אוראייניקל אלערט!!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

קעפל: שאל נעליך מעל רגליך..א בריוו צו מיין שיך.
אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 07, 2024 6:20 pm
נו.. אז מ'האט מיר געשאנקען א רבנות אויף אלע צ(עי)רות.. דארף מען דאך ארויסקוועטשן דערפון די מערסטע..


איז וואס טוט א רב?

שטייצעך.. שרייבט קול קורא'ס..

אזוי זאגטעך דער פסוק.. קול קורא במדבר.. פארוואס נישט ויקרא אדער דברים.. נאר במדבר שטייט די פרשה פון מחלוקת.. און רבנות גייט געקניפט און געבינדן מיט מחלוקת.. וועגן דעם לערן איך במדבר..


שוין.. ווייס מער וואס מ'האב מיר צו טוהן.. דארף מען נאר זוכן א פאסיגע פירצה.. ווי חז"ל זאגן.. פירצה קורא לגנב.. אז ס'אידא א פירצה קומט א קול קורא.. און אז מ'טרעפט נישט קיין פרצה.. גנב'עט מען איינס..

איז וואו זוכט מען א פירצה פאר א גוט יאר.. זאגט די משנה.. אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב.. מ'דארף נישט קריכן צו ווייט.. מ'קען אלעס טרעפן לאקאל..

זאגט דאך די גמרא.. טאקע אין מגילה.. יגעת ומצאת תאמין.. האמיר געטראפן דעם פירצה!!.. און נישט סתם א פירצה.. נאר ער האט נאך א גרויס מויל אויך..


אין אמת'ן אריין מאכט דעי פירצה סענס.. אויב מ'וויל מקיים זיין א שיחה נאה.. דארף מען דאך האבן א פה סח.. איז דאך פשוט ביותר אז די שיך דארפן האבן א פיסק.. איי זיי קענען נישט רעדן.. דאס האט דאך אויך א פשוט'ע סיבה..

די וועלט זאגט אז דער אייזל האט זיך אמאל אפגערעדט אין הימל.. פארוואס קען דער מענטש רעדן און ער נישט.. ס'זענען דא גענוג און נאך צוויי פיסיגע חמורים וואס לא פסק פומייהו.. איז מאי שנא?

האט מען מחליט געווען אויס צו פרובירן.. מ'האט געטראפן א חמור בן חמורתא.. א מיוחס.. משמש געווען בנאמנות דעם נביא לגוים בלעם בן בעור.. מ'האט איהם געגעבן דעם רשות הדיבור.. לאמיר זעהן וואס פאר א חכמה וועט פליסן פון דארט..

שטייט דער מלאך אין די זייט.. און ער טראכט ביי זיך.. זיכער וועט דער אייזל עפענען א מויל אויף בלעם.. דו גראבע בחור.. מיט וועלכע זכות זיצסטו אויף מיין רוקן.. און איך דארף דיר ארומשלעפן ווי א חמור אויף וועגן און שטעגן.. לאמיר דיר זעהן אמאל ארומקריכן מיט אזא משא אויף די פלייצעס.. קומט אבער למעשה.. דער אייזל עפנט זיין מויל.. וואס זאגט ער.. אנכי חמורך.. איך בין אן אייזל.. און ער האט אגעוואוירן דעם זכות הדיבור אויף אייביג..


נו שטעלץ ענק פאר אז דאס שיכל קען נאך ארויס זאגן א קול מיט זיין מיילעכ'ל.. וואס פארא פסוק וואלט מער געכאפט פון איהם.. וואס הערסטו נישט אויף צו טרעטן אויף מיר.. ווי דו גייסט און ווי דו שטייסט זיצסטו מיר אויפ'ן קאפ.. בינדסטו מיר צו מיט שטריקן.. און דאס נעמסט נישט אראפ דיין פוס פון מיר.. אזוי אז ער איז שטום.. נעמט ער אריין א מויל פול מיט וואסער.. און אנשטאט כאפן דעם קיתון של שופכין אין פרצוף.. באנעצט עס די לעכעריגע זאקן..


דארף מען אבער קומען לגופו של ענין.. איז אזוי.. אין די חיובי כתובה פון א מאן צו א פרוי שטייט אז ער ברויך איר צושטעלן שיך דריי מאל א יאר.. איז בואו חשבון.. אויב זי מיט איהרע תשעה קבין דארף זיי דריי פאר שוך.. דער מאן וואס האט נאר איין קב שיחה.. מיט'ן קאווע וואס מ'טרינקט פאר'ן דאווענעןאון נאכאיינס פארן שעה שלאחר התפילה.. איז איהם גענוג א שליש.. איין פאר שיך א יאהר..


אבער אז מ'פרובירט צו ציען לענגער ווי א יאהר מיט דעם.. זאגט שוין די גמרא אין יומא.. הישן במנעליו.. דער וואס גייט א גאנצע שנה מיט די שיך.. טועם טעם מיתה.. יענץ טעם האט עס.. און אז מ'פרובירט יא.. עפנט ער א מויל..


וואס די חורבן איז.. אז בדרך כלל האט עס א זמן ווען מ'קויפט זיך א נייע פאר.. ס'קומט פאר פסח.. און מנהג ישראל תורה א זכר צו וינצלו את מצרים.. ליידיגט מען אויס די טאשן אין די געשעפטן.. זאל שוין מיטגיין א נייע פאר שיך..


גייט עס אבער יעצט אן עיבור יאהר.. ווייס מיר דאך דער ירושלמי.. לקל גומר עלי.. חז"ל האבן בכח צו טוישן די טבע מיט זייער עיבור שנה.. וואלטן מיינע שיך זיך געמעגט האלטן א חודש לענגער.. בעבו"ר נעלי"ם.. זאל די שיך אויך האלטן דעם עיבור יאר.. אבער וואס ווי ווען.. ער האט מחליט געווען צו מאכן א זכר למחצית.. און זיך שפאלטן אין צוויי לאזנדיג מיר אויך מיט אן אפענע מויל.. קוקט אויס ביי איהם איז פשוט אז אפילו א רב הצעיר דארף אויך גיין האלבע שיך אינדערוואכן..


סאו זעמער מוחה במחאה גמורה ונמרצת.. אויף דעם שייגעץ שטיק נישט זיך צושטעלן צום כח פון די רבנים.. ובזה יצאתי די חובת מחאה..



הק' נין ונכד

רב הצעיר דפורים פק"ק אייוועלט.


נ. ב.

אין די ימי השמחה וועט זיין קבלת קהל אין בית הוראה בחדר שאל את הרב , מדי יום ביומו.
די איינצוג'ס דרשה פין @אוראייניקל לרגל די התמנות אלס רב הצעיר..
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

קעפל: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:
אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2024 7:04 pm
תולה ארץ האט געשריבן: פרייטאג מארטש 08, 2024 3:21 pm

אופס... אופס... איך געב זיך א קוק אויף ס'בארדע און ס'איז מיר געווארן ווייס פאר די אויערן... אזוי פון איין טאג צו די אנדערע? ראחמאנעליצלאן...

וויאזוי גייט נאר די מעשה פון ר' אלעזר בן עזרי'?

טשיגאבעס!
יחי.jpg
ביי דיר האטעס טאקע געארבעט!!

אקארשט מיטגעהאלטן ווי מ'איז מזכיר יציאת מצרים ביי מעריב!!



אבער אין אמת'ן אריין מאכט עס א שטיקל פראבלעם מיט'ן הכתרה.. ס'איז דאך א מחלוקת ב"ש וב"ה אין נזיר (לא) ועוד מקומות בש"ס.. וען איינער האט געואלט מקדיש זיין א שווארצע פ"ר.. ולמעשה איז ארויסגעקומען א ווייסע.. גארנישט זיכער אז די רבנות האט חל געווען..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פון דא און ווייטער. viewtopic.php?p=4982798#p4982798

דער איז צודרייט אויף @תולה ארץ נד''נ...

אזוי אויך @ממי_שאמרו איז גארנישט אזוי אונטערשטעלונג
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

קעפל: זאכן וואס איך וויל וויסן
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:36 am
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 7:22 pm
צ”ק
פארוואס הייסט א עראר פעידזש מיטן נאמען ”404”?
וואס באדייט דאס 404?
ס'איז כמספר דופ"ן עקומ"ה לבו"ד (מיט'ן כולל).. צו וועם דו קענסט רעדן ביים אנקומען דארט..
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:20 am
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 8:27 pm
געהערט היינט א גוטע הגדרה:

אויב זאגסטו פאר איינעם אז איינס מיט איינס איז צוויי, און יענער טענה'ט אז איינס מיט איינס איז דריי, איז דא מיט וועם זיך צו טענה'ן. קענסט אים פראבירן מסביר צו זיין אז צוויי איז צאמגעשטעלט פון צוויי מאל איינס, וכו'.

אבער ווען דו זאגסט פאר איינעם אז איינס מיט איינס איז צוויי, און יענער טענה'ט אז איינס מיט איינס איז מילך, דאן שפאציר אוועק פון דארטן. דו האסט זיך נישט מיט וועם צו טענה'ן. נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש.
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט.. לענ"ד זענען ביידע גערעכט.. ש'טא וואס זיך צו טענה'ן מיט זיי!

איינס מיט איינס (מיט'ן כולל) איז דריי.

און איינ"ס איינ"ס (עם האותיות והתיבות) איז כמספר מיל"ך במילוי..
בר כוזיבא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:01 am

@שוואכער העלף מיר דא ארויס א מינוט.

אויב איינער זאגט דריי אנשטאט צוויי, קען מען זיך טענה'ן. אבער מילך אנשטאט צוויי נישט.

איז וואס איז דער דין ווען יענער זאגט חלה דעקל אנשטאט מילך?
איז פשוט אז ער רעכנט חל"ב מיט די דריי אותיות כמספר חל"ה.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: אוראייניקל אלערט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”