אַ֣ךְ זֶ֥ה הַיּ֛וֹם שֶׁקִּוִּינֻ֖הוּ מָצָ֥אנוּ רָאִֽינוּ
דעם היינטיגן טאג האט ספיקער מייק דזשאנסאן ירום הודו מיט דרייסקייט ארויפגעלייגט אויף דעם האוז פלאר דעם ביל צו העלפן די מלחמה אין אוקראינע מיט איבער 60 ביליאן דאלער.
לאזנדיג די איבער 300 פרא דעמאקראטיע אנטי פוטין קאנגרעסלייט טאן זייער רצון צו שיקן הילף צו באקעמפן דעם טיראן און דעספאטישער טעריטאריע הונגעריגער דיקטאטור פון אונזער דור.
"מאגא" מייק דזשאנסאן, דער געוועזענער ארכי רעכטער בעק בענטש קאנגרעסמאן האט נאכן ווערן געצייגט די פאקטן און אינטעל געטאן וואס דער פארשטענדליכער ווענילע"מעסיגער" ארויסגעווארפענער ספיקער קעווין מעקארטי האט נישט געהאלטן דערביי, טראץ וואס דאס ברענגט אים אפעקטיוו אונטער אין רעפאבליקאנער פאליטיק, און אפילו מען וועט אים נישט ווארפן צוליב מאנגל אין שטימען אדער אין אפעטיט פאר נאך אזא צירקוס, וועט ער מער קיינמאל לכאורה נישט האבן די שטיצע פון א גרויס טייל רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט, און ער האט בפשטות נישט קיין עתיד אין די קאוקעס פירערשאפט דעם קומענדיגן קאנגרעס, און נאך א קלענערע שאנס צו בלייבן ספיקער אויב די רעפאבליקאנער האלטן קאנטראל. בעת וואס ביי מעקארטי איז געווען פונקט פארקערט, אויב וואלט ער נאר געהאלטן ביים טאן דאס אייגענע.
ולא עוד, נאר ווי עס זעהט מיינט ער אזוי אמת'דיג אז ער האט באוויזן מסביר צו זיין זיינע שריט פאר דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט די גאנצע וואך נישט געטאן כמעט גארנישט אפצושטעלן דעם ביל, א זאך וואס איז בכלל נישט געווען ערווארטעט ביי קיינעם נישט אויף קיין איין זייט.
את אשר יגורנו לאבא, די זאך וואס מען האט די מערסטע מורא געהאט, שוין פאר איבער צוויי יאר, אז א רעפאבליקאנער קאנגרעס וועט נישט האלטן ביים העלפן אוקראינע, ווי מרת גרין וועלכע האט געהאט מעקארטי'ס אויער האט פארשפראכן שוין באלד צוויי יאר צוריק: אויב די רעפאבליקאנער געווינען באקומט נישט אוקראינע קיין איין פעני! וואס ביז ממש עטליכע וואכן צוריק האט אויסגעזען אז זי באווייזט צו האלטן איר הבטחה.
עס שטעלט זיך ארויס למפרע אז די דעמאקראטן האבן זיכער געטאן די ריכטיגע שריט נישט צו סעיוון דעם צבוע און בלאפער קעווין מעקארטי, וואס אין קאנגרעס האט ער געפירט ווי א גרין, און צו די מידיע האט ער גערעדט ווי לאולער, און צו זיינע קאלעגעס אויף אלע זייטן האט ער פשוט כסדר ליגענט געזאגט, פארלירנדיג צוביסלעך גענוג טראסט נישט צו קענען האלטן דעם פאזיציע. שוין אפגערעדט פון דעם מעכטיגן פאנדרעיזינג אפאראט זיינעם וואס איז געשטאנען אלץ אבן נגף פאר די דעמאקראטישע פארטיי.
קעווין מעקארטי האט פון איין זייט געהאט די מעסיגע פרא אוקראינע קאנגרעסלייט - וועלכע האבן שטארק געשטופט, אפשר אפילו געצווינגן מייק דזשאנסאן צו טאן דאס ריכטיגע - אין זיין טאש, סיי דורך זיין עקטן מעסיג און נארמאל, און סיי דורך די מאסיווע פינאציעלע שטיצע מיט וואס ער האט זיי אריינגעברענגט, פון די צווייטע זייט האט ער בדרך כלל געפאלגט דעם מאגא פליגל, ווען מעגליך, און פון די דריטע זייט האט ער פאליטיש געגעבן א שײנעם פנים פאר די רעפאבליקאנער פארטיי, און פון די פערטע זייט האט ער אויפגעטריבן גרויסע געלטער, און פון די פיפטע זייט האט מען פשוט נישט געקענט האבן קיין טראסט אין דעם שיטה ליידיגן באשעפעניש וואס האט לכאורה גארנישט געוואלט חוץ גרויס זיין.
ראן דזשאנסאן האט נישט קיין איינס פון די אלע חסרונות, נאר פארקערט, אפגעזען וואס מען האלט פון זיינע שיטות, איז זיכער אז ער וויל טאן וואס ער האלט פאר גוט פארן לאנד, אפגעזען וואס מען האלט פון זיין פאלשע רעליגיע, איז זיכער אז ער וויל טאן וואס איז רעכט פֿאַר זיין באשעפער. מען זאגט אז ער האט אסאך מתפלל געווען צו טאן דאס ריכטיגע בנוגע אוקראינע.
און ליתר שאת האט ער נאך מעלות פאר די דעמאקראטן, נישט קיין געלונגענער קאארדינאטאר, נישט קיין מאסיווער פאנדרעיזער..
יחי אדונינו הספיקער מייק דזשאנסאן, יחי!