מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך כלל וכלל »

ולהוסיף נופך:

וואס זיי האבן געטאן בשנת הקאוויד איז אומפארגעבבאר. געפירט א הדלקה פאר שישקעס און טיווי קאמראס, אבער פשוט געשוינט דעם ציבור חרדי פון אנגעשטעקט ווערן..

וביותר צוויי יאר שפעטער, ווען זיי האבן פארשטאנען אז זיי גייען מחנך זיין כלל ישראל נאך די אסון מירון. דער איז קיינמאל בעפאר געווען אין מירון, אבער פארשטאנען אז ער גייט מאכן סדר. און ווען כלתה אליו הרעה ער האט פארלוירן די מאכט בעצם יום הקדוש, האט ער אפגעשטעלט אלע באסעס פאר שעות שעות לאנג מיט אנשים נשים וטף, און זיי צירוקגעשיקט למקומות מושבותיהם, כדי זיי נישט אריינצילייגן און ׳קיין סכנה..׳ נישטא ווער סזאל לאכן..

איך האב נישט געזען קיין איין איסור צו גיין קיין מירון היי יאר אחוץ פון קארלין, איז זאל יעדער פארשטיין אז ווען די זעלבע מאכערס שרייען ׳סכנה׳, אפולו זיי זענען גערעכט, האבן זיי שוין פון לאנג פארלוירן די טראסט פון יעדע חרדי, שוין לאנג פארלוירן זייער חזקת כשרות, נישט נאר פון די קנאים, און זייער שרייען וואלף שרעקט שוין קיינעם נישט אפ.
itsi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך itsi »

פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:12 am
רכבת הקלה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:53 pm
פיינע קאווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pm
טעם וריח האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:54 pm
שמעתי פון א אלטע ירושלימע איד אז בעפאר די 6 טעג מלחמה - וואס האט אויסגעבראכן א וואך נאך לג בעומר - איז דער עולם אויך נישט געפארן צילוב סכנה, יעדער האט פארשטאנען די סכנה. מירון איז געווען ליידיג יענע יאר
מירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
שקר
סתם געפליקט ווייל ס'שמעקט דיך נישט?

@itsi נאדיר:

היישוב מירון הוקם בשנת 1949 על ידי עולים מהונגריה ומרומניה וחיילים משוחררים דתיים ממלחמת העצמאות. הוא הוקם על אדמות הכפר הערבי מירון, שחרב במלחמת העצמאות.

....בנוסף גבו תושבי המקום בזמנים שונים מס מיוחד מהיהודים שעלו לקבר הרשב"י במירון

https://www.hamichlol.org.il/%D7%9E%D7% ... %A9%D7%91)
נו, איר קענט ליינען? שטייט דאך קלאר אז זייט די מדינה האט זיך אויף געשטעלט איז עס א אידישע יישוב אין נישט א אראבישע יישוב.
די 6 טעג קריג איז געווען 19 יאר יאר נאכן אויף שטעלן די מדינה.... און דעמאלס האבן שוין נישט געווינט דארט אראבער.
itsi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך itsi »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:50 am
חיים שטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:10 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:26 pm
מהודר האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:37 pm
מירון איז געוועהן או ארבישע דארף זיי זענען שפעטער אנטלאפן ביי איינער פון די מלחמות, איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס די קנאים גייען יא קיין מירון און נישט צו קבר רחל, חברון, און גאנץ יהודה ושומרון????
וואס הייסט?
אלעס וואס מ'גייט נישט, איז וואס די ציונים האבן איינגענומען כ''ח, און די יו ען האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, און ס'איז נישט אנערקענט געווארן ביי די וועלט
משא''כ מירון האבן זיי איינגענומען תש''ח,

(אין חברון האבן אלץ געוואוינט אידן)
אין על הגאולה סימן ק''ז שטייט די טעם וויבאלד די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענומען אין תשכ''ז איז נישט געווען מעגליך פאר א איד אנצוקומען אהין במשך כמה שנים. קומט אויס אז דאס אהין גיין איז נאר א דאנק די ציונים. משא''כ אין מירון איז אלעמאל געווען א מעגליכקייט פאר א איד אנצוקומען איז נישט גילטיג דעם טעם!
ווען הרה"ק מטאהש זי"ע איז געווען אין אר"י (איך מיין תשל"ד) האט ער איבערגעשמועסט מיט ר' משה ארי' פריינד ז"ל דעת רביה"ק מסאטמאר ווי יא צו גיין און ווי נישט. פארשטיי זיך אז די טאהשע רבי האט געהאט גרויס השתוקקות צו גיין צום ציון פון אוחה"ק און האט אנגעפרעגט ביי ר'משה אריה'ן פארוואס דארט מעג מען יא גיין? ס'איז דאך אויך איינגענומען ביי די זעקס טאגיקע מלחמה.

