מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

אלעס האט זיך אנגעהויבן אין א פשוט'ע נאכט, נישט אינמיטן העלן טאג, אויך נישט אויף א גרינעם דינסטאג, און ניטאמאל אין א שיינע נאכט; סתם, א נאכט ווי אלע נעכט. גענוי ווי די נעכט דורכאויס די לעצטע פאר מאנאטן האט דאס אשת חיל זיך שטילערהייט צוקרעכצט, אן צו געבן אן ערקלערונג אויף וואס איז דער גורם צום קרעכץ, אבער ס'האט נישט אויסגעפעלט. כ'האב זייער גוט געוואוסט וואס עס באדערט איר, און כ'האב אויך געוואוסט אז זי איז הייליג גערעכט. און דאן האב איך באשלאסן אז שוין גענוג געשטופט, שוין כלו כל הקיצין, און מ'ברויך זיך נעמען צו די ארבעט פון אפירזוכן א נייע דירה פאר די לעכטיגע געזינדל קע"ה וועלכע איז שוין ב"ה לאנג אויסגעוואקסן די פיצעלע דירה וואו מיר האבן חתונה געהאט.

אומר ועושה, די ערשטע זאך דעם קומענדיגן צופרי נאכן דאווענען, האב איך אפירגענומען דעם טעגליכן בלעטל און דורכגעזופט יעדן קלאסיפייד זיכער צו מאכן אז איך פארפאס נישט גארנישט, אבער צו מיין גרויס וואונדער און אנטוישונג האב איך נישט געפונען דארט קיין איין איינציגע דירה צו פארדינגען וועלכע זאל זיין גענוג גרויס פאר מיין געברויך. כ'האב עס איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל, דורכגעזופט יעדן ווארט, אבער גארנישט מחדש געווען, נישטא קיין דירות.

כ'האב תיכף אויפגעהויבן א טעלעפאן צו א נאנטער חבר מיינער מיטצוטיילן מיין שאק און וואונדער, אבער כ'בין געהעריג פארשעמט געווארן ווען אנשטאט א נארמאלע רעאקציע האט ער רעאגירט מיט א הילכיגן געלעכטער אין מיין ריכטונג, טרייבנדיג שפאס פון מיין נאאיוויטעט. "וואס? דו האסט טאקע געמיינט אז ס'גייט נאך היינט אזוי?" פרעגט ער מיר מיט וואונדער, "נישטא מער אזא זאך, די מאנגל איז אזוי גרויס, אז יעדע דירה וואס ווערט אוועיליבעל ווערט גלייך צוכאפט נאך פאר ס'איז דא די מעגליכקייט דאס צו אדווערטייזן" ערקלערט ער מיר מיט א טאן ווי איינער איז מסביר פאר א כיתה א' אינגל וואס ס'מיינט א קמץ. איך בין אבער געווארן נאך מער צומישט, וואס הייסט ס'ווערט צוכאפט? פון וואו ווייסן מענטשן בכלל פון די דירה צו זאגן? אויף דעם האט מיר מיין חבר ערקלערט אז בדרך כלל גייט עס דורך א בראוקער, וואס נעמט אויף זיך די עול פון טרעפן א טענענט, און אז דו ווילסט הערן אויב ס'איז דא א דירה אוועיליבעל, זיי מוחל און רוף אריין די בראוקערעדזש פירמעס.

"מה זאת בראקער?" פרעג איך אים מיט א נייגעריגע מינע, " ביי אונז האט מען דאך געוואוסט אז מ'בראקט נישט” טא וואס איז דאס געבראקעכץ דא? ווילסטו מיר דען זאגן אז ביי זיי איז אחרון של פסח א גאנץ יאר?". ער צושמייכלט זיך לייכט און ערקלערט מיר אויף איין פיס וויאזוי די גאנצע בראוקערעדזש מארקעט ארבעט, אבער ווען איך האב געהערט וואס עס ווארט מיר אפ האב איך שוין אפילו אויף ביידע פיס אויך נישט געקענט שטיין בלייבן.

