Re: איז שלישי למילה א טאץ קעיק אדער א סעודה
און אויב מען שטעלט נישט אפ די שלישי למילה סעודה וועט עס נאך איין טאג קומען מיט לעקטערלעך און פארטי פלענערס מיט א גאנצע קווייער ועוד, אויב איז פאר אונזער עלטערן געווען גענוג א טאץ קעיק איז עס פאר אונז אויך גוטמי יודע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:36 pmגערעכט, די רבי ז"ל האט קיינמאל נישט געמאכט קיין שלישי למילהנברא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:19 pmאיך ווייס נישט פון וואו עטס קומטס, אבער אין סאטמאר האט מען בכלל נישט געהערט פון אזא זאך (איך האב געפרעגט אידן פון העכער פופציג יאר), איינער האט מיר געענטפערט "די גאנצע אויסדרוק "שלישי למילה" האב איך אלץ קינד נאר געהערט אין פרשת וירא אין רש"י, אז די מעשה האט פאסירט אין די דריטע טאג פונעם ברית". די גאנצע קאנצעפט פון "שלישי למילה" איז לכאורה בכלל נישט געווען אין סאטמאר.
עס זענען מן הסתם געווען קרייזן אדער צדיקים וואו מען האט זיך אזוי געפירט. זאלן זיי ווייטער טון אזוי.
מן הסתם האט זיך עס פארשפרייט ווען איינער איז געווארן אן איידעם אין סאטמאר פון א פלאץ וואו מען האט זיך אזוי געפירט, און מאנקי סי מאנקי דו...
און פרעג ביטע די אידן פון העכער 50 יאר אויב זיי האבן געמאכט וואך נאכטס מיט לעקטערלעך און פארטי פלענערס מיט א גאנצע קווייער
#פירצת הדור
https://amzn.to/3XWkbTZ
https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases