מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3108
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

אדמדם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:19 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:18 pm
אדמדם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:17 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:14 pm
אדמדם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:12 pm

טויזענטער אידן אויף איין מאל קען זיין א סכנה
אויב מ'לאזט ארויף מיט א חשבון בערך 1000 אידן אויפאמאל וכדו' איז נישט עק וועלט
נישט עק וועלט, אבער יא די אנדערער עק וועלט?

איי מין, די האלסט ס׳איז אז דעמאלטס איז נישט קיין סכנה?

שנית, מיט די חברה דארט זעה איך נישט אן אנדערער מהלך חוץ אינגאנצן פארשפארן.
אויפן ראוד פאָרן אויך קארן אן קיין פראבלעים אן קיין שעלטערס...
וויפיל מאל דארף מען זאגן אז די פראבלעם איז די טויזענטער אידן אויפאמאל אויף איין פלאץ.
זאל מען ארויף לאזן מיט א חשבון
נישטא קיין מציאות בעולם אזאנס זאל ארבעטן. מ'האט שוין פרובירט עטליכע יאר צוריק.
טראמפ: די פראבלעם איז נישט אז די אקעאן וועט זיך אויפהייבן 500 יאר ארום מיט א פערטל אינטש. די פראבלעם איז די נוקלעארעאנווארעמונג...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך וואס עפעס? »

מעג מען דא שרייבן וואס מען האלט ?
איך האלט אז קיין שום נארמאלע מדינה וואלט אפען געלאזט דאס פלאץ אויף אזא פארנעם אין אזא צייט

די פאמפערייען דא אויף אייוועלט דא איבער אפאר יחידים וואס נעמען די געזעץ אין די הענט אריין כאילו דאס איז נארמאל דארף פארדאמט ווערן

פארשטייט זיך יעדער זאל פאלגן זיין רב. ובמציאות הייסן רוב הניכר פון אלע גרויסע קרייזן נישט צו פארן
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך אדמדם »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:21 pm
אדמדם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:19 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:18 pm
אדמדם האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:17 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:14 pm

נישט עק וועלט, אבער יא די אנדערער עק וועלט?

איי מין, די האלסט ס׳איז אז דעמאלטס איז נישט קיין סכנה?

שנית, מיט די חברה דארט זעה איך נישט אן אנדערער מהלך חוץ אינגאנצן פארשפארן.
אויפן ראוד פאָרן אויך קארן אן קיין פראבלעים אן קיין שעלטערס...
וויפיל מאל דארף מען זאגן אז די פראבלעם איז די טויזענטער אידן אויפאמאל אויף איין פלאץ.

אין גליל איז נישט געווען קיין קאנצערס די לעצטע פאָר חדשים?
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3108
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

איך ווייס נישט. און אויב יא?
טראמפ: די פראבלעם איז נישט אז די אקעאן וועט זיך אויפהייבן 500 יאר ארום מיט א פערטל אינטש. די פראבלעם איז די נוקלעארעאנווארעמונג...
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פלוני »

מיינט אז די פאליציי אינטערעסירט נישט אונזער וואוילזיין.... (איך מיין אז ס'איז אזוי שווער אנצונעמען...)
און וואס איז געווען תשפ"א ווען זיי האבן יא אכטונג געגעבן?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3108
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פלוני האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:53 pm
מיינט אז די פאליציי אינטערעסירט נישט אונזער וואוילזיין.... (איך מיין אז ס'איז אזוי שווער אנצונעמען...)
און וואס איז געווען תשפ"א ווען זיי האבן יא אכטונג געגעבן?
זיי זענען טאקע נישט אינטערעסירט. קיינער האלט נישט אז יא.

