וועלוול קירשנבוים וכו'
א יעדער קען אונזער טייערע ראדני וואו אזויפיל באקאנטע פיגורן מאכן זייערע טרענט'ס און סטאטוס ווידיאו'ס.
אנגעהויבן פון 'אונז האבן א זכיה פון לעבן אין איין דור' ביז אונזער באקאנטע ר'משה פון דענווער קאלאראדא.
לאמער נישט אריין גיין אין די נישט אזוי באקאנטע מענטשן וואס דרייען זיך דארטן. ווי למשל דזשעסאן אדער מאני פליזז. יענע זענען אפגערעדט אז זיי געבן די חן פון אמאל פאר אונזער ראדני.
סוב_טאטול איז אז סאטמאר שטייט מיטן פולן פראכט ווי אמאל, און הכנסת אורחים איז געווען פון שבע מצות בני סאטמאר ווי מ'קען זען גייט נאכאן אויף א שטארקע פארנעם און א יעדער פילט זיך דארטן אין ראדני דאס פלאץ, סיי דער אלטע איד וואס לעבט מיט א פרומקייט און ווייקט זיך אינעם רבי'נס בור פון חסידות און סיי דער יעניגער וואס לייגט סטאטוס. ועמך כולם צדיקים...
היינט אויפדערנאכט האב איך אריינשפאצירט אין ראדני (נישט אריינגעפאלן) מיטן פלאן צו דאווענען מעריב. גלייך איז צו מיר קעגן געקומען אפאר הייליגע וויזניצע חסידים וואס האבן נאכניש וואו צו שלאפן צו איך קען זיי שאפן אן אכסניא, איך האב זיי אויסגעליידיגט מיינע טאשן צו ווייזן אז איך דריי מיך נישט מיט קיין אכסניא אין טאש און אויכט נישט קיין בעטן, אפילו אינדערפרי וואק איך נארמאל אריין אין ביהמ"ד מיט א קישן אויפן פנים אבער בעטן!
איך וואק אריין אין די פאליש מיטן פלאן צו זיך שטעלן מעריב אבער מיינע אויגן זענען געפאלן אויף א איד אונטער די פערציג מיט ווייסע גלעזער.
איך האב גלייך צו שפאצירט צו אים. און מיט א אויסגעשטרעקטע האנט געב איך א ברייטן שלום עליכם פאר מיין אלט'ן כאווער "וועלוול קרישקנבוים". ביי נאו האב איך געוויסט אז היינט ביי מעריב קומט פאן. מ'גייט דאווענען מתוך שמחה.
פארשטייט זיך אז צווישן זיבן ארץ ישראל'דיגע און איין קרישקנבוים האב איך געקענט איינרעדן פאר זיי וואס מיין הארץ האט באגערט, האב איך זיי איינגעמאלדן אז דא ביי אונז אין סאטמאר דאווענט מען נאר מיט דרייצן מענטשן פאר מנין אלנפאלס קען יעצט איינער אויפטרעטן מיט א דרשה לכבוד ראש חודש ביז ווי לאנג מ'טרעפט מנין.
וועלוול האט זיך גלייך צוגעכאפט צום געדאנק און ער איז צוגעלאפן צום בלעמער האלטן די דרשה. ער האט לאנג ארומגערעדט איבער זכיה וואס א איד האט אז ער איז א חלק אלוקי ממעל און א יעדע איד האט אויף זיך צלם אלקים און וועגן דעם האט ער אריינגעקריצט אויפן גלאז פונעם גלעזער 'וועלוול'.
נאכן ענדיגן רעדן איז ער צוגעגאנגען צום עמוד און אנגעהויבן א קרליבך ברכו אין די עולם האט שיין מיטגעזינגן. ער האט ארויפגעפארן טענער וואס קיינער האט נאכניש געזינגען און געדרייט מיטן צינגל ווי א בר מצווה בחור ביים פשעטל.
גלייך פאר שמונה עשרה האט ער זיך גענומען קלאפן מיט די הענט, פאטש פאטש יעלה ויבוא פאטש פאטש יעלה ויבוא און א יעדער האט מיטגעפאטשט צום טאקט
נאך מעריב האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד ראש חודש. ר' וועלוול קרישקנבוים האט אנגעפירט די ניגונים, ער האט אנגעהויבן מיטן ניגון ויהי החודש הזה, און געלאפן צו די שטאטע יעלה ויבוא ניגון.
די עולם האט זיך נאכדעם געווינטשן א ווארעמע גוטן חודש און יעדער איז זיך געגאנגען זיין דרך.