כ'שטעל זיך פאר אז אסאך פון די ליינער ווייסן שוין די ביטערע מציאות פון די רענטל בראוקערעדזש מארקעט, אבער פאר די וואס זענען נאך נישט באקאנט דערמיט, וויל איך אביסעלע מיטטיילן וואס איך בין אדורך, און וואס טויזנטער אנדערע אידן גייען דורך ביים זוכן א דירה, פארן בלויזן זינד פון וועלן דינגען א דירה.

זינט די מאנגל אין דירות איז אזוי גרויס, זענען די בראוקערס אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה וויאזוי צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך אן צו דארפן ארבעטן שווער. נעמליך, פונעם לענדלארד נעמט מען נישט קיין געלט בכלל, כדי ער זאל מסכים זיין עס איבערצוגעבן פארן בראוקער אן טראכטן צוויי מאל פון בעפאר. דאן לייגט מען עס ארויס אויף די מארקעט, און היות די וואס זוכן צו דינגען זענען אזוי דעספרעט, וועלן זיי דערפאר בלית ברירה מסכים זיין צו סיי וואס מ'וועט נאר פארלאנגען פון זיי אין ארדער צו קענען באקומען דעם דירה. און טראץ וואס בעצם ע"פ שכל וואלט דער לענדלארד געדארפט זיין דער וואס באצאלט פארן בראוקער, זינט ער איז דער איינציגסטער וואס פארדינט פון נוצן א בראוקער, אז ער דארף עס נישט אליינס הענדלען, משא"כ פארן טענענט איז איז דאך נישט קיין שום נפק"מ צי ער דיעלט מיטן בראוקער אדער מיטן לענדלארד דירעקט. אבער וויבאלד דער פארלאנג איז אזוי גרויס האבן זיך עטליכע געלטגייציגע מענטשן ארויפגעזעצט אויף כלל ישראל און רייסן ארויס שווערע סומעס פון ארעמע אידן רייטנדיג אויף דעם פאקטאר אז די פארלאנג איז אזוי גרויס.

אלזא וויפיל קלערט איר פארלאנגט מען פונעם טענענט צו באצאלן? נישט מער און נישט ווייניגער, א גאנצע חודש רענט! איר הערט? עטליכע אלפים פארן כמעט גארנישט טון! הערט זיך אומגלויבליך? יא, איך ווייס, איך האב דאס אויך נישט געוואלט גלייבן, אבער ליידער איז דאס די טרוקענע מציאות.

לאמיר אביסל באטראכטן די ארבעט וואס פאדערט זיך פון א רענטל בראוקער, און זען על מה ולמה ער לאזט זיך באצאלן אזויפיל ריזיגע סומעס געלט. און בעיקר, פון וועמען נעמט ער דאס געלט, און וואס שטעלט ער צו פאר יענעם אין אויסטויש פאר די געלט.

עס ווייסט און פארשטייט יעדער איינער, אז זיך געפונענדיג אין אזא שרעקליכע מאנגל, נעמט געווענליך נישט לאנג ביז א דירה ווערט פארכאפט. יעדער וואס איז אינטערעסירט אין א דירה ווייסט אז מיט יעדע פארבייגענדע מינוט פארלירט ער מעגליך זיין לעצטן שאנס דאס צו באקומען, און דירות ווערן צוכאפט שנעלער ווי פרישע ברויט אסרו חג פסח אינדערפרי. דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז דער בראוקער דארף בסך הכל אויפהייבן פאון קאלס, אראפשרייבן די נעמען, שיקן מענטשן קוקן די דירה, און שוין. והנה, ס'איז שוין גענומען, נישטא מער. און פאר די פאר מינוט, אדער מאקסימום עטליכע שעה ארבעט, דארפסטו אים אראפלייגן 2-3-4 אלפים, געוואנדן אין די רענט, און דער בראוקער שפאצירט אוועק מיט א הויפן קעש נאכן אויסליידיגן יענעמ'ס קעשענעס, און ווענדט זיך גלייך צום קומענדיגן דיעל וואו ער וועט באראבעווען א צווייטן.