איך זע אז די ארץ ישראלדיגע מהלך איז די פאליציי זאגט יא זאג איך ניין אז זיי זאגן ניין זאג איך יא. אבער דאס איז לכאורה א סתירה מיט 'איני מכיר'. איני מכיר איז טייטשט איך טו וואס איך פארשטיי אלס ריכטיג און ס'גייט מיך נישט אן וואס די מדינה זאגט, זיי מעגן מסכים זיין און זיי מעגן זיין דערקעגן, אבער אויב אין א פאל וואס יעדע בר דעת האלט אז מ'טאר נישט פירסטו א מערכה אז מ'זאל יא ווייל די פאליציי זאגט אז נישט, און יעדע באשלוס קוקט מען וואס די פאליציי זאגט צו קענען טון פארקערט, נישט קיין חילוק צו ס'איז א סכנה אדער נישט, דאן האסטו פשוט א פערזענליכע מערכה מיט די פאליציי און אויב פארפירסטו אז יעדער זאל דיך נאכטון ביזטו מסכן אנדערע אידן.

יא אדער ניין שאלה, איז דא איינער וואס האלט אז ס'איז נישט קיין סכנה צוזאמצונעמען טויזענטער אידן אין מירון דאס יאר? לאז ארויס די פאליציי פון בילד.

אז איינער איז אויסגעארבעט צו האבן בטחון אינעם אויבערשטן אויפן טאג טעגליכן לעבן אזש ער האט נישט קיין פראבלעם צו גיין אין א מקום סכנה, הרי טוב. אבער פארוואס פירן א מערכה צו שלעפן ווי מער אידן וואס מאכט גאר די סכנה נאך גרעסער?
טראמפ: די פראבלעם איז נישט אז די אקעאן וועט זיך אויפהייבן 500 יאר ארום מיט א פערטל אינטש. די פראבלעם איז די נוקלעארעאנווארעמונג...
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

קעפל: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
אבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!
וואס הייסט?
ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי'
בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
א מין רעטאריק דאס!
די רבי'ס קומען אהין פראווענען בירטה דעי פארטיס אדער וואס?!
זיי קומען אהין מיט זייערע חסידים זיך צו דערהייבן און מקשר זיין מיט ר' שמעון!

שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!
יא.
דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!

רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.

סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
א מין משל דאס...
א בדחן שטייט ביי א חתונה און איז מעריך בשבחו פונעם חתן, און איז מעודד דעם עולם זיך צו משמח זיין מיטן חתן, אבער דער עולם קוקט יעצט אויף איהם אנשטאט געבן לחיים פארן חתן...

מיין שוואגער מאיר רובינשטיין דער ראש העיר פון ביתר, דערציילט מיר מיט א פאר יאר צוריק:
איך האב גערעדט מיט א חשובן חסיד פון א באווסטער רבי, וואס האט חזקה אויף איינע פון די גרויסע הדלקות אין מירון ל"ג בעומר, איך םרעג איהם ווען איז ער ארייו צום ציון הקדוש, פאר אדער נאך די הדלקה?
לאכט ער מיר אין פנים... כא.כא... איך בין א ברסלבר?
איך פאר זעהן מיין הייליגן רבין שליט"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.
אנטשולדיגט, אבער א יוד וואס האט נארוואס מיטגעהאלטן א מעמד ווי זיין רבי איז מדליק א מדירה לכ' ר' שמעון, און רעדט פון די גדלות פון ר' שמעון, און איז מעודד יודן זיך צו מקשר זיין מיט ר' שמעון, און ער טוט אפלאכן פונעם געדאנק פון אריינגיין צום ציון הקדוש, איז סאמטינג וראנג מיט איהם, און איז ניטאמאל א יוצא מן הכלל... זיכער נישט קיין ראי' אויפן כלל.
און נאך צו אריינלייגן ברעסלאוו אינעם שמועס, איז שוין די טשערי אן טאפ אוו די פיי פון דיינע דמיונות.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך קדוש ונורא »

פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm

זיי לאזען יא
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך גראז »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:39 pm
קעפל: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
אבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.

קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.

איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל).

די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!

וואס הייסט?

ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי' בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
א מין רעטאריק דאס!

די רבי'ס קומען אהין פראווענען בירטה דעי פארטיס אדער וואס?!

זיי קומען אהין מיט זייערע חסידים זיך צו דערהייבן און מקשר זיין מיט ר' שמעון!
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!

יא.

דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!

רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.

סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.

יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
א מין משל דאס...

א בדחן שטייט ביי א חתונה און איז מעריך בשבחו פונעם חתן, און איז מעודד דעם עולם זיך צו משמח זיין מיטן חתן, אבער דער עולם קוקט יעצט אויף איהם אנשטאט געבן לחיים פארן חתן...
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
מיין שוואגער מאיר רובינשטיין דער ראש העיר פון ביתר, דערציילט מיר מיט א פאר יאר צוריק:

איך האב גערעדט מיט א חשובן חסיד פון א באווסטער רבי, וואס האט חזקה אויף איינע פון די גרויסע הדלקות אין מירון ל"ג בעומר, איך םרעג איהם ווען איז ער ארייו צום ציון הקדוש, פאר אדער נאך די הדלקה?

לאכט ער מיר אין פנים... כא.כא... איך בין א ברסלבר? איך פאר זעהן מיין הייליגן רבין שליט"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.
אנטשולדיגט, אבער א יוד וואס האט נארוואס מיטגעהאלטן א מעמד ווי זיין רבי איז מדליק א מדירה לכ' ר' שמעון, און רעדט פון די גדלות פון ר' שמעון, און איז מעודד יודן זיך צו מקשר זיין מיט ר' שמעון, און ער טוט אפלאכן פונעם געדאנק פון אריינגיין צום ציון הקדוש, איז סאמטינג וראנג מיט איהם, און איז ניטאמאל א יוצא מן הכלל... זיכער נישט קיין ראי' אויפן כלל.
און נאך צו אריינלייגן ברעסלאוו אינעם שמועס, איז שוין די טשערי אן טאפ אוו די פיי פון דיינע דמיונות.
נישט קיין רעטאריק און נישט קיין דמיונות. ס'איז א פערספעקטיוו, א אנדערע ווי דיינס.
אוועטאר
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

moishy56 האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:22 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
זיי לאזען יא
זיי לאזן נישט
הרה"צ יעקב מאיר שעכטער שליט"א גייט צינדן ביי ככר זקס אויף שמואל הנביא וויבאלד די פאליציי ערלויבט נישט קיין פארענטשעס דעריבער קען עס נישט אפגעראכטן ווערן אויף ככר זופניק
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:04 pm
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:22 pm
א ריזיגע מעמד הדלקה ווערט געפלאנט דעם קומענדיגן ליל ל"ג בעומר ברחובות ירושלים עיר הקודש, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן צו פייערן די הילולא דרשב"י אין שפיץ פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב.

◄ ווייז ספוילער
די גרויסארטיגע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א איז פון די גרעסטע מעמדי הדלקה בעיר הקודש ירושלים, א מעמד וואס ברענגט צונויף צענדליגע טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צו דערווארעמען בהילולא דרשב"י, און הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן, וואס איז ווי באקאנט שטארק דבוק אין תורת הקבלה במשנתו פונעם בעל ההילולא רבי שמעון בר יוחאי, דרש כל תעלומות עלה מעלות רמות, אדוננו בר יוחאי.

די ריזן מעמד הדלקה וועט בעזר השם פארקומען דאס יאר מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר אויפן ריזן שטח פארנט פון די בניני העדה החרדית אויף כיכר זופניק אין ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקטיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די עלטערע אידן, נגידים וחשובי העדה.

אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גרויסן מעמד, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב, מיט געניג פלאץ צו קענען ארייננעמען אזא ציבור עצום - בפרט היי יאהר ווען אתרא קדישא מירון וועט זיין פארשלאסן, איז ערווארטעט א גרעסערן ציבור ווי די פריערדיגע יאהרן. די מעמד ההדלקה וועט זיך אנהייבן אום ניין אזייגער ביינאכט, און וועט זיך פארציען פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות און ריקודין עילאין לכבוד התנא האלקי, דברות קודש און מאמרי תורה וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר וועט משמיע זיין בגודל קדושת היום.

(קרעדיט בחצרות הקודש)
שינוי מקום:

20240522_135839.jpg
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה

די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך קדוש ונורא »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:26 pm
moishy56 האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:22 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
זיי לאזען יא
זיי לאזן נישט
הרה"צ יעקב מאיר שעכטער שליט"א גייט צינדן ביי ככר זקס אויף שמואל הנביא וויבאלד די פאליציי ערלויבט נישט קיין פארענטשעס דעריבער קען עס נישט אפגעראכטן ווערן אויף ככר זופניק
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:04 pm
צפת דאמעריקא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:22 pm
א ריזיגע מעמד הדלקה ווערט געפלאנט דעם קומענדיגן ליל ל"ג בעומר ברחובות ירושלים עיר הקודש, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן צו פייערן די הילולא דרשב"י אין שפיץ פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב.

◄ ווייז ספוילער
די גרויסארטיגע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א איז פון די גרעסטע מעמדי הדלקה בעיר הקודש ירושלים, א מעמד וואס ברענגט צונויף צענדליגע טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צו דערווארעמען בהילולא דרשב"י, און הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן, וואס איז ווי באקאנט שטארק דבוק אין תורת הקבלה במשנתו פונעם בעל ההילולא רבי שמעון בר יוחאי, דרש כל תעלומות עלה מעלות רמות, אדוננו בר יוחאי.

די ריזן מעמד הדלקה וועט בעזר השם פארקומען דאס יאר מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר אויפן ריזן שטח פארנט פון די בניני העדה החרדית אויף כיכר זופניק אין ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקטיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די עלטערע אידן, נגידים וחשובי העדה.

אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גרויסן מעמד, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב, מיט געניג פלאץ צו קענען ארייננעמען אזא ציבור עצום - בפרט היי יאהר ווען אתרא קדישא מירון וועט זיין פארשלאסן, איז ערווארטעט א גרעסערן ציבור ווי די פריערדיגע יאהרן. די מעמד ההדלקה וועט זיך אנהייבן אום ניין אזייגער ביינאכט, און וועט זיך פארציען פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות און ריקודין עילאין לכבוד התנא האלקי, דברות קודש און מאמרי תורה וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר וועט משמיע זיין בגודל קדושת היום.

(קרעדיט בחצרות הקודש)
שינוי מקום:

20240522_135839.jpg

תולדות אהרן גייט אויך נישט זיין א גרויסע הדלקה היי יאר, נאר א קליינע ביינאכט
אלעס וועגן זיי לאזן? ניין?
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 5:39 pm
קעפל: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
אבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!
וואס הייסט?
ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי'
בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
א מין רעטאריק דאס!
די רבי'ס קומען אהין פראווענען בירטה דעי פארטיס אדער וואס?!
זיי קומען אהין מיט זייערע חסידים זיך צו דערהייבן און מקשר זיין מיט ר' שמעון!
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!
יא.
דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!

רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.

סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
א מין משל דאס...
א בדחן שטייט ביי א חתונה און איז מעריך בשבחו פונעם חתן, און איז מעודד דעם עולם זיך צו משמח זיין מיטן חתן, אבער דער עולם קוקט יעצט אויף איהם אנשטאט געבן לחיים פארן חתן...
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 am
מיין שוואגער מאיר רובינשטיין דער ראש העיר פון ביתר, דערציילט מיר מיט א פאר יאר צוריק:
איך האב גערעדט מיט א חשובן חסיד פון א באווסטער רבי, וואס האט חזקה אויף איינע פון די גרויסע הדלקות אין מירון ל"ג בעומר, איך םרעג איהם ווען איז ער ארייו צום ציון הקדוש, פאר אדער נאך די הדלקה?
לאכט ער מיר אין פנים... כא.כא... איך בין א ברסלבר?
איך פאר זעהן מיין הייליגן רבין שליט"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.
אנטשולדיגט, אבער א יוד וואס האט נארוואס מיטגעהאלטן א מעמד ווי זיין רבי איז מדליק א מדירה לכ' ר' שמעון, און רעדט פון די גדלות פון ר' שמעון, און איז מעודד יודן זיך צו מקשר זיין מיט ר' שמעון, און ער טוט אפלאכן פונעם געדאנק פון אריינגיין צום ציון הקדוש, איז סאמטינג וראנג מיט איהם, און איז ניטאמאל א יוצא מן הכלל... זיכער נישט קיין ראי' אויפן כלל.
און נאך צו אריינלייגן ברעסלאוו אינעם שמועס, איז שוין די טשערי אן טאפ אוו די פיי פון דיינע דמיונות.
אה, גימי עי ברעיק...
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך popo »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:29 pm
קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:19 pm
פארוואס לאזן נישט די ציונים פארענטשעס ביי די הדלקות אין ירושלים?
אויך אלס מלחמה ? אדער .....
די סיבה פארוואס זיי לאזן נישט איז ווארשיינליך וויבאלד אויב שטייט מען אין די הייעך איז מען מער אויסגעשטעלט צו די פליענדע ראקעטן
די סכנה איז, אויב ס'וועט זיין א אזעקה השם ישמרנו, טויזענטער מענטשען אראפ לויפן פון פארענטשעס איז זייער מסוכן.
די זעלבע סיבה פון פארמאכן מירון, ווייל ס'איז נישטא ווי צו לויפן אויב ס'דא טויזענטער מענטשען.
השם ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם.
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין שדרות זענען אלע קאנצערטן זאלן אפן ווי געהעריג?
דארט האבן זיי נישט מורא פון א פייף?

