מיין ווייטאגליכע ערפארונג מיט די היימישע רענטל בראוקערעדזש רויבעריי
אומר ועושה, די ערשטע זאך דעם קומענדיגן צופרי נאכן דאווענען, האב איך אפירגענומען דעם טעגליכן בלעטל און דורכגעזופט יעדן קלאסיפייד זיכער צו מאכן אז איך פארפאס נישט גארנישט, אבער צו מיין גרויס וואונדער און אנטוישונג האב איך נישט געפונען דארט קיין איין איינציגע דירה צו פארדינגען וועלכע זאל זיין גענוג גרויס פאר מיין געברויך. כ'האב עס איבערגעליינט איינמאל און נאכאמאל, דורכגעזופט יעדן ווארט, אבער גארנישט מחדש געווען, נישטא קיין דירות.
כ'האב תיכף אויפגעהויבן א טעלעפאן צו א נאנטער חבר מיינער מיטצוטיילן מיין שאק און וואונדער, אבער כ'בין געהעריג פארשעמט געווארן ווען אנשטאט א נארמאלע רעאקציע האט ער רעאגירט מיט א הילכיגן געלעכטער אין מיין ריכטונג, טרייבנדיג שפאס פון מיין נאאיוויטעט. "וואס? דו האסט טאקע געמיינט אז ס'גייט נאך היינט אזוי?" פרעגט ער מיר מיט וואונדער, "נישטא מער אזא זאך, די מאנגל איז אזוי גרויס, אז יעדע דירה וואס ווערט אוועיליבעל ווערט גלייך צוכאפט נאך פאר ס'איז דא די מעגליכקייט דאס צו אדווערטייזן" ערקלערט ער מיר מיט א טאן ווי איינער איז מסביר פאר א כיתה א' אינגל וואס ס'מיינט א קמץ. איך בין אבער געווארן נאך מער צומישט, וואס הייסט ס'ווערט צוכאפט? פון וואו ווייסן מענטשן בכלל פון די דירה צו זאגן? אויף דעם האט מיר מיין חבר ערקלערט אז בדרך כלל גייט עס דורך א בראוקער, וואס נעמט אויף זיך די עול פון טרעפן א טענענט, און אז דו ווילסט הערן אויב ס'איז דא א דירה אוועיליבעל, זיי מוחל און רוף אריין די בראוקערעדזש פירמעס.
"מה זאת בראקער?" פרעג איך אים מיט א נייגעריגע מינע, " ביי אונז האט מען דאך געוואוסט אז מ'בראקט נישט” טא וואס איז דאס געבראקעכץ דא? ווילסטו מיר דען זאגן אז ביי זיי איז אחרון של פסח א גאנץ יאר?". ער צושמייכלט זיך לייכט און ערקלערט מיר אויף איין פיס וויאזוי די גאנצע בראוקערעדזש מארקעט ארבעט, אבער ווען איך האב געהערט וואס עס ווארט מיר אפ האב איך שוין אפילו אויף ביידע פיס אויך נישט געקענט שטיין בלייבן.
כ'שטעל זיך פאר אז אסאך פון די ליינער ווייסן שוין די ביטערע מציאות פון די רענטל בראוקערעדזש מארקעט, אבער פאר די וואס זענען נאך נישט באקאנט דערמיט, וויל איך אביסעלע מיטטיילן וואס איך בין אדורך, און וואס טויזנטער אנדערע אידן גייען דורך ביים זוכן א דירה, פארן בלויזן זינד פון וועלן דינגען א דירה.
זינט די מאנגל אין דירות איז אזוי גרויס, זענען די בראוקערס אויפגעקומען מיט א געניאלע המצאה וויאזוי צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך אן צו דארפן ארבעטן שווער. נעמליך, פונעם לענדלארד נעמט מען נישט קיין געלט בכלל, כדי ער זאל מסכים זיין עס איבערצוגעבן פארן בראוקער אן טראכטן צוויי מאל פון בעפאר. דאן לייגט מען עס ארויס אויף די מארקעט, און היות די וואס זוכן צו דינגען זענען אזוי דעספרעט, וועלן זיי דערפאר בלית ברירה מסכים זיין צו סיי וואס מ'וועט נאר פארלאנגען פון זיי אין ארדער צו קענען באקומען דעם דירה. און טראץ וואס בעצם ע"פ שכל וואלט דער לענדלארד געדארפט זיין דער וואס באצאלט פארן בראוקער, זינט ער איז דער איינציגסטער וואס פארדינט פון נוצן א בראוקער, אז ער דארף עס נישט אליינס הענדלען, משא"כ פארן טענענט איז איז דאך נישט קיין שום נפק"מ צי ער דיעלט מיטן בראוקער אדער מיטן לענדלארד דירעקט. אבער וויבאלד דער פארלאנג איז אזוי גרויס האבן זיך עטליכע געלטגייציגע מענטשן ארויפגעזעצט אויף כלל ישראל און רייסן ארויס שווערע סומעס פון ארעמע אידן רייטנדיג אויף דעם פאקטאר אז די פארלאנג איז אזוי גרויס.
