אנקעטע: וואס מיינט 'נייעס און קרישקעלעך'?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

וואס ווילט איר זען אין א 'נייעס און קרישקעלעך' אשכול פון אייער שטאט?

בלויז נייעס(- היינט גייט זיין די לאקאלע וואלן)
7
3%
אויך קאמענטארן אויף די נייעס(- לאמיר האפן אז דער עולם וועט ארויסקומען שטומען)
6
3%
אויך פראגעס ארום די נייעס(איז דא א לאנגע ליין דארט?)
20
9%
אויך פריוואטע הילף(ווער מאכט א גוטע קאר וואש?)
99
43%
אויך דעבאטעס(צו מ'זאל וואוטן פאר פלוני אדער נישט)
98
43%
סך הכל שטימען: 230

אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: אנקעטע: וואס מיינט 'נייעס און קרישקעלעך'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 8:47 pm
ציגאנער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:53 pm
עטליכע וואכן צוריק האט די הנהלה געצוימט די רעכטן פון ווער עס קען שרייבן אינעם נייעס פארום, און דאס האט דראמאטיש געהויבן די ניווא פונעם גאנצן אפטיילונג.

עס זענען אבער געבליבן עטליכע אשכולות וואו די טויש האט נישט געברענגט קיין רעזולטאטן, און דאס זענען די לאקאלע קרישקעלעך אשכולות. גענוי ווי ביז היינט, ווערן די אשכולות איינמאל און נאכאמאל פארוואנדלט אין העפטיגע דעבאטעס ארום לאקאלע און אינטערנאציאנאלע אישוס...
אלזא, נאכן זען די רעזולטאטן אז דער עולם וויל יא מער שמועסן און דעבאטירן, מיין איך איז צייט פאר אן אנקעטע אויב מ'זאל אויך אויפלעזן די שטרענגע בלויז נייעס צענזער אויף די גאנצע נייעס אפטיילונג...

דער עולם האלט ביים שמועסן.
פארוואס דען בינעך דא...?
אז ס'גייט זיין וואלן קען איך זעהן גרויסע סיינס איבעראל. אז סאיז דא א הכנסת ספר תורה זעה איך עס שוין א וואך פארדעם אינעם בלעטל.. דא קומט מען זיך לופטערן על טהרת הקודש.

פאר בלויז נייעס אן קאמענטארן איז דא קול מבשר, די איד, און די בלאט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: אנקעטע: וואס מיינט 'נייעס און קרישקעלעך'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יאנאש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 10:27 am
צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 9:52 am
די רעזולטאטן זענען זייער קלאר, א אומגעהויערע רוב 85%! וויל כאטש נייעס קאמענטארן פראגעס און פריוואטע הילף, און א גאר שיינע חלק פון איבער 40% וויל אויך דעבאטעס...


יעך האב געשטימט פאר די לעצטע אפציע


סטאוועניו זאגט עפעס בנוגע 2..
יאפס, א מאסיווער 58% שרייט אויס הויעך, ביטע נישט דעבאטירן אין די לאקאלע קרעטשמע אשכולות.

די ווייטאג איז א טאקע צוליבן קליינעם אפעזיציע פון קארגע פערציג פראצענט וועלכע באצווינגן דעם אומגעהויערעם רוב, קוקן למעשה די לאקאלע אשכולות אויס ווי שלאכט זאנעס פאראורזאכנדיג הויכע רופן פונעם רוב אז ’ענדערש גיי ממש ביז זיראנץ, ווייל דאס איז אנבערעבל’...

זיכער אז אין א פערפעקט וועלט זענען קליינע צווישן רופן א געוואלדיגער צוגאבע צו א לאקאלער אשכול, הלואי ווען די גראפיטירער זוכן נישט צו דאס אונטערדריקן מיטן נעמען אדווענטעדש פון יעדע לופהאל.

דערווייל האבן אפי’ די וואס האבן געשטימט פאר 5 פה אחד געזאגט אז זיי האבן אויך גבולים, דאס מיינט אז זייער שטימע איז מער הייפאטעטיקל ווי עכט...

נ.ב. כאב שוין חרטה פאר דעם תגובה, אבער זאל זיין.

יאנאש
אחד מהניקים
וועלקאם טא אנקעטע מעניפעלאציע..

ווען איך מאך די אנקעטע געב איך איין אפשען פאר נאר נייעס און דריי אפשענס פאר דעבאטעס... די לעצטע אפשען זאל זיין פילע דעבאטעס אין יעדע אשכול אפילו ס'ציהט זיך צוואנציג בלעטער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17870
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: וואס מיינט 'נייעס און קרישקעלעך'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

געוועלט די לעצטע אפציע, דלא כיאנאש דער ניק וואס האט א השפעה אויף יאנאש דער מנהל און זיין מיינונג אז ענדערש לייגן א ריזן שלאס אויף אייוועלט טראגט ביי אים א גרעסערער געוויכט ווי די מיינונגען פון אלע אנדערע ניקס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”