האט ער אים ערקלערט אז בלויז די ערטער וואס די ציונים האבן געפאמפעט זייער געווינס איז א פראבלעם אלץ הודאה למינות אדער חיזוק פאר זיי, די שטחים זעלבסט האט נישט דעם פראבלעם.

פארשטענדליך איז דער טאהשע רבי נישט געגאנגען צום כותל אבער צום ציון פון אורח החיים הק' איז ער יא געגאנגען ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים מיט א השתפכות הנפש.

די זעלבע איז מסתם מיט מירון, ס'איז נישט געווען קיין גרויס עסק אז מען מ'האט פארכאפט מירון.
ווי שוין געשריבן, מירון האבן די ציונים בכלל נישט איין גענומען אין תשכ"ז.
אשאד די פילפולים פארוואס ס'איז אנדערש פון כותל קבר רחל וכו'.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35859
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך farshlufen »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 8:50 am
ווען הרה"ק מטאהש זי"ע איז געווען אין אר"י (איך מיין תשל"ד) האט ער איבערגעשמועסט מיט ר' משה ארי' פריינד ז"ל דעת רביה"ק מסאטמאר ווי יא צו גיין און ווי נישט. פארשטיי זיך אז די טאהשע רבי האט געהאט גרויס השתוקקות צו גיין צום ציון פון אוחה"ק און האט אנגעפרעגט ביי ר'משה אריה'ן פארוואס דארט מעג מען יא גיין? ס'איז דאך אויך איינגענומען ביי די זעקס טאגיקע מלחמה.

האט ער אים ערקלערט אז בלויז די ערטער וואס די ציונים האבן געפאמפעט זייער געווינס איז א פראבלעם אלץ הודאה למינות אדער חיזוק פאר זיי, די שטחים זעלבסט האט נישט דעם פראבלעם.

פארשטענדליך איז דער טאהשע רבי נישט געגאנגען צום כותל אבער צום ציון פון אורח החיים הק' איז ער יא געגאנגען ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהיליםמיט א השתפכות הנפש.

די זעלבע איז מסתם מיט מירון, ס'איז נישט געווען קיין גרויס עסק אז מען מ'האט פארכאפט מירון.
אא"ט, צוויי מאל גאנץ תהלים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1490
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך אליעזר ווייס »

לאמיר אביסל קלאר מאכן

אויף די פלעצער וואס די ציונים האבן איינגענומען תש''ח, האט די רבי ז''ל קיינמאל נישט געזאגט אז מ'זאל נישט גיין (מירון האבן זיי דעמאלטס איינגענומען)

נאר אויף פלעצער וואס מ'האט איינגענומען תשכ''ז
(אויך נישט אלע פלעצער, ווי למשל הר הזיתים איז יא אנגענומען אין סאטמאר אז מ'גייט, אפילו די ציונים האבן עס איינגענומען תשכ''ז, און ביז דעמאלטס האט מען נישט געקענט גיין [פון תש''ח])
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פליישיג »

וואס גייט פאר?
זעם רב בעיר בבית שמש | ההדלקה של הגר"א בידרמן לא קיבלה אישור משטרה. למרות כל הפרסומים המשטרה לא חותמת על האישור. אם אין שינוי של הרגע האחרון. כנראה ההדלקה תתבטל. (מקווים ומתפללים שלא!)
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

בקיצור די טענהריי גייט בערך אזוי :

מירון איז א סכנה.
קיינער גלייבט נישט די פאליציי.
אבער יעדער פארשטייט אליין.
און קאנצערטס מעגן יא?
ס'אחילוק? ס'איז א סכנה.
און תשפ"ב איז אויך געווען א סכנה אז די פאליציי האט אפגעשפארט?
ניין, זיי זענען רשעים, אבער ס'איז נאך אלס א סכנה.
פארוואס זאל איך זיי גלייבן?
דו האלטסט אז נישט?
קען זיין. אבער קיינער גלייבט זיי נישט.
אבער דו האלטסט דאך אויך אזוי.
און פארוואס קאנצערטס נישט?