לאמיר גיין א טריט ווייטער, ווער באצאלט דעם בראוקער, דער לענדלארד אדער דער טענענט? ווי געשמועסט איז ליידער דער טרויעריגער מציאות אז דער טענענט באצאלט דאס גאנצע בראוקערעדש, אויב אזוי וואלט דאך רעכט געווען אז דער בראוקער זאל ארבעטן פאר די אינטערעסן פון דער וואס באצאלט אים, נישט אזוי? יא יא... גם אני בחלומי האב איך געמיינט אז ס'איז נאך פארהאן עפעס נארמאלקייט אין די מענטשן וואס בראקן א גאנץ יאר, אבער גאנץ שנעל בין איך געוואויר געווארן אז ווארשיינליך פליסט עפעס אן אנדערע סארט בלוט אין זייער קערפער, זינט קיין זכר פון מענטשליכקייט איז נישט צו געפונען אין די אינדוסטריע. דער מציאות באווייזט אז טראץ וואס דער בראוקער ווערט גענצליך באצאלט דורכן טענענט, וועט ער ע"פ רוב ארבעטן פאר די אינטערעסן פונעם לענדלארד, זינט ער האפט ער זאל קומען צו אים נאכאמאל מיט זיין קומענדיגע דירה, און חוץ פון אביסל האניג טריפנדע רייד דיר צו מאכן שפירן ווי כאילו דו באקומסט דא עפעס א געוואלדיגע דיעל, באגלייט מיט א געפערליכע מאס פרעשור און הויפענעס פון ליגנטס דיר צו דריקן צום וואנט אז דו מוזט שוין סיינען קאנטראקט ווייל אויב נישט גייט ער צו א צווייטן, באקומט דער טענענט פונעם בראוקער סאמע גארנישט.

נישט בלויז דאס, דער בראוקער שפירט געווענליך ניטאמאל פאר וויכטיג צו גיין קוקן און זיך באקענען מיט די דירה וואס ער שלאגט דיר פאר, זינט ער ווייסט אז ס'וועט סייווי ווערן צוכאפט, איז דאך ממש א שאד די צייט, ווען ער קען מאכן די זעלבע געלט זיצנדיג באקוועם אין אפיס.

אזוי דורכאויס דעם תקופה וואס כ'האב געזוכט א דירה מיט ליכט און זיך אלץ מער באקענט פון די נאנט מיט די שווארצע קאלירן וואס נעמען ארום דעם גאנצן רענטל מארקעט, שטויסן זיך מיינע אויגן איין טאג אן אין אן עד פון א בראוקערעדזש פירמע, און אינסטיקטיוו האב איך עס אפגעליינט מיט דארשט וועלנדיג זען אויב עפעס דארט איז אינטערעסאנט פאר מיר. און דאן באמערק איך א אינטערעסאנטע זאך, אונטן פון דעם עד שטייט געשריבן אז זיי בעטן א באשטימטע אפצאל פאר בראוקערעדזש און ס'גייט נישט לויט די פרייז פון די רענט. כ'האב זיך שוין געוואלט איינרעדן אז ערגעצוואו אין דעם גאנצן אינדוסטריע געפינט זיך יא עפעס איין אידיש הארץ, און כ'האב תיכף אויפגעהויבן א טעלעפאן צו הערן וואס איז זייער בראוקערעדזש פי. אבער הערנדיג דעם ענטפער האב איך נישט געוואוסט צי כ'זאל לאכן אדער וויינען, וואס יענער טוט איז, אז אנשטאט צו בעטן לויט די רענט, האט ער א באשטימטע אפצאל וואס גייט לויט די סייז פון די דירה, און טראץ וואס ס'קומט אויס עטוואס ווייניגער ווי א חודש רענט, מאכט ער אבער זיכער אז ס'זאל נישט זיין צופיל ווייניגער ווי די אנגענומענע רענט פרייז אויף אזא סייז דירה. כ'האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, ארויסגענומען א רויטן מארקער פון לעדל, און נעבן דעם באמבאסטישן סטעיטמענט אז זיי בעטן נאר א פלעט רעיט האב איך צוגעשריבן א גרויסן חחח+...

און לאמיר דא אויסשמועסן א וויכטיגע נקודה, מופן קאסט אסאך געלט, גאר אסאך געלט, עס קען רואיג קאסטן צוואנציג טויזנט דאלער ולמעלה בקודש, ואין לו שיעור למעלה. ס'איז נישט קיין סוד אז גאר ווייניג אידן פארמאגן אזא סכום עצום אראפצולייגן, ובפרט אידן וואס דינגען, וואס באדייט געווענליך אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן א אייגענע דאך איבערן קאפ. און דייקא אין אזא צייט, אויב איז די עצם הוצאות פון מופן נישט גענוג, קומט נאך צו אזא אומדערהערטע און גענצליך אומבארעכטיגטע הוצאה וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס און שלעפט ארויס פון די אידן די לעצטע פאר פרוטות וואס זיי פארמאגן נישט, אינאיינעם מיט א שטיק הארץ און בלוט.

די גאנצע רענטל בראוקערעדזש מארקעט איז געבויט אויף הוילע לופט, גארנישט מיט נישט, ער ארבעט נישט פאר דיר, ער טוט נישט גארנישט זיך צו פארדינען דאס געלט, און זיכער נישט אזוינע אומגעהויערע סומעס. בסך הכל נוצט ער אויס דעם פאקטאר אז דו מוזט האבן א דאך איבערן קאפ, זיך אריינצושטעקן די נאז צווישן דיר און דיין לענדלארד, און אזוי ארויסשלעפן אינמיטן וועג נאך אפאר אלפים פון דיינע אויסגעליידיגטע קעשענעס, בשעת מ'קען רואיג דורמאכן דעם פראצעדור אן זיין אומגעבעטענע הילף.

אלזא טייערע אידן, אויב האט איר א דירה צו פארדינגען, טוט א מצוה און נעמט נישט קיין בראוקער. איך ווייס אז ס'קומט נישט אן גרינג, ס'איז א עול זיך צו דארפן אליינס ספראווענען דערמיט, אבער טראכט אריין איין רגע אין וואס אייער טענענט גייט דורכגיין אויב נעמט איר יא א בראוקער. אייך וועט עס טאקע גארנישט קאסטן, אבער פאר אים וועט עס שוין איינמאל קאסטן, אסאך געלט אינאיינעם מיט זיין גאנצע מנוחה און ישוב הדעת, ס'וועט אים קאסטן אסאך בלוט און טרערן. ע"כ טראכט א מינוט פון אייער ברודער וואס איז אין פיין, טראכט אריין אין זיין מצב, און טוט דאס ביסל וואס איר קענט אים צו פארגרינגערן, שטרענגט אייך אן צו פארדינגען דעם דירה אליינס און אזוי ארום איינשפארן פאר א איד א ריזיגע הוצאה פון עטליכע אלפים על לא דבר. ובזכות זה וועט דער אויבערשטער אייך זיכער באצאלן מדה כנגד מדה און ער וועט אייך פארזיסן דאס לעבן און אריינשיקן א ברכה אין אייער פארמעגן, ויהי שכרכם כפול מן השמים.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ווייטאגלעך, זייער ווייטאגלעך!
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:17 pm
לאמיר גיין א טריט ווייטער, ווער באצאלט דעם בראוקער, דער לענדלארד אדער דער טענענט? ווי געשמועסט איז ליידער דער טרויעריגער מציאות אז דער טענענט באצאלט דאס גאנצע בראוקערעדש, אויב אזוי וואלט דאך רעכט געווען אז דער בראוקער זאל ארבעטן פאר די אינטערעסן פון דער וואס באצאלט אים, נישט אזוי? יא יא... גם אני בחלומי האב איך געמיינט אז ס'איז נאך פארהאן עפעס נארמאלקייט אין די מענטשן וואס בראקן א גאנץ יאר, אבער גאנץ שנעל בין איך געוואויר געווארן אז ווארשיינליך פליסט עפעס אן אנדערע סארט בלוט אין זייער קערפער, זינט קיין זכר פון מענטשליכקייט איז נישט צו געפונען אין די אינדוסטריע. דער מציאות באווייזט אז טראץ וואס דער בראוקער ווערט גענצליך באצאלט דורכן טענענט, וועט ער ע"פ רוב ארבעטן פאר די אינטערעסן פונעם לענדלארד, זינט ער האפט ער זאל קומען צו אים נאכאמאל מיט זיין קומענדיגע דירה, און חוץ פון אביסל האניג טריפנדע רייד דיר צו מאכן שפירן ווי כאילו דו באקומסט דא עפעס א געוואלדיגע דיעל, באגלייט מיט א געפערליכע מאס פרעשור און הויפענעס פון ליגנטס דיר צו דריקן צום וואנט אז דו מוזט שוין סיינען קאנטראקט ווייל אויב נישט גייט ער צו א צווייטן, באקומט דער טענענט פונעם בראוקער סאמע גארנישט.
דאס איז די פארברעך, אין איין ווארט.

מען ארבעט פאר די לענדלארד און מען נעמט געלט פונעם טענענט.
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
בארא פארקער
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 12:40 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארא פארקער »

גא"מ מיט יעדע ווארט

א וויי געשריי!!!!
בטחון חזק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 5:30 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטחון חזק »

איך האב א עצה

ווער א רענטל בראוקער
We Want Moshiach Now!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4346
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איז דאס אזוי אין אלע היימישע שטעט?
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:22 pm
איז דאס אזוי אין אלע היימישע שטעט?
לכאורה יא,
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
ווארשע
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 06, 2015 9:10 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארשע »

לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זייער ווייטאגליך, איז פאראן נאך א צד?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

יא ליידער די לעבן קאסט געלט, און ווערט טייערער און טייערער, למשל דאס אז יעדעה לענדלער גיט צו א בראוקער,
פון צווייטן זיין פילט זיך א לענדלער רואיגער מיט דעם וואס דער בראוקער מאכט ריסוריטש אויף די טענענט,
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
תקנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:15 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תקנות »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:22 pm
איז דאס אזוי אין אלע היימישע שטעט?
ווי אויך אין די גוי'אישע שטעט וואס ס'איז א לענלארדס מארקעט.
ותן שכר טובגיב צדקה פאר אידן
ולירשלים עירך ברחמים תשובוועט מען זוכה זיין צו משיח בקרוב
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm
ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
דיסעגרי, איר זענט א לענדלער?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

לא חרבה ירושלים עד שבטלו אנשי אמנה.

קיינמאל נישט צוריקגעקומען.

וואס איז דער חידוש?

די זעלבע איז מיט לייף אינשורענס בראקערס וואס לויפן נאך אינגעלייט 2 וואכן נאך די חתונה.
די זעלבע איז מיט קורסעס וואס גייען דיך אויסמענשטלען און האבן נאר געבליבן נאך 2 סלאטס וואס ווערט באצאלט דורך א נדבן.
די זעלבע איז מיט די לעצטע אויפשטייג פון רעקרוטינג פירמעס וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכון.
אטו כי רוכלא נחשב וניזל?
די נויט פון באצאלן געשוואלענע רענט/מארטגעזדש און אנדערע
געשוואלענע אויסגאבן דריקט גאר שטארק אויף מענטשן און שטיפט זיי צו עוסק זיין אין לעגיטימע גניבה.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm
ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
איך נעם זיל נישט אן פארן לענדלארד.
אבער מיט געלט באצאלט דער טענענט און מיט עקסקלוסיוועטי (שווה כסף/אינווענטארי) באצאלט דער לענדלארד. ווי קאלטבלוטיג עס זאל נישט קלונגן איז עס פאקטיש באצאלט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:26 pm
יא ליידער די לעבן קאסט געלט, און ווערט טייערער און טייערער, למשל דאס אז יעדעה לענדלער גיט צו א בראוקער,
פון צווייטן זיין פילט זיך א לענדלער רואיגער מיט דעם וואס דער בראוקער מאכט ריסוריטש אויף די טענענט,
דו קענסט א בראוקער וואס מאכט ריסוירטש אויפן טענענט? נישט איך. וויפיל איך האב מיטגעהאלטן שיקט מען גלייך אריבער דעם נאמען צום לענדלארד און מ'ווארט צו הערן אויב ער איז מסכים אדער נישט.