אלזא וויפיל קלערט איר פארלאנגט מען פונעם טענענט צו באצאלן? נישט מער און נישט ווייניגער, א גאנצע חודש רענט! איר הערט? עטליכע אלפים פארן כמעט גארנישט טון! הערט זיך אומגלויבליך? יא, איך ווייס, איך האב דאס אויך נישט געוואלט גלייבן, אבער ליידער איז דאס די טרוקענע מציאות.
לאמיר אביסל באטראכטן די ארבעט וואס פאדערט זיך פון א רענטל בראוקער, און זען על מה ולמה ער לאזט זיך באצאלן אזויפיל ריזיגע סומעס געלט. און בעיקר, פון וועמען נעמט ער דאס געלט, און וואס שטעלט ער צו פאר יענעם אין אויסטויש פאר די געלט.
עס ווייסט און פארשטייט יעדער איינער, אז זיך געפונענדיג אין אזא שרעקליכע מאנגל, נעמט געווענליך נישט לאנג ביז א דירה ווערט פארכאפט. יעדער וואס איז אינטערעסירט אין א דירה ווייסט אז מיט יעדע פארבייגענדע מינוט פארלירט ער מעגליך זיין לעצטן שאנס דאס צו באקומען, און דירות ווערן צוכאפט שנעלער ווי פרישע ברויט אסרו חג פסח אינדערפרי. דאס באדייט אין אנדערע ווערטער אז דער בראוקער דארף בסך הכל אויפהייבן פאון קאלס, אראפשרייבן די נעמען, שיקן מענטשן קוקן די דירה, און שוין. והנה, ס'איז שוין גענומען, נישטא מער. און פאר די פאר מינוט, אדער מאקסימום עטליכע שעה ארבעט, דארפסטו אים אראפלייגן 2-3-4 אלפים, געוואנדן אין די רענט, און דער בראוקער שפאצירט אוועק מיט א הויפן קעש נאכן אויסליידיגן יענעמ'ס קעשענעס, און ווענדט זיך גלייך צום קומענדיגן דיעל וואו ער וועט באראבעווען א צווייטן.
לאמיר גיין א טריט ווייטער, ווער באצאלט דעם בראוקער, דער לענדלארד אדער דער טענענט? ווי געשמועסט איז ליידער דער טרויעריגער מציאות אז דער טענענט באצאלט דאס גאנצע בראוקערעדש, אויב אזוי וואלט דאך רעכט געווען אז דער בראוקער זאל ארבעטן פאר די אינטערעסן פון דער וואס באצאלט אים, נישט אזוי? יא יא... גם אני בחלומי האב איך געמיינט אז ס'איז נאך פארהאן עפעס נארמאלקייט אין די מענטשן וואס בראקן א גאנץ יאר, אבער גאנץ שנעל בין איך געוואויר געווארן אז ווארשיינליך פליסט עפעס אן אנדערע סארט בלוט אין זייער קערפער, זינט קיין זכר פון מענטשליכקייט איז נישט צו געפונען אין די אינדוסטריע. דער מציאות באווייזט אז טראץ וואס דער בראוקער ווערט גענצליך באצאלט דורכן טענענט, וועט ער ע"פ רוב ארבעטן פאר די אינטערעסן פונעם לענדלארד, זינט ער האפט ער זאל קומען צו אים נאכאמאל מיט זיין קומענדיגע דירה, און חוץ פון אביסל האניג טריפנדע רייד דיר צו מאכן שפירן ווי כאילו דו באקומסט דא עפעס א געוואלדיגע דיעל, באגלייט מיט א געפערליכע מאס פרעשור און הויפענעס פון ליגנטס דיר צו דריקן צום וואנט אז דו מוזט שוין סיינען קאנטראקט ווייל אויב נישט גייט ער צו א צווייטן, באקומט דער טענענט פונעם בראוקער סאמע גארנישט.
נישט בלויז דאס, דער בראוקער שפירט געווענליך ניטאמאל פאר וויכטיג צו גיין קוקן און זיך באקענען מיט די דירה וואס ער שלאגט דיר פאר, זינט ער ווייסט אז ס'וועט סייווי ווערן צוכאפט, איז דאך ממש א שאד די צייט, ווען ער קען מאכן די זעלבע געלט זיצנדיג באקוועם אין אפיס.
אזוי דורכאויס דעם תקופה וואס כ'האב געזוכט א דירה מיט ליכט און זיך אלץ מער באקענט פון די נאנט מיט די שווארצע קאלירן וואס נעמען ארום דעם גאנצן רענטל מארקעט, שטויסן זיך מיינע אויגן איין טאג אן אין אן עד פון א בראוקערעדזש פירמע, און אינסטיקטיוו האב איך עס אפגעליינט מיט דארשט וועלנדיג זען אויב עפעס דארט איז אינטערעסאנט פאר מיר. און דאן באמערק איך א אינטערעסאנטע זאך, אונטן פון דעם עד שטייט געשריבן אז זיי בעטן א באשטימטע אפצאל פאר בראוקערעדזש און ס'גייט נישט לויט די פרייז פון די רענט. כ'האב זיך שוין געוואלט איינרעדן אז ערגעצוואו אין דעם גאנצן אינדוסטריע געפינט זיך יא עפעס איין אידיש הארץ, און כ'האב תיכף אויפגעהויבן א טעלעפאן צו הערן וואס איז זייער בראוקערעדזש פי. אבער הערנדיג דעם ענטפער האב איך נישט געוואוסט צי כ'זאל לאכן אדער וויינען, וואס יענער טוט איז, אז אנשטאט צו בעטן לויט די רענט, האט ער א באשטימטע אפצאל וואס גייט לויט די סייז פון די דירה, און טראץ וואס ס'קומט אויס עטוואס ווייניגער ווי א חודש רענט, מאכט ער אבער זיכער אז ס'זאל נישט זיין צופיל ווייניגער ווי די אנגענומענע רענט פרייז אויף אזא סייז דירה. כ'האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, ארויסגענומען א רויטן מארקער פון לעדל, און נעבן דעם באמבאסטישן סטעיטמענט אז זיי בעטן נאר א פלעט רעיט האב איך צוגעשריבן א גרויסן חחח+...
און לאמיר דא אויסשמועסן א וויכטיגע נקודה, מופן קאסט אסאך געלט, גאר אסאך געלט, עס קען רואיג קאסטן צוואנציג טויזנט דאלער ולמעלה בקודש, ואין לו שיעור למעלה. ס'איז נישט קיין סוד אז גאר ווייניג אידן פארמאגן אזא סכום עצום אראפצולייגן, ובפרט אידן וואס דינגען, וואס באדייט געווענליך אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו קויפן א אייגענע דאך איבערן קאפ. און דייקא אין אזא צייט, אויב איז די עצם הוצאות פון מופן נישט גענוג, קומט נאך צו אזא אומדערהערטע און גענצליך אומבארעכטיגטע הוצאה וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס און שלעפט ארויס פון די אידן די לעצטע פאר פרוטות וואס זיי פארמאגן נישט, אינאיינעם מיט א שטיק הארץ און בלוט.
די גאנצע רענטל בראוקערעדזש מארקעט איז געבויט אויף הוילע לופט, גארנישט מיט נישט, ער ארבעט נישט פאר דיר, ער טוט נישט גארנישט זיך צו פארדינען דאס געלט, און זיכער נישט אזוינע אומגעהויערע סומעס. בסך הכל נוצט ער אויס דעם פאקטאר אז דו מוזט האבן א דאך איבערן קאפ, זיך אריינצושטעקן די נאז צווישן דיר און דיין לענדלארד, און אזוי ארויסשלעפן אינמיטן וועג נאך אפאר אלפים פון דיינע אויסגעליידיגטע קעשענעס, בשעת מ'קען רואיג דורמאכן דעם פראצעדור אן זיין אומגעבעטענע הילף.
אלזא טייערע אידן, אויב האט איר א דירה צו פארדינגען, טוט א מצוה און נעמט נישט קיין בראוקער. איך ווייס אז ס'קומט נישט אן גרינג, ס'איז א עול זיך צו דארפן אליינס ספראווענען דערמיט, אבער טראכט אריין איין רגע אין וואס אייער טענענט גייט דורכגיין אויב נעמט איר יא א בראוקער. אייך וועט עס טאקע גארנישט קאסטן, אבער פאר אים וועט עס שוין איינמאל קאסטן, אסאך געלט אינאיינעם מיט זיין גאנצע מנוחה און ישוב הדעת, ס'וועט אים קאסטן אסאך בלוט און טרערן. ע"כ טראכט א מינוט פון אייער ברודער וואס איז אין פיין, טראכט אריין אין זיין מצב, און טוט דאס ביסל וואס איר קענט אים צו פארגרינגערן, שטרענגט אייך אן צו פארדינגען דעם דירה אליינס און אזוי ארום איינשפארן פאר א איד א ריזיגע הוצאה פון עטליכע אלפים על לא דבר. ובזכות זה וועט דער אויבערשטער אייך זיכער באצאלן מדה כנגד מדה און ער וועט אייך פארזיסן דאס לעבן און אריינשיקן א ברכה אין אייער פארמעגן, ויהי שכרכם כפול מן השמים.