-
ציטיר
- 11
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך פריילעך אידל
»
איך שרייב נישט דוקא לגבי דעם לעצטן געברענגטן גראפיקס שטיקל, נאר בכלליות.
קען זיין איך האב דאס שוין אמאל געשריבן, אבער שאדט נישט קיין חזרה, דאס איז נוגע סיי אלטגעזעסענע גראפיקער (בעיקר אזאנע וואס טוען בעיקר קארפערעט און נישט אזוי ווייט חסידישע דעזיין), אבער בעיקר נייערע חברה, אפטמאל פאקעסירט מען שטארק אז די גרעפיקס זאל זיין אויגפארכאפענד און מעכטיג, און פון די טעקסט גייט מען מיט עפעס אן אלטע EFT פאנט אלץ איין לאנגע מגילה... ס'איז א שטארקע מיסטעיק! פונקט וויפיל די דעזיין מאכט אויס, פונקט אזוי סאך, אדער אפשר נאך מער, מאכט אויס די טעקסט לעיאוט.
טעקסט לעיאוט איז א חכמה און מען דארף זיך דאס אויסשארפן, ענדערש מאך אביסל א פשוטע'רע דעזיין, און אינוועסטיר אביסל אין שיינע פאנטס, לערן דיך צו וואס קומט גרויס וואס קליין, ספעיסינג צווישן די שורות, צווישן די ווערטער, און צווישן די אותיות, אביסל דריידעלעך ארימצונעמען וויכטיגע חלקים פון די טעקסט. ווי אויך אנדערע פאקטארן ווי קאלירן און גרעדיענטס, ווען צו ניצן וועלכע סארט טעקסט עפעקטס, וכו' וכדו', אנע דעם וועט דער צעטל נישט האבן קיין טעם, אפילו מיט די שיינע מעכטיגע פרעים.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכןאדער טוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.