אלנפאלס, אויב טוט עס דער בראוקער יא, זאל ער מוחל זיין און טשארדזשען פונעם לענדלארד פאר די סערוויס וואס ער שטעלט אים צו.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:31 pm
יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm
ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
איך נעם זיל נישט אן פארן לענדלארד.
אבער מיט געלט באצאלט דער טענענט און מיט עקסקלוסיוועטי (שווה כסף/אינווענטארי) באצאלט דער לענדלארד. ווי קאלטבלוטיג עס זאל נישט קלונגן איז עס פאקטיש באצאלט.
נישט דער לענדלארד איז דער פראבלעם דא, נאר דער בראוקער וואס נעמט געלט פון איינעם און ארבעט פאר א צווייטן.

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm

זעט דיך אזוי אויס?...

איך שרייב לויט מיין ערפארונג, מיטהאלטנדיג וואס דער בראוקער האט געטון נאך וואס כ'האב אים געמאלדן אז כ'בין אינטערעסירט אין א געוויסע דירה.

אלנפאלס, ס'איז בכלל נישט נוגע צום שמועס דא, אויב טוט ער עס טאקע יא מאכט עס בלויז די עוולה גרעסער, ווי אויסגעשמועסט.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:32 pm
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:31 pm
יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm
ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
איך נעם זיל נישט אן פארן לענדלארד.
אבער מיט געלט באצאלט דער טענענט און מיט עקסקלוסיוועטי (שווה כסף/אינווענטארי) באצאלט דער לענדלארד. ווי קאלטבלוטיג עס זאל נישט קלונגן איז עס פאקטיש באצאלט.
נישט דער לענדלארד איז דער פראבלעם דא, נאר דער בראוקער וואס נעמט געלט פון איינעם און ארבעט פאר א צווייטן.
דאס איז איין וועג ווי מען קען עס אנקוקן.

אדער קען מען עס אנקוקן אז ער נעמט געלט פון ביידע (פונעם שוכר כסף און פונעם משכיר נעמט ער שווה כסף) און ער דארף סערווירן טאקע ביידע.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יסודו מעפר
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2023 8:08 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסודו מעפר »

וואס הייסט שוה כסף? דער משכיר נעמט עפעס ארויס פון טאש פאר דעם סערוויס? ער נעמט עפעס פון זיך און גיבט עס פארן בראוקער?

צווייטנס, זאגסטו אז ער דארף סערווירן טאקע ביידע. ווען ער טוט דאס ווען איז דאך די גאנצע טענה אומרעלעוואנט... הא גופא איז די טענה.
כי לא תחפוץ במות המת, כי אם בשובו מדרכו וחיה. ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:40 pm
וואס הייסט שוה כסף? דער משכיר נעמט עפעס ארויס פון טאש פאר דעם סערוויס? ער נעמט עפעס פון זיך און גיבט עס פארן בראוקער?

צווייטנס, זאגסטו אז ער דארף סערווירן טאקע ביידע. ווען ער טוט דאס ווען איז דאך די גאנצע טענה אומרעלעוואנט... הא גופא איז די טענה.
דאס אז ער נעמט גארנישט ארויס פון טאש איז קיין טענה, זיי מיר שטארק מוחל.

צווייטענס... אויב סערווירט ער טאקע נישט דעם טענענט איז א חעגעטימע טענעה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:36 pm
יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:32 pm
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:31 pm
יסודו מעפר האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:28 pm
ווארשע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:24 pm
לענדדלארס וואס האבן שכל ניצן א בראקער וואס מאכט זיכער זיי פאלן נישט אריין מיט א דריי קאפ וואס גייט זיי אויסטיילען צרות. איך האב נישט געניצט א בראקער און איך עס שטרוי פון א וויליאמס-בורגלער אינגערמאן דריי קאפ. רח"ל.
קודם ס'איז פשוט נישט אמת, ווייל דער בראוקער גיבט גלייך די דירה פארן ערשטן וואס כאפט עס, אן זיך נאכצופרעגן אויף יענעם, אויב איינער פרעגט זיך נאך איז עס דער לענדלארד אליין ביים באקומען דעם נאמען פונעם בראוקער.

