Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן
אין קורצןאברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 amאבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!
וואס הייסט?
ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי'
בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!
יא.
דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!
רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.
סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
מיין שוואגער מאיר רובינשטיין דער ראש העיר פון ביתר, דערציילט מיר מיט א פאר יאר צוריק:
איך האב גערעדט מיט א חשובן חסיד פון א באווסטער רבי, וואס האט חזקה אויף איינע פון די גרויסע הדלקות אין מירון ל"ג בעומר, איך םרעג איהם ווען איז ער ארייו צום ציון הקדוש, פאר אדער נאך די הדלקה?
לאכט ער מיר אין פנים... כא.כא... איך בין א ברסלבר?
איך פאר זעהן מיין הייליגן רבין שליט"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.[/image][/b][/color]
אדמורים רבנים און משפיעים מעגן קומען פראווען הדלקות און מעמדים אין מירון.
צו ס'איז באיאן קרלין זוועהיל תו"א תוא"י אדער ר' מיילעך.
זיי האבן קיינעם גארנישט געגאנבעט, און זיי מעגן פראווען און דערהייבן דעם עולם (פארשטייצעך נישט אויפן חשבון פונעם כלל הציבור).
אויב ס'איז דא א חסיד שוטה, וואס זאגט אז ער נאר זעהן זיין רעבין און גייט בכלל נישט צום ציון, נו נו... ער איז בכלל נישט מעיד על הכלל. איך קען ברעסלעבער וואס קומען נאר זעהן חיליק פראנק מיט מאיר אדלער....
(נאר ס'איז דא ברעסלעבער וואס פילן אז ר' שמעון איז נאר זייער'ס, און ווען א רבי אדער משפיע קומט פראווען דארט, מיינען זיי מ'האט זיי עפעס צוגענומען)