עניוועיס. זיך מאכען פאר דעם קדוש, בשעת אנדערע מוזען עס האבען פאר פרנסה, און ניין ס'יז נישט מעגליך אן אימעיל. נו, טויש דיין דזשאב אויב פארלאנגט עס אימעיל...
איינע פון די דזשאבס וואס איך האב "מוז" מען האבען אימעיל דערצו. די סטעיט נעמט נישט אן די תירוץ אז איך בין אין די יראים חבורה. זיי ווילען אלע דאקומענטן אריינגעטייפט די דאטא מיט דאטומען און געאימעילט א קאפי פון די דאקומענטן צו זיי.
ציור א׳ - ראובן זאגט פאר שמעון ״איך האב זיך לעצטנס אנגעשלאסן אין א חבורה וואס רעדט נישט ביים דאווענען, דו ווייסט ווי הארב רעדן ביים דאווענען איז, ריכטיג? דו ווייסט ווי דערהויבן די דאווענען קען זיין ווען מען ליגט אינגאנצן אינעם דאווענען?משא''כ דו. רעדסט ביים דאווענען אלע תפלות גייען נישט ארויף שפירסט נישט קיין טעם אין דאווענען.קום מיט מיר!״
ציור ב׳ - ראובן זאגט פאר שמעון, ״דו ווייסט איך בין ב״ה מלמד, איך זיץ אגאנצן טאג מיט תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, איך בין אפגעהאקט פון טעכנאלאגיע,דו ווייסט ווי הארב זיך צו דרייען אויף טעכעלאיגע איז ווען ס'פעהלט נישט אויס. דו ווייסט ווי גוט ס'שפירט אזא לעבן. . משא״כ דו דרייסטעך אין אפיסעס, אין מאנהעטן, ווערסט יעדן טאג נכשל אין ראיות אסורות, זיי ווי מיר, ווער א מלמד״

ציור א׳ - ראובן זאגט פאר שמעון ״איך האב זיך לעצטנס אנגעשלאסן אין א חבורה וואס רעדט נישט ביים דאווענען, דו ווייסט ווי הארב רעדן ביים דאווענען איז, ריכטיג? דו ווייסט ווי דערהויבן די דאווענען קען זיין ווען מען ליגט אינגאנצן אינעם דאווענען? קום מיט מיר!״
ציור ב׳ - ראובן זאגט פאר שמעון, ״דו ווייסט איך בין ב״ה מלמד, איך זיץ אגאנצן טאג מיט תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, איך בין אפגעהאקט פון טעכנאלאגיע, משא״כ דו דרייסטעך אין אפיסעס, אין מאנהעטן, ווערסט יעדן טאג נכשל אין ראיות אסורות, זיי ווי מיר, ווער א מלמד״
עס גייט שוין אן יארן לאנג נאך סך פאר השומרים האט געטראכט פון זיך עפענען
מער פרטים ביטע? עס איז קריטיש בכדאי צו וויסן ווי אזוי זיך מתיחס זיין דערצו.
איך האב נישט קיין אנונג ווער עס פירט עס היינט איך געדענק נאר די תעודת חבר פון זיי ביי מיין טאטע שוין יארן קען זיין אפילו נאך פאר כינוס כלל ישראל זיכער פאר השומרים און ראבינאוויטש
איז דאס הרב פיש בן הרב מסאלקא?
לכאורה האט געשריבן: פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אפילו א זאך וואס איז קדוש יאמר לו (כדברי מרן החת"ס זי"ע ביי בגדי צמר) ווער איך נישט קיין בעל עבירה אויב איך האב דאס נישט.
דאס איז א סיבה פארוואס מענטשען פראבירן אראפ צו רייסן יעדער גוטע זאך, פשוט, ווייל מ'האט מורא אז איינמאל מ'פירט עס איין ביי געוויסע מויל מאכער'ס, בין איך א שייגץ.
אבער אלעס ארום דער אנוכיות...
איך האב נישט געזען אין זייערע צעטלעך ווי זיי טרייען אראפצורייסן די וואס האבן יא לצורך פרנסה
איך האב יא געזען, בעיקר די וועג וויאזוי זיי באציען זיך צו 'אלגעמיינע פילטערס'.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אז מ'רעדט שוין פון דעם נושא וויל איך אויסשמועסן עפעס וואס באדערט מיר שוין א לענגערע צייט.
אין דעם וועכנטליכן גליון זעט מען כסדר מעשיות פון מענטשן וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן פון זיך באנוצן מיט אינטערנעט אפילו לