.
מיר עלטערן טוען עס בשמחה. ווי ווען מוואלט געוואוינט אין א דארף אן א ציבור וואס זאלן צולייגן א האנט. ובפרט נאכדעם וואס סוף סוף איז עס שוין איינמאל פונעם צבור, אנגעהויבן ביי שכר לימוד פון נאך עלטערן, אא"ו.

דיין שאלה איז נאר ווער דארף עס קאלעקטן.
צום ערשט, איז דער טאטע גארניט אנדערש ווי יעדן אנדערש אין שטאט. סהאט נישט צו איהם. (א ודאי איז ער אנדערש אז ער האט אויך זיין אייגענע חיוב, ווען ער וואוינט צווישן מענטשן וואס האלטן נישט די שלחן ערוך, אדער סתם אזוי במקום שאין איש. דאס איז בינו לבין קונו, אבער בינו לבין המוסד ולבין בני העיר בלייבט עס זייער פליכט).
צווייטנס, אויב דארף די געלט ווערן געשאפן פאר די מוסד און נישט פארן טאטע, וואלט ער כאטש געדארפט האבן א מהלך צו גיין אין נאמען פונעם מוסד. נישט אלס נצרך.

אני כשלעצמי וואלט עס געטון בשמחה, משתדל זיין פאר די מוסדות פון מיינע קינדער. כאטש אז איך בין נישט קיין ערפארענע פאנדרעיזער, אבער די ביסל לאך וואס בלייבט ביי זיי צוליב מיינע קינדער וואלט איך זיך בע"ה א עצה געגעבן צו שאפן, אנע טשארדז'ן דעם מוסד אלס איינגעשטעלטע פאנדרעיזער.
המשכילים יבינו אז אויף דעם איז אויך נישט יעדער מסוגל.
און בכל אופן הדין עם האב, דו קומסט דא מוציא זיין פון איהם געלט וואס איז בכלל נישט מוטל אויף איהם,
ווילאנג ער נעמט עס נישט אויף זיך בכפיה גמורה..

דא זאגסטו מיך אבער אז דו ביסט נישט גרייט צו נעמען אויף זיך די עול, און אז אז עס איז מוטל אויף מיר, אלס א חלק פון מיין ברויט און פוטער. און איך זאל גיין שנארן פאר זיך.
רחמנא לשיזבן פון די בזיונות.

אויב איז דער תלמיד חכם גערעכט איז עס פלעין שפיכת דמים, דמים חדא משמע דמו בנפשו הוא.
כוויל נישאט אויפרענגען אויפן געדאנק ווי ווייט עס קען אויסקלאפן אין געוויסע פעלער, ומפי השמועה למדתי שכבר ירדו בתים לטמיון מזה.

דרשינן לשון הדיוט. איינטריט קארטל. עס איז איין טריט - כפסע, בינו ובין ה.., קרינן כפסע וכתיב כפשע וחטאה ונקה לא ינקה לשאינן שבין.
איך בין נישט חלילה מוסר דין לשמים. אין מיין פאל בין איך דא מגלה ברבים, אז אויב האט מען מיר באהאנדלט שלא כהוגן מחול לו מחול לו מחול לו במחילה גמורה ולא יענש שום אדם בסבתי. ואני מבקש מחילה אלף פעמים אויב האט זיך פון מיר ארויסגעכאפט עפעס ווייטאגליך מרוב שיחי וכעסי, דא אדער בשעתן זיך אויספראסקענען ביני ובינו. און באזונדער מכבוד התורה וכבוד הרב הדיין אויב רעדנדיג צו איהם האב איך איבערגעצויגן דרכי הנימוס ודרך ארץ. זייט מוחל, און געדענקט אז אין אדם נתפס על צערו.

איך בין אבער יא מוסר דעם דין פארן ציבור. דא דארף עפעס געטון ווערן באלדיג. למנוע שפיכת דמים פון משפחות שלימות בישראל.
און אפילו אויב הלכה'דיג פון שו"ע איז עס נישט די אחריות המוסד, און אפילו אויב עס איז נישט אחריות בני העיר, רעדט מען דא פון פשוט באבדן מולדתי, עס מוז גענומען ווערן אין די האנט.



דאס איז אמאל זיכער, אז מען האט דא אפגענויגט פון די מהלך וואס איז געווארן אוועקגשעטעלט דורך צדיקים חכמים וזקנים פון דער אלטער היים.
און אין מיין פאל וואס דער דיין זאגט קלאר ער האלט נשט דערפון גברה יד בעה"ב על דעת התורה.
דער באטרעפנדער טענהט אז ער האט זיך נאכגעפרעגט און אזוי גייט עס אין אנדערע מוסדות. און איך פרעג וואס זאגן די דיינים און רבנים אין אלע קהלות וואו מען טוט אזוי. דא זעה איך דאך.. איז דאס די מהלך היינט אז די אינגערע אומערפארענע בעל בתישע הבנה ווייסט דאס בעסטע. אדער האבן אנדערע יא הסכמות פון די רבנים.
און צו טאקע ממש דאס טוען אנדערע מוסדות, מען זאגט פארן טאטע אז דו האסט נישט גיי קאלעקטן.



די מעשה וואס הגר"מ שאפרן האט געפסקנט איז געווען פאר א מוסד וואס גייט בכלל נישט נאך געלט. עס איז געעפענט געווארן און ווערט אויסגעהאלטן (נאך שכ"ל פארשטייט זיך) דורך א משפחת אמידים. זיי האבן נישט געוואלט אננעמען א קינד, איך געדענק נישט יעצט פאר וועלכע סבה, אבער נישט באופן וואס יעדע מוסד מוז ארויסשטעלן דאס קינד, און זיי זענען געקומען בטענה אז עס איז א פריוואטע זאך און זיי זענען קיינעם גארנישט מחויב. והגר"מ פסק להם שאינו נכון מעיקר הדין, ברגע דו ביסט א מוסד וואס נעמט אפליקאציעס ביסטו דער וואס האט אויף זיך גענומען צוצושטעלן וואס ליגט אין א מוסד פאר וויפיהל תלמידים דו קענסט דערהייבן.
ולמבין הרי הדברים קל וחומר.




ומענין לענין.
כהאב אמאל בייגעוואוינט ווי א ראש ישיבה האט געפרעגט ביי הגרמי"ל לנדא מבני ברק ז"ל אז ער האט א בחור אין ישיבה וואס די עלטערן האבן נישט צו צאלן אבער דער זיידע איז א איש אמיד, צו מען קען איהם מחייב זיין בדין צו צאלן, ע"פ המבואר בהלכות ת"ת אז די חיוב ושננתם ליגט אויך אויפן זיידע. רב לנדא ז"ל האט איהם געזאגט עס וועט נישט ארבעטן אנע הסברים. עס איז דארט געווען א אינגערמאן א ת"ח, דוכט זיך א מגי"ש ביי יענעם אין ישיבה, האט ער געזאגט פאר דעם ראש ישיבה: וואס וועט איר טאן אז דער זיידע וועט טענה'ן אייתי ראיה אז דו לערנסט טאקע מיט איהם, אפשר שפילט איהר באלל, אדער חוש'ט מען סתם ארום מיט א"ג לומדות.
לעצט פארראכטן דורך בעל קורא אום פרייטאג אקטאבער 27, 2023 5:45 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בעל קורא
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

Re: להלכה, שכר לימוד על מי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

אזוי שרייבנדיג דערמאן איך זיך, לענין די פסק פון הגר"מ שאפרן, אז עס איז שוין דא אין פריערע פוסקים א שאלה וועגן א גביר וואס האט געהאט א פריוואטע שוהל בתוך ביתו און האט נישט געוואלט אריינלאזן איינעם. אויב כגדענק ריכטיג איז דארט אפילו א שאלה פון א נדר.
וכמדומה איז די פסק דארט אז אויב אין שוהל איז נישט דא קיין פראוואקאציעס האט ער נישט קיין רעכט דערויף.
צריך חפוש בפחד יצחק ערך בית הכנסת ובעקרי הד"ט, כמיין דארט האב איך עס געזעהן אמאל
בעל קורא
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2012 11:42 am

Re: להלכה, שכר לימוד על מי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל קורא »

אנטשולדיט מיר אז דער אשכול איז עטוואס צעמישט,
פון איין זייט וויל איך עס זאל ווערן אויסעגשמועסט הלכה'דיג און דעת-תורה'דיג

און פון צווייטן זייט, די ווייטאג וואס אידן מאכן מיט, עפעס זאל זיך דא געבן א ריר. וואס פאדערט בעצם א באזונדערע אשכול. אבער די זאכן זענען ענג פארבינדן, ווייל די חומר העול איז לפי גודל הפגיעה.


נעכטן נאכט הער איך אז איין טאכטער האט געפינען אין איהר דעסק דערמאנונג נאטיצן אז זי דארף נאך ברענגען די איינטריט קארטל, לפי מספר הימים וואס זי איז נישט געווען. ד"ה מען האט יעדן טאג זיכער געמאכט אז אין די ליידיגע דעסק ווערט אריינגעלייגט א דערמאנונג.
וועלקאם טו די אייזן פאבריק!
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”