מסכת קידושין דף עו: [געלערנט שבת און דף היומי] 'הנושא אשה כהנת צריך לבדוק אחריה ארבע אמהות שהן שמנה אמה ואם אמה ואם אבי אמה ואמה ואם אביה ואמה ואם אבי אביה ואמה לויה וישראלית מוסיפין עליהן עוד אחת'
קומט אויס הלכה'דיג דארף מען קענען דו ייחוס היסטוריה חאטשיק ביז 8 דורות.

פיר פון יעדע זייט דאס הייסט עלטער עלטער באבע, טאקע פונקט ווי די רוב וויילער דא...

גערעכט, אביסל פארעכטן,
משפחת כהונה, פון דו מאמעס זייט 4 דורות, פון דו טאטעס זייט 5 דורות,
משפחות לויה וישראל פון דו מאמעס זייט 5 דורות, פון דו טאטעס זייט 6 דורות,
הגם געני איז נישט אייביג א קראנטע מקור אבער איך האב שוין אויסגעפונען דורך זיי אסאך נייע קרובים וואס איך האב נישט געוואוסט אז זיי עקזיסטירן בכלל. דאס איז ווייל אין יעדע משפחה איז בדרך כלל דא איינער וואס איז עוסק אין יחוס און יענער האט אריינגעלייגט וויפיל אינפארמאציע עס איז שייך געווען. איך פאר מיר האב צוגעלייגט עקזיסטירנדע משפחות וואס איך האב געוואוסט איך האב אבער נישט וויאזוי זיי זענען קרובים. נאכן עס שטודירן וואכן און חדשים, האב איך אריינגעלייגט פילצאליגע אינפארמאציע גענומען פון דאקומענטן פון געבורט שיינען און הייראט שיינען פון מיינע עלטער עלטער זיידעס און באבע'ס און אויך רעדן צו ווייטע קאזינס וואס זיי ווייסן און אזוי האמיר ב''ה באוויזן צו בויען א פארצווייגטע יחוס בוים אויף געני.
איך האב אויך געטראפן דורך געני geni א שיינער צווייגל אין אונזער יחוס, אויך האבעך געטראפן אפאר ענטפערס אויף מיינע פראגעס וואס כ’האב געהאט אנגעקליבן א משך פון יאהרן וואס כ’האב עוסק געוועהן בעניין. טאקע מ’קען זיך נישט פארלאזן אויף די קראנטהייט פון געני, אבער לזכותו ייאמר, אז אזוי וויא אסאך אנדערע האביך געטראפן קרובי משפחה אויף געני, דארט האביך זיך דערווסט אז זיי זענען עוסק יין דעם, כ’וייס אז מ’קען זיך אויף זיי פארלאזן. און אודות להם האבן מיר געטראפן שיינע חידושים בייחוס אבותינו זצ"ל