וחוזר חלילה.
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

itsi האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 9:26 am
פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:12 am
רכבת הקלה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:53 pm
פיינע קאווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pm
טעם וריח האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:54 pm
שמעתי פון א אלטע ירושלימע איד אז בעפאר די 6 טעג מלחמה - וואס האט אויסגעבראכן א וואך נאך לג בעומר - איז דער עולם אויך נישט געפארן צילוב סכנה, יעדער האט פארשטאנען די סכנה. מירון איז געווען ליידיג יענע יאר
מירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
שקר
סתם געפליקט ווייל ס'שמעקט דיך נישט?

@itsi נאדיר:

היישוב מירון הוקם בשנת 1949 על ידי עולים מהונגריה ומרומניה וחיילים משוחררים דתיים ממלחמת העצמאות. הוא הוקם על אדמות הכפר הערבי מירון, שחרב במלחמת העצמאות.

....בנוסף גבו תושבי המקום בזמנים שונים מס מיוחד מהיהודים שעלו לקבר הרשב"י במירון

https://www.hamichlol.org.il/%D7%9E%D7% ... %A9%D7%91)
נו, איר קענט ליינען? שטייט דאך קלאר אז זייט די מדינה האט זיך אויף געשטעלט איז עס א אידישע יישוב אין נישט א אראבישע יישוב.
די 6 טעג קריג איז געווען 19 יאר יאר נאכן אויף שטעלן די מדינה.... און דעמאלס האבן שוין נישט געווינט דארט אראבער.
ריכטיג, מיין טעות, איך האב נישט געכאפט אז די רעדסט פון די 6 טאגיגע מלחמה,
מיר איז געלעגן אין קאפ א געוויסע מעשה פון א סלדאט וואס איז יא געגאנגען תש"ח, און אז עס איז געווען כמעט ליידיג אלס די סיבה אז ס'איז געווען א אראבישע יישוב,


מיט דעם אלעם שטייט דארט אויף די 6 טאגיגע מלחמה:
בה'תשכ"ז בעקבות ההאפלה ששררה בארץ בתקופת ההמתנה ערב מלחמת ששת הימים נחגגה ההילולא באופן מצומצם ביותר[57].
ס'איז יא געווען דארט א שטיקל חגיגה, + רעכן אויס ווי שווער ס'איז געווען צו אנקומען יעדעס יאר און וויפיל מענטשן זענן דעמאלטס בכלל געקומען צו יעדע הילולא
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:01 am
בקיצור די טענהריי גייט בערך אזוי :

וחוזר חלילה.
מירון איז א סענסיטיווע נושא יעדעס יאר,
ביז פאר א פאר יאר צוריק איז די נושא געווען ווי איז געווען פרייליכער אדער מער געפאקט און ווער האט געגעבן בעסער צו עסן
אז דאס איז היינט ליידער נישטא,

רייבט מען זיך סיי פארוואס ס'איז נישטא מער, און אויך פארוואס דער וואס האט דאס יא (און טרעפן זיך וועגן אנצוקוצמען אינעווייניג) מעג דאס טוהן און די גאנצע מערכה האט לכאורה נישט קיין שום קשר לגוף הענין
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:10 pm
פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:51 am
צדיק פון א איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:48 am
מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:45 am
צדיק פון א איד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:41 am
ווער איז מלחמת אש דת?
א ארגענעזאציע וואס האט זיך אויפגעשטעלט פארגאנגענע יארן דורך די גדולי ישראל שליט"אמיטן ציעל צו מלחמה האלטן קעגן די מזימות שפילות פון די שלטי הציונים זיך צו באהערשן אויף הר הקודש מירון.
וועלעכע קהילות/מוסדות בעקן עס?
'אש דת' ווערט געפירט דורך גדולי ישראל מנהיגי קהילות הקודש שליט"אפון די ישוב הישן, וואס באגלייטן די געטרייע עסקנים אין זענען מדריך יאר יערליך וועלכע פעלות מזאל טוען אין מיט וועלכע דרכי המלחמה מזאל זיך פירן, אין יעדע יאר שטעלן זיך צו אנדערע מענטשען וואס פארשטייען די נחיצות אז 'מירון' זאל נישט ליגן אינטער די הענט פון די שלטון הרשע,

'אש דת' האט זיך נישט געפענט תש"פ נאר א גוטע פאר יאר פארדעם, ווען מהאט זיך יאר יערליך געשלאגן אויף די השתלטות פון די ציונים אין אויף אלע אנדערע פרצות וואס זענען פארגעקומען דארט, תש"פ איז געווען די ערשטע מאל וואס גאנץ כלל ישראל האט דאס מיטגעהאלטן צוליב דעם וואס די רשעים האבן פארשפארט אינגאנצן מירון.
איז דא נעמען פון רבנים וואס מען קען ארויסלייגען?
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:10 pm

'אש דת' ווערט געפירט דורך גדולי ישראל מנהיגי קהילות הקודש שליט"א פון די ישוב הישן, וואס באגלייטן די געטרייע עסקנים אין זענען מדריך יאר יערליך וועלכע פעלות מזאל טוען אין מיט וועלכע דרכי המלחמה מזאל זיך פירן, אין יעדע יאר שטעלן זיך צו אנדערע מענטשען וואס פארשטייען די נחיצות אז 'מירון' זאל נישט ליגן אינטער די הענט פון די שלטון הרשע,

'אש דת' האט זיך נישט געפענט תש"פ נאר א גוטע פאר יאר פארדעם, ווען מהאט זיך יאר יערליך געשלאגן אויף די השתלטות פון די ציונים אין אויף אלע אנדערע פרצות וואס זענען פארגעקומען דארט, תש"פ איז געווען די ערשטע מאל וואס גאנץ כלל ישראל האט דאס מיטגעהאלטן צוליב דעם וואס די רשעים האבן פארשפארט אינגאנצן מירון.
אגדות אש דת האט זיך געעפנט ווינטער בעפאר ל"ג בעומר שנת תש"פ,
קלאר אז די עסקנים דערונטער האבן שוין געטהון פאר מירון אויך בעפאר,

אבער ס'האט נישט געהאט דעמאלטס די נאמען,
און האט אויך האט דאס נישט געהאט די כח הרבים וואס ס'האט באקומען ווען די ארגעזניאציע האט זיך אויפגעעפנט
אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1541
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך מערכות הקודש »

פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:21 pm
מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:10 pm

'אש דת' ווערט געפירט דורך גדולי ישראל מנהיגי קהילות הקודש שליט"א פון די ישוב הישן, וואס באגלייטן די געטרייע עסקנים אין זענען מדריך יאר יערליך וועלכע פעלות מזאל טוען אין מיט וועלכע דרכי המלחמה מזאל זיך פירן, אין יעדע יאר שטעלן זיך צו אנדערע מענטשען וואס פארשטייען די נחיצות אז 'מירון' זאל נישט ליגן אינטער די הענט פון די שלטון הרשע,

'אש דת' האט זיך נישט געפענט תש"פ נאר א גוטע פאר יאר פארדעם, ווען מהאט זיך יאר יערליך געשלאגן אויף די השתלטות פון די ציונים אין אויף אלע אנדערע פרצות וואס זענען פארגעקומען דארט, תש"פ איז געווען די ערשטע מאל וואס גאנץ כלל ישראל האט דאס מיטגעהאלטן צוליב דעם וואס די רשעים האבן פארשפארט אינגאנצן מירון.
אגדות אש דת האט זיך געעפנט ווינטער בעפאר ל"ג בעומר שנת תש"פ,
קלאר אז די עסקנים דערונטער האבן שוין געטהון פאר מירון אויך בעפאר,

אבער ס'האט נישט געהאט דעמאלטס די נאמען,
און האט אויך האט דאס נישט געהאט די כח הרבים וואס ס'האט באקומען ווען די ארגעזניאציע האט זיך אויפגעעפנט
די זאגסט אז אנפאנג האבן זיי זיך נישט גערופן 'אש דת' אין מיט די צייט האט זיך געטוישט די נאמען ?! סקען זיין.
דא האסטע א מודעה פון תשע"ח מיט די נאמבער פון אש דת טעלעפאן ליין.
Screenshot 2024-05-23 125903.png
Screenshot 2024-05-23 125903.png (185.46 KiB) געזען 1661 מאל
מקען מיטהאלטן אלע נייעס אין באריכטן באתרא קדישא מירון,

אזוי אויך איבער די מלחמת קודש וואס גייט געפירט ווערן דורך די טויזענטער אידן וואס פלאנען אי"ה ארויף צו פארן לפי הוראת רבותיהם,

אויפן 'מלחמת אש דת' טעלעפאל ליין
585-308-3281 / 518-988-1373
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10566
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך צוויי גילדען »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:29 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 657
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

מערכות הקודש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:03 pm

די זאגסט אז אנפאנג האבן זיי זיך נישט גערופן 'אש דת' אין מיט די צייט האט זיך געטוישט די נאמען ?! סקען זיין.
דא האסטע א מודעה פון תשע"ח מיט די נאמבער פון אש דת טעלעפאן ליין.

Screenshot 2024-05-23 125903.png
נו? איך געדענק יענע מערכה, אלעס האט זיך געפירט דורכן וועד מערכות ישראל ליין,

קען זיין אז ס'איז געווען א טעלעפאון און אויך די נאמען, ס'האט אבער נישט געהאט די אחראים, כח, אגודה און די גליונות וואס זיי האבן אנגעהויבן ארויסגעבן לויט ווי איך געדענק ווינטער תש"פ, טוישנדיג דעם זעקת המתים צו זעקת הרשב"י, און איז געווען לויט ווי ווייט איך געדענק געווען אפשר אזוי ווי נאך איינס פו ן די היינטיגע 20 ליינס וואס שטייט אויפן מערכות הקודש בלעטל

אדרבה האסט א גליון פון די אגודת אש דת בעפאר תש"פ ביטע שיק מיר אין אישי
nobody
שר האלף
תגובות: 1220
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:48 pm
לאקאציע:קווי נייעס

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך nobody »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:21 pm
גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:29 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
אדער נאך א הסבר ע"פ פשט,

אולי י"ל אז אין פאל פון א סיריין קען ח"ו ווערן סכנת נפשות בשעת די ציבור לויפט אראפ פון די פארענטשעס

וקל ודוק
חיים שרייבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:50 pm
דער באלעבאס איז א משלנו וואס האט אפגעריפט א דרייפערטל שטאט און דערנאך געמאכט א ויברח מיט די לא יחרץ געלט... וואטעווער...'
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10566
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך צוויי גילדען »

nobody האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:22 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:21 pm
גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:29 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
אדער נאך א הסבר ע"פ פשט,

אולי י"ל אז אין פאל פון א סיריין קען ח"ו ווערן סכנת נפשות בשעת די ציבור לויפט אראפ פון די פארענטשעס

וקל ודוק
כ'הער..

הייסט וועגן דעם איז שוין די לעצטע האלבע יאר נישט געווען קיין פארענטשעס ביי חסידישע הויפן איבער גאנץ א''י..
נישט ביי חתונות, נישט ביי טישן, נישט ביי נעילת החג, נישט חנוכה..

וקל ודוק וקל ודוק..

כ'בין סתם נייגעריג צו דו האסט עס געמיינט מיטן פולסטן ערענסטקייט?
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך הינגער »

צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:45 pm
nobody האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:22 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 1:21 pm
גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:29 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
אדער נאך א הסבר ע"פ פשט,

אולי י"ל אז אין פאל פון א סיריין קען ח"ו ווערן סכנת נפשות בשעת די ציבור לויפט אראפ פון די פארענטשעס

וקל ודוק
כ'הער..

הייסט וועגן דעם איז שוין די לעצטע האלבע יאר נישט געווען קיין פארענטשעס ביי חסידישע הויפןאיבער גאנץ א''י..
נישט ביי חתונות, נישט ביי טישן, נישט ביי נעילת החג, נישט חנוכה..

וקל ודוק וקל ודוק..

כ'בין סתם נייגעריג צו דו האסט עס געמיינט מיטן פולסטן ערענסטקייט?
viewtopic.php?p=5099575#p5099575
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פרישוואסער »

רבוש"ע עד מתי?
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-05-23 145227.png
Screenshot 2024-05-23 145227.png (31.34 KiB) געזען 1161 מאל
די רבי איז געזונט
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

Screenshot_2024-05-23-16-07-20-44_6012fa4d4ddec268fc5c7112cbb265e7.jpg
Screenshot_2024-05-23-16-07-20-44_6012fa4d4ddec268fc5c7112cbb265e7.jpg (108.89 KiB) געזען 981 מאל
וויליאמסבורגער דירות
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:47 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך וויליאמסבורגער דירות »

ה_מנהרה_עד_מירון.jpeg
ה_מנהרה_עד_מירון.jpeg (34.5 KiB) געזען 950 מאל
די רבי איז געזונט
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:34 pm
ה_מנהרה_עד_מירון.jpeg
אידיש ביטע
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פרישוואסער »

די רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:41 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:34 pm
ה_מנהרה_עד_מירון.jpeg
אידיש ביטע


ער שרייבט
ברעיקונג: די מיליטער האט געטראפן א אינטערערדישע הייל וואס לויפט פין בית שמש ביז די מושב אין מירון...
די רבי איז געזונט
שר האלף
תגובות: 1055
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

פרישוואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:45 pm
די רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:41 pm
וויליאמסבורגער דירות האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 4:34 pm
ה_מנהרה_עד_מירון.jpeg
אידיש ביטע


ער שרייבט
ברעיקונג: די מיליטער האט געטראפן א אינטערערדישע הייל וואס לויפט פין בית שמש ביז די מושב אין מירון...
כהער...
זיי האבן [קראנטע...] בילדער?
הרחבה
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 5:23 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך הרחבה »

'אַשְׁכְּחוּהָ לְעַכְנָא דְהַדְּרָא לֵיהּ לִמְעַרְתָּא. אָמְרוּ לָהּ, עַכְנָא עַכְנָא, פִּתְחִי פִּיךְ וְיִכָּנֵס בֶּן אֵצֶל אָבִיו!' [ב"מ פד-פה]
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פרישוואסער »

הרחבה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:19 pm
'אַשְׁכְּחוּהָ לְעַכְנָא דְהַדְּרָא לֵיהּ לִמְעַרְתָּא. אָמְרוּ לָהּ, עַכְנָא עַכְנָא, פִּתְחִי פִּיךְ וְיִכָּנֵס בֶּן אֵצֶל אָבִיו!' [ב"מ פד-פה]
די מעשה איז מיט די תנא אלקי ר' שמעון!

אִיכָּא דְּאָמְרִי, רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי אִיתְחֲזַאי לְהוּ בְּחֶלְמָא, אֲמַר לְהוּ: פְּרֵידָה אַחַת יֵשׁ לִי בֵּינֵיכֶם, וְאִי אַתֶּם רוֹצִים לַהֲבִיאָהּ אֶצְלִי? אֲזוּל רַבָּנַן לְאִעֲסוֹקֵי בֵּיהּ, לָא שְׁבַקוּ בְּנֵי עַכְבְּרַיָּא, דְּכֹל שְׁנֵי דַּהֲוָה נָיֵים רַבִּי אֶלְעָזָר בְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בְּעִילִּיתֵיהּ לָא סְלִיק חַיָּה רָעָה לְמָתַיְיהוּ.
יוֹמָא חַד מַעֲלֵי יוֹמָא דְכִיפּוּרֵי הֲוָה, הֲווֹ טְרִידִי. שַׁדַּרוּ רַבָּנַן לִבְנֵי בֵירֵי וְאַסְּקוּהוּ לְעַרְסֵיהּ וְאַמְטְיוּהּ לִמְעָרְתָּא דַאֲבוּהּ. אַשְׁכְּחוּהָ לְעַכְנָא דְּהָדְרָא לַהּ לִמְעָרְתָּא. אֲמַרוּ לַהּ: עַכְנָא עַכְנָא! פִּתְחִי פִּיךְ וְיִכָּנֵס בֵּן אֵצֶל אָבִיו. פְּתַחָ[ה] לְהוּ.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”