Re: מירון - ל"ג בעומר תשפ"ד - שמועסן און קאמענטארן
ב' בהר פ״ד
הרב יצחק בערנאטה
7:09
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106257
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
ניין.א גולם האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 9:51 amגענומען פון ווינדערקינד?!נייהויז האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 19, 2024 4:03 pmהאב'עך לעצטןס דערווישט דעם סוד פונעם לחש "חי רוטל"
רוטל איז א נאמען פון א מאס (אזויווי א ליטער / גאלאן) איך ווייס נישט ווי גרויס דער מאס איז.
דער סדר איז געווען אז מענשן פלעגן מנדב זיין משקה פאר די מתפללים. און מען האט געש'נדר'ט 18 רוטלען משקה.
אויב איינער ווייסט אביסל מער, ביטע אריין פולן דעטאלן.
מירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
סאיז וויכטיג צו באמערקן אז די רבנים שליט"א האבן נישט געוואלט נעמען קיין אחריות צו ארויף שיקן דעם עולם אפציעל, אבער אש דת זאגט קלאר אז די מדינה איז נישט דער וואס טיילט אונז איין וואס צו טוהן, נאר יעדער זאל פריוואט פרעגן זיין דעת תורה,פיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pmאפילו "אש דת" מאכט נישט אפציעל קיין הסעות היות קיין איין רב זייערע האט נישט געוולאט נעמען די אחריות אויף זיך אין פאל עפעס געשעהט,
וואס????? מירון איז געווען א אראבישע יישוב?????פיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pmמירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
ואין מדמין מילתא למילתא,
זיי קלאר אז ס'איז נישט דא קיין שום מערכה צו פארן דאס יאר קיין מירון, אפילו "אש דת" מאכט נישט אפציעל קיין הסעות היות קיין איין רב זייערע האט נישט געוולאט נעמען די אחריות אויף זיך אין פאל עפעס געשעהט,
ווער ס'פארט איז דאס אויף זיין אייגענע האנט,
און ווער ס'פארט נישט האט נישט וואס צו פארפירן דערויף
מירון איז נישט געווען קיין אראבישע דארף פאר די 6 טעג קריג
די אלע פלעצער וואס די האסט אויסגערעכנט האבן די ציונים איינגענומען ביי די 6 טעג קריג, משא"כ מירון.
שקרפיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 4:50 pmמירון איז דעמלאטס געווען א געהעריגע אראבישע יישוב אן קיין אידישע איינוואוינער
פון וואו ווייסטו דאס?
וואס הייסט?
אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 amאבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!
וואס הייסט?
ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי'
בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!
יא.
דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!
רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.
סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
ס'מיר גוט.... אין חברון האבן געווינט אידן און אין מירון אראבער....אליעזר ווייס האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 10:26 pmוואס הייסט?
אלעס וואס מ'גייט נישט, איז וואס די ציונים האבן איינגענומען כ''ח, און די יו ען האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, און ס'איז נישט אנערקענט געווארן ביי די וועלט
משא''כ מירון האבן זיי איינגענומען תש''ח,
(אין חברון האבן אלץ געוואוינט אידן)
דאס איז זיכער סאיז זייער סענסעטיוו צו זאגן פארוואס סקומט, ווייל אויב דאס איז די סיבה פארענטפערט עס נישט וצאן אלו מה חטאו?סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
האסט מיך נישט פארשטאנען
אנטשולדיגטאליעזר ווייס האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 12:50 pmהאסט מיך נישט פארשטאנען
איך רעד נאך פאר די מלכות המינית איז געגרינדעט געווארן
(פארשטייט זיך אז אין חברון האבן אויך געוואוינט אראבער, אבער ס'איז אויך געווען א אידישע ישוב פאר הונדערטער יארן)
אין על הגאולה סימן ק''ז שטייט די טעם וויבאלד די שטחים וואס די ציונים האבן איינגענומען אין תשכ''ז איז נישט געווען מעגליך פאר א איד אנצוקומען אהין במשך כמה שנים. קומט אויס אז דאס אהין גיין איז נאר א דאנק די ציונים. משא''כ אין מירון איז אלעמאל געווען א מעגליכקייט פאר א איד אנצוקומען איז נישט גילטיג דעם טעם!אליעזר ווייס האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 10:26 pmוואס הייסט?
אלעס וואס מ'גייט נישט, איז וואס די ציונים האבן איינגענומען כ''ח, און די יו ען האט עס קיינמאל נישט באשטעטיגט, און ס'איז נישט אנערקענט געווארן ביי די וועלט
משא''כ מירון האבן זיי איינגענומען תש''ח,
(אין חברון האבן אלץ געוואוינט אידן)
!! געוואלד!! דער זאגט דאך דברים של טעם!!אברהם לייב בורשטיין האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 12:03 amאבל אשמים אנחנו.
שוין א פאר יאר וואס מקען כמעט נישט פייערן ל"ג בעומר אין מירון.
קאראנא, מירון טראגעדיע מיט הרוגים רח"ל, יעצט מיט כיזבאלא'ס ראקעטן.
איך פאר אין מירון כמעט מיט א יובל צוריק ( viewtopic.php?p=5105921#p5105921 באשריבן דא אביסל)
די מעשה איז, לדעתי, מירון איז געווארן אויס רשב"י!
וואס הייסט?
ס'געווארן א פלאץ וואס אדמורים שליט"א און משפיעים שיחי'
בויען זיך א אייגענעם שיינעם טיש, קהל, פאטאגראפער, פראווען פארן עולם א שיינעם הילולא.
שטעלט זיך פאר א חתונה, קומט זיך א פרעמדער און טוט אן חתן בגדים, קומט אין זאל, מאכט חתן שטיק, אלע קוקן אויף איהם, די ווייטערס שטעלן איהם צו בעסטע עסין, די פאטאגראפער פאקוסן נאר איהם, די מיוזיק פאלגט זיינע פארלאנגען, און אלע אפלאדירן איהם!
יא.
דאס האט פאסירט די לעצטע 20 יאר בי רשב"י אין מירון!
רוב שמועסן איז געווען ארום דעם אדער יענעם רבי און משפיע, וי אזוי האט ער גיפראוועט, ווען וועט דער און יענער רבי קומען, אינטריגעס ווער וועט באקומען דעם בעסערן פלאץ פאר הדלקה, די בעסערע שעה'ן.
סאיז נמאס געווארן דעם צדיק ווייזט אויס די צערמאניעס.
יעצט ווער ס'וויל קען קריטיקירן אטאקירן אויף וואס איך האב גישריבן, אבער והחי יתן אל לבו.
מיין שוואגער מאיר רובינשטיין דער ראש העיר פון ביתר, דערציילט מיר מיט א פאר יאר צוריק:
איך האב גערעדט מיט א חשובן חסיד פון א באווסטער רבי, וואס האט חזקה אויף איינע פון די גרויסע הדלקות אין מירון ל"ג בעומר, איך םרעג איהם ווען איז ער ארייו צום ציון הקדוש, פאר אדער נאך די הדלקה?
לאכט ער מיר אין פנים... כא.כא... איך בין א ברסלבר?
איך פאר זעהן מיין הייליגן רבין שליט"א און גלייך פאר איך אהיים, בשמחה ובטוב לבב, מיט א ריינעם געוויסן און ליכטיג הארץ.[/image][/b][/color]