זייער אסאך האבן היינט ביי די סינק א קראן וואס האט איין הענטל פאר סיי קאלט און סיי הייס וואַסער. דאס ברענגט אסאך מכשולות ווען מצינד בטעות אן די הייס וואַסער אום שב"ק.
אוודאי איז דא אן עצה צו אינסטאלירן די קראנען וואס האבן צוויי עקסטרע הענטלעך, אבער די אשכול האב איך געגרינדעט אויפצוקומען מיט אזא פאטענט פאר די איינצעלע הענטלעך קראנען.
איך טראכט פון אזא שמיטשיקל וואס מ'קען ארויפלייגן אויף די צענטער שטעקן וואס וועט בלאקירן די הענטל פון ווערן געדרייט.
איינער כאפט וואס כ'מיין?
בין איך אין די ריכטיגע פלאץ?
WOW, איך האב אייביג מקפיד געווען צו אינסטאלירן בלויז אזעלכע פאסעטס וואס האבן באזונדערע הענטלעך פאר הייס און קאלט, איך בעט אייביג די קאנטראקטערס צו אינסטאלירן נאר אזעלכע און זיי קוקן מיר אן ווי עפעס א פארנאטישע מענטש.. כ'האב הנאה אז נאך אידן זענען מקפיד אויף חילול שבת. הגם ס'איז בשוגג וכו' וכו'. וואלט געווען א געוואלדיגע זיכו הרבים ארויסצוקומען מיט א סעלאשען.