אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- לייבל מאנדל
- שר העשר
- תגובות: 32
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:39 pm
לאמיר זען די אייגענע יחוס ידיעות פונעם ציבור, ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען פון דיינע זיידעס און באבעס?
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
כהאב עס איינמאל גוט דורך געגאנגען און יעצט קען מען עס פיין
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
עס איז מוראדיג א גוטע זאך צו קענען און עס איז נישט קיין שווערע זאך
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
- לפנות בוקר
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3474
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
- לאקאציע:ששש..
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
ביי אינז אין די משפחה פון אלע זייטן האט מען ארויסגעגעבן א ספרי יוחס, וואס דאס איז אויסער די באקאנטע יוחס וואס מיר ציען וואס ווערט געברענגט ביי גאר אסאך רבישע שמחות אויפן וואנט.... ממילא קען איך ב"ה אסאך.
לפנות בוקר
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
ס'איז דא דו זייטן וואס קומען אן צו דו רעבישע/רבנישע משפחות וואס פון זיי איז דא ייחוס ביכער אן א שיעור (און אויך אסאך נוסחאות כמובן),
אבער דו זייטן וואס צויען זיך נישט צו רבנים ווער איך בדר"כ פארהאקט פון זעקס דורות און ארויף,
און אדרבה אויב איז דא איינער א מומחה וואס קען ארויס העלפן וועל איך מיך זייער פרייען,
כ'האב אסאך שאלות צו מברר זיין.
אבער דו זייטן וואס צויען זיך נישט צו רבנים ווער איך בדר"כ פארהאקט פון זעקס דורות און ארויף,
און אדרבה אויב איז דא איינער א מומחה וואס קען ארויס העלפן וועל איך מיך זייער פרייען,
כ'האב אסאך שאלות צו מברר זיין.
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
סדא די אבותינו ארגאניזאציע וואס זיי שטעלן צירוק בתי חיים אין אייראפע און זיי האבן א סיסטעם פאר געלט העלפן זיי ארויס מיט די יחוסקרשת האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:21 amס'איז דא דו זייטן וואס קומען אן צו דו רעבישע/רבנישע משפחות וואס פון זיי איז דא ייחוס ביכער אן א שיעור (און אויך אסאך נוסחאות כמובן),
אבער דו זייטן וואס צויען זיך נישט צו רבנים ווער איך בדר"כ פארהאקט פון זעקס דורות און ארויף,
און אדרבה אויב איז דא איינער א מומחה וואס קען ארויס העלפן וועל איך מיך זייער פרייען,
כ'האב אסאך שאלות צו מברר זיין.
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
- ערמיהיפולווא
- שר חמישים
- תגובות: 83
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 27, 2022 5:34 am
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
קען איינער לייגען זייערע contact details?שכר לימוד האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:53 amסדא די אבותינו ארגאניזאציע וואס זיי שטעלן צירוק בתי חיים אין אייראפע און זיי האבן א סיסטעם פאר געלט העלפן זיי ארויס מיט די יחוסקרשת האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:21 amס'איז דא דו זייטן וואס קומען אן צו דו רעבישע/רבנישע משפחות וואס פון זיי איז דא ייחוס ביכער אן א שיעור (און אויך אסאך נוסחאות כמובן),
אבער דו זייטן וואס צויען זיך נישט צו רבנים ווער איך בדר"כ פארהאקט פון זעקס דורות און ארויף,
און אדרבה אויב איז דא איינער א מומחה וואס קען ארויס העלפן וועל איך מיך זייער פרייען,
כ'האב אסאך שאלות צו מברר זיין.
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
עס איז גארנישט אזא גרינגע זאך צו מאכן יחוס ביי אונז אין משפחה האט מען שוין אנגעהויבן אבער מען האלט נאך אינמיטעןלפנות בוקר האט געשריבן: ↑ פרייטאג אקטאבער 27, 2023 10:51 amביי אינז אין די משפחה פון אלע זייטן האט מען ארויסגעגעבן א ספרי יוחס, וואס דאס איז אויסער די באקאנטע יוחס וואס מיר ציען וואס ווערט געברענגט ביי גאר אסאך רבישע שמחות אויפן וואנט.... ממילא קען איך ב"ה אסאך.
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2135
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
עס האט נישט דווקא צו טון מיט די משפחה עס איז א נאטור ס'דא מענטשן וואס וועלן געדענקען יעדע זיידע ביי וועם ער איז געווען א איידעם וויפיל קינדער ער האט געהאט און וועלעכע יאר מ'האט דעפעטירט וכו'
און ס'דא וואס וועלן זיך קראצן קאפ וויזוי די עלטער באבע האט געהייסן אלץ מיידל.....
און ס'דא וואס וועלן זיך קראצן קאפ וויזוי די עלטער באבע האט געהייסן אלץ מיידל.....
- קמן
- שר האלף
- תגובות: 1681
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
- לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
6
די זיבטע האב איך אמאל געדענק אבער עס איז מער ווי איין נאמען האב איך פארגעסן
די זיבטע האב איך אמאל געדענק אבער עס איז מער ווי איין נאמען האב איך פארגעסן
- א_נייע_גרינער
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2017 12:14 pm
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
זיכער האט עס בעיקר צו טוהן מיט די נאטור (ניטור) פון א מענטשאיך הייק האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:30 amעס האט נישט דווקא צו טון מיט די משפחה עס איז א ניטור ס'דא מענטשן וואס וועלן געדענקען יעדע זיידע ביי וועם ער איז געווען א איידעם וויפיל קינדער ער האט געהאט און וועלעכע יאר מ'האט דעפעטירט וכו'
און ס'דא וואס וועלן זיך קראצן קאפ וויזוי די עלטער באבע האט געהייסן אלץ מיידל.....
אין יעדע משפחה זעהט מען איין ברודער איז אויסגעקאכט אין משפחה'לאגיע
און ווען ער טרעפט א קאזען'ס קאזען פעטער'ס אן אן אייניקל
פריידט ער זיך כמוצא שלל רב
און זיין ברודער, ווען ער טרעפט אן ערשטע קאזין וואס וואוינט און די אנדערע זייט פון די אטלאנטיק ים, ווייסט ער נישט וואס יענער האט צו טוהן מיט איהם
----
אויך האט עס אמאל צוטוהן ווייל איין זיידע/באבע האט מער פארציילט פון זייערע פעטער'ס און זיידע'ס
און די אנדערע זיידע/באבע איז געווען א יונג בחור/מיידל ביי קריג און האבן ווייניג געהאט צו פארציילן, איז נישט געווארן גע'חזר'ט די יחוס ארויף
----
און אויך ווענד זיך ווי די זיידע האט געוואוינט פאר'ן קריג
אויב איז ער געבליבן וואוינען אין געגענט פון זיין משפחה
אדער אויב ער איז אוועק געפאהרן וואוינען ביי זיין שווער
פאר די מלחמה אז מען האט נישט געהאט קיין טעלעפאן,
און מען איז ווייניג ארום געפאהרן - בפרט צו אנדערע מדינות
אטאמאטיש האט דער זיידע/באבע נאר גערעדט פון איין חלק משפחה
און ווייניג גערעדט און געוויסט פון די משפחה וואס האט געוואוינט פון דער ווייטענס
----
און גאר אנדערש איז אויב מען האט זיך געהאט משדך געווען אין די זעלבע געגענט/שטעטל
וואס דעמאלס האבן די קריג איבערלעבער מער געוויסט
פון אלעס ארום און ארום פון זייערע משפחה פון אלע זייטן... ביז ארויף גאר הויעך
.
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
וואס הייסט האסט פארגעסן?!
אז דו וועסט מאכן דו חשבון וועסטו אנקומען צו 256 זיידעס און באבעס בא דו זיבעטע דור!!!
האסט אלעמען פארגעסן אדער נאר איינעם פון זיי אלע???????????????
- לייבל מאנדל
- שר העשר
- תגובות: 32
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:39 pm
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
ארויפגעברענגט צו באקומען נאך וויילער, געב אריין דיין שטימע, ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען פון דיינע זיידעס און באבעס?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36566
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
יעדע זייט אנדערש
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- המברך יתברך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8425
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע:מאנסי נוא יארק
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
עס ווענדט זיך מן הסתם, וויפיל די עלטערן אליין האבן פארציילט איבער זייערע עלטערן. שטימט?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36566
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
נישט בלויז דאס.המברך יתברך האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:07 amעס ווענדט זיך מן הסתם, וויפיל די עלטערן אליין האבן פארציילט איבער זייערע עלטערן. שטימט?
ס'ווענדט זיך אין די נאענטקייט פון די יארן און אין די גלויות, און יעדעס מקום איז אנדערש.
און יאך פיר זיך שוין צו גריבלען און ווייס וואס אנדערע ווייסן נישט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- פירסט ריספאנדער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
נישט יושר נישט ארויסצוגעבן פארן פאבליקfarshlufen האט געשריבן: ↑ מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:27 amאון יאך פיר זיך שוין צו גריבלען און ווייס וואס אנדערע ווייסן נישט.
שוין ארויסגעגעבן? אנטשולדיגט זיי מיר מוחל, לינק צום אשכול ביטע.
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
איך בין געוואר געווארן דורך ג'עני נאך 2 זיידעס בן אחר בן אין נאך אסאך פון אנדערע זייטען
- חיים טוב
- שר חמש מאות
- תגובות: 696
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
- לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
איך קען עס נישט, אין somehow גייט מיר עס נישט אן, קוים וואס איך ווייס וויאזוי מיין באבע הייסט..
- המברך יתברך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8425
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע:מאנסי נוא יארק
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
ווילאנג דו ווייסט נאך וויאזוי דו הייסט איז פיין!
- חיים טוב
- שר חמש מאות
- תגובות: 696
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
- לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
- גאלדגרוב
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
- לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק
Re: אנקעטע: ביז וויפיל דורות צוריק קענסטו אלע נעמען?
הגם געני איז נישט אייביג א קראנטע מקור אבער איך האב שוין אויסגעפונען דורך זיי אסאך נייע קרובים וואס איך האב נישט געוואוסט אז זיי עקזיסטירן בכלל. דאס איז ווייל אין יעדע משפחה איז בדרך כלל דא איינער וואס איז עוסק אין יחוס און יענער האט אריינגעלייגט וויפיל אינפארמאציע עס איז שייך געווען. איך פאר מיר האב צוגעלייגט עקזיסטירנדע משפחות וואס איך האב געוואוסט איך האב אבער נישט וויאזוי זיי זענען קרובים. נאכן עס שטודירן וואכן און חדשים, האב איך אריינגעלייגט פילצאליגע אינפארמאציע גענומען פון דאקומענטן פון געבורט שיינען און הייראט שיינען פון מיינע עלטער עלטער זיידעס און באבע'ס און אויך רעדן צו ווייטע קאזינס וואס זיי ווייסן און אזוי האמיר ב''ה באוויזן צו בויען א פארצווייגטע יחוס בוים אויף געני.