אבער אויב איז עס יא אמת, איז טאקע די עוולה הימלשרייענד. הייסט אז דער בראוקער ארבעט געטריי צופרידצושטעלן דעם לענדלארד, און ווער באצאלט זיין ארבעט? דער טענענט...
איך נעם זיל נישט אן פארן לענדלארד.
אבער מיט געלט באצאלט דער טענענט און מיט עקסקלוסיוועטי (שווה כסף/אינווענטארי) באצאלט דער לענדלארד. ווי קאלטבלוטיג עס זאל נישט קלונגן איז עס פאקטיש באצאלט.
נישט דער לענדלארד איז דער פראבלעם דא, נאר דער בראוקער וואס נעמט געלט פון איינעם און ארבעט פאר א צווייטן.
דאס איז איין וועג ווי מען קען עס אנקוקן.

אדער קען מען עס אנקוקן אז ער נעמט געלט פון ביידע (פונעם שוכר כסף און פונעם משכיר נעמט ער שווה כסף) און ער דארף סערווירן טאקע ביידע.
דער געראָטאנער טענענט וואס מאכט נישט קיין קאפוויי שטעלט צו עפעס וואס איז שווה פיל מער ווי כסף...
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3301
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:36 pm
דאס איז איין וועג ווי מען קען עס אנקוקן.

אדער קען מען עס אנקוקן אז ער נעמט געלט פון ביידע (פונעם שוכר כסף און פונעם משכיר נעמט ער שווה כסף) און ער דארף סערווירן טאקע ביידע.
דער טענענט באקומט די שוה כסף, נישט דער בראקער.

נאכאמאל אין קורצן: דער בראקער ברענגט א דירה פארן טענענט (דאס מיינסטו צו זאגן אז ער נעמט פונעם משכיר שוה כסף), און ער ברענגט געלט פארן לענדלארד (כסף).
די בראקערעדזש פאר די חליפין וואס דער בראקער פארדינט פערזענליך צאלט דער טענענט, אבער דער בראקער ארבעט צו צופרידנשטעלן דעם לענדלארד, כאטש וואס פון אים פארדינט ער נישט פאר זיך פערזענליך.
לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בית שמאי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:42 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית שמאי »

@יסודו מעפר ביזסט הייליג גערעכט!

דו דערמאנסט מיר מיין ווייטאג ווען איך האב געזיכט א דירה. יישר כח פארן ברענגען א אויפוואכאנוג אויף דעם וואס בארויבט מענטשן אין צייט פון נויט.
"אייוועלט איז זייער א פיינע פלעטפאורם, ס'איז אויסגעהאלטן, ס'איז כשר." (וועלוועל פעלדמאן)
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

לויטן קעפל זעהט אויס ווי סאיז געווען עפעס אן אויסנאם ערפארונג, ס"ה א פרישע רענטל טראנזאקציע של 2023.

ווען איר זענט מציע דעם לענדלארד נישט צו נעמען א בראוקער האט איר אריינגעטראכט וואס איר האט עהם אלץ מכבד געווען מיט? קודם כל עטליכע הונדרעט דאללער קלאסיפיידס, שעות טעלעפאנען , שעות פון באקוקערס, אינקלודינג אויסרעכענען אלע באזוכערס מיט די אלטע איינוואוינער. מבחינתו איז דא א גמ"ח וואס טוט דאס בחינם.

מקען זיך טענהן צו די בראקער איז אזא חיה, (אין רוב פעלער ארבעט ער ווי א דאגי, למרות אז סמאכט זיך דא דארט א גרינגע דזשאב ווי מארבעט נישט גארנישט, דעטס לייף) אבער וואס איז די אלטערניטיוו פארן לענדלארד?
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”