אבי מוסקוב: ‏המשטרה לא נתנה עדיין אישור לאירוע של ר' מיילך בידרמן בבית שמש בל״ג בעומר. הסיבה - כב״ה טרם נתנו אישור לפרענצ'ס.

שוטים,
זאלן זיי ליינען אייוועלט העלן זיי גלייך האבן א תירוץ אז אפשר וועט זיין א אזעקה...
איי גיי ווייס וואס א חילוק פארנעצ'עס צו צענדליגער טויזנטער וועלן פראבירן אנטלויפן פון די ערד..
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

רכבת הקלה האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:53 pm
פיינע קאווע האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pm
טעם וריח האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:54 pm
שמעתי פון א אלטע ירושלימע איד אז בעפאר די 6 טעג מלחמה - וואס האט אויסגעבראכן א וואך נאך לג בעומר - איז דער עולם אויך נישט געפארן צילוב סכנה, יעדער האט פארשטאנען די סכנה. מירון איז געווען ליידיג יענע יאר
מירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
שקר
סתם געפליקט ווייל ס'שמעקט דיך נישט?

@itsi נאדיר:

היישוב מירון הוקם בשנת 1949 על ידי עולים מהונגריה ומרומניה וחיילים משוחררים דתיים ממלחמת העצמאות. הוא הוקם על אדמות הכפר הערבי מירון, שחרב במלחמת העצמאות.

....בנוסף גבו תושבי המקום בזמנים שונים מס מיוחד מהיהודים שעלו לקבר הרשב"י במירון

https://www.hamichlol.org.il/%D7%9E%D7% ... %A9%D7%91)
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך moishy56 »

פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:04 am
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין שדרות זענען אלע קאנצערטן זאלן אפן ווי געהעריג?
דארט האבן זיי נישט מורא פון א פייף?
ביי די פרייע איז נישטא קיין פארענטשעס.
יעדער זיצט אויף זיין בענקעל, און עס איז דא דארט געהעריגע דורכגענג צווישן אלע שורות פון זיץ פלעצער.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פיינע קאווע »

moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:35 am
פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:04 am
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין שדרות זענען אלע קאנצערטן זאלן אפן ווי געהעריג?
דארט האבן זיי נישט מורא פון א פייף?
ביי די פרייע איז נישטא קיין פארענטשעס.
יעדער זיצט אויף זיין בענקעל, און עס איז דא דארט געהעריגע דורכגענג צווישן אלע שורות פון זיץ פלעצער.
און דאן ווען ס'איז דא פייף און אין 15 סקונדעס דארף מיין זיין אין ממ"ד העלפט דאס א מחיה...
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך moishy56 »

פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:39 am
moishy56 האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:35 am
פיינע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 6:04 am
און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אין שדרות זענען אלע קאנצערטן זאלן אפן ווי געהעריג?
דארט האבן זיי נישט מורא פון א פייף?
ביי די פרייע איז נישטא קיין פארענטשעס.
יעדער זיצט אויף זיין בענקעל, און עס איז דא דארט געהעריגע דורכגענג צווישן אלע שורות פון זיץ פלעצער.
און דאן ווען ס'איז דא פייף און אין 15 סקונדעס דארף מיין זיין אין ממ"ד העלפט דאס א מחיה...
מען מעג נאר זיין ממש נעבן א ממ''ד? אויב מען מעג נאר זיין ממש נעבן א ממ''ד, וואלטן אלע סופערמארקעטס, פארקס און אפיסעס געוועהן פארשפארט.

בקיצור... עס איז נישט קיין פארגלייך א קאנצערט זאל פון 12,000 בענקלעך, צו געפאקטע פארענטשעס אהן קיין דורכגענג.
ע''ע סטעמפיד. ע''ע 45 הרוגי מירון.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פרעגער »

ווער עס האט אביסל מיטגעהאלטן די חקירה אויף אסון מירון פארשטייט אז יעדע אירוע מוז האבן אחראים פון יעדע שטאנדפונקט. מטעם די קהילה מטעם די עירייה-מועצה מטעם די פאליציי מטעם די מנהלי האירוע און מטעם די פארענטשעס קאמפעני און זייער ענדזעניע’’ר.

ביי די חקירה האט מען געזעהן אז ס’נישט געווען קיין אחראי פון קיין שום אפטיילונג, יעדער האט געטייטלט מיט’ן פינגער אויפ’ן צווייטן און באשולדיגט אלע אונטער-ערדישע קאראפשען פרוטקציה און טעראר וואס איינער איז געשטאנען אין וועג פאר’ן צווייטן.

ב’’ה אז די היימישע עסקנים זענען נישט באשולדיגט געווארן.

אצינד ווען א קהילה מאכט א אירוע דארף מען טרעפן די אלע אחראים ווי אויבן דערמאנט, וואס פארשטייט זיך אז קיינער וויל נישט נעמען אויף זיך צו מאכן א הדלקה און נעמען אחריות אויף די גאנצע שטאט’ס אנלויף.

דעריבער מאכן תולדות אהרן און אזוי אויך באיאן געאייגנט נאר פאר זייער קהילה. הרה’’צ ר’ יעקב מאיר והרה’’צ ר’ מיילעך אהנע פארענטשעס. ווייל ס’נישטא ווער ס’זאל שטיין אונטערן פערמיט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך משה צימערינג »

פרעגער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:56 am
ווער עס האט אביסל מיטגעהאלטן די חקירה אויף אסון מירון פארשטייט אז יעדע אירוע מוז האבן אחראים פון יעדע שטאנדפונקט. מטעם די קהילה מטעם די עירייה-מועצה מטעם די פאליציי מטעם די מנהלי האירוע און מטעם די פארענטשעס קאמפעני און זייער ענדזעניע’’ר.

ביי די חקירה האט מען געזעהן אז ס’נישט געווען קיין אחראי פון קיין שום אפטיילונג, יעדער האט געטייטלט מיט’ן פינגער אויפ’ן צווייטן און באשולדיגט אלע אונטער-ערדישע קאראפשען פרוטקציה און טעראר וואס איינער איז געשטאנען אין וועג פאר’ן צווייטן.

ב’’ה אז די היימישע עסקנים זענען נישט באשולדיגט געווארן.

אצינד ווען א קהילה מאכט א אירוע דארף מען טרעפן די אלע אחראים ווי אויבן דערמאנט, וואס פארשטייט זיך אז קיינער וויל נישט נעמען אויף זיך צו מאכן א הדלקה און נעמען אחריות אויף די גאנצע שטאט’ס אנלויף.

דעריבער מאכן תולדות אהרן און אזוי אויך באיאן געאייגנט נאר פאר זייער קהילה. הרה’’צ ר’ יעקב מאיר והרה’’צ ר’ מיילעך אהנע פארענטשעס. ווייל ס’נישטא ווער ס’זאל שטיין אונטערן פערמיט.
מאכט נישט מער ווי סענס אזא סברה.
איך ווייס נישט וויפיל וואס דרייען זיך דא ווילן באמת וויסן א פראקטישע סיבה.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך כלל וכלל »

כהאב עס שוין געשריבן און א לענגערע תגיבה דא לעצטע וואך,

זענען זיי גערעכט אז מירון איז א מקום סכנה? מסתם יא.
איז דא סיבות פארוואס קיינער נעמט זיי נישט ערנסט? זיכער יא!

משטרה וכל שם וכ׳ דאית ליה, זענען פאוער הינגעריגע אינדווידואלן. האבן פיינט ווען אלעס פארט בסדר ביים חרדי. ווער סאיז געווען לעצטע יאר ביי ר׳ אלימלך׳ס הדלקה פארשטייט דאס פינקטלעך.
מהאט אנגעהויבן די מעמד סך שפעטער ווי געפלאנט ווייל ׳סאיז א סכנה׳, אפגעשפארט האלב פארענטשעס אינמיטן מעמד ׳ווייל סאיז א סכנה׳.
און די פארענטשעס האבן ׳יא׳ געהאט דורכגענג אינמיטן און פון אינטן. געווען די פארזיכערסטע פארענטשעס וואס איך האב נאר געזען.

צופעליג און אמעריקע זענען נישט די פארענטשעס קיין סכנה. צופעליג זענען קאנצערטן און א״י נישט קיין סכנה, עס צו ברויכן שטערן אינמיטן מעמד.

יוסי דייטש האט פארלוירן זיין גאנצע קרעדעבילעטי דעמאלטס. שרייענדיג און סטראשענדיג אויפן מייק פאר שעות איז מגייט פארשפארן די מעמד, מגייט נישט לאזן אנהייבן וכו׳.. און דעמאלטס איז געווען אן חיזבאלא, און אן סכנה פון פייפן.

נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס קיינער גיבט נישט קיין דעקל פאר זייערע נייע גזירות וחששות וסכנות המתחדשים בכל יום.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן

תגובה דורך פראקטיש »

חיים שטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:10 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 10:26 pm
מהודר האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:37 pm
מירון איז געוועהן או ארבישע דארף זיי זענען שפעטער אנטלאפן ביי איינער פון די מלחמות, איך ווינדער מיך שוין לאנג פארוואס די קנאים גייען יא קיין מירון און נישט צו קבר רחל, חברון, און גאנץ יהודה ושומרון????
וואס הייסט?
אלעס וואס מ'גייט נישט, איז וואס די ציונים האבן איינגענומען כ''ח, און די יו ען האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, און ס'איז נישט אנערקענט געווארן ביי די וועלט
משא''כ מירון האבן זיי איינגענומען תש''ח,

(אין חברון האבן אלץ געוואוינט אידן)
אין על הגאולה סימן ק''ז שטייט די טעם וויבאלד די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענומען אין תשכ''ז איז נישט געווען מעגליך פאר א איד אנצוקומען אהין במשך כמה שנים. קומט אויס אז דאס אהין גיין איז נאר א דאנק די ציונים. משא''כ אין מירון איז אלעמאל געווען א מעגליכקייט פאר א איד אנצוקומען איז נישט גילטיג דעם טעם!
ווען הרה"ק מטאהש זי"ע איז געווען אין אר"י (איך מיין תשל"ד) האט ער איבערגעשמועסט מיט ר' משה ארי' פריינד ז"ל דעת רביה"ק מסאטמאר ווי יא צו גיין און ווי נישט. פארשטיי זיך אז די טאהשע רבי האט געהאט גרויס השתוקקות צו גיין צום ציון פון אוחה"ק און האט אנגעפרעגט ביי ר'משה אריה'ן פארוואס דארט מעג מען יא גיין? ס'איז דאך אויך איינגענומען ביי די זעקס טאגיקע מלחמה.

האט ער אים ערקלערט אז בלויז די ערטער וואס די ציונים האבן געפאמפעט זייער געווינס איז א פראבלעם אלץ הודאה למינות אדער חיזוק פאר זיי, די שטחים זעלבסט האט נישט דעם פראבלעם.

פארשטענדליך איז דער טאהשע רבי נישט געגאנגען צום כותל אבער צום ציון פון אורח החיים הק' איז ער יא געגאנגען ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים מיט א השתפכות הנפש.

די זעלבע איז מסתם מיט מירון, ס'איז נישט געווען קיין גרויס עסק אז מען מ'האט פארכאפט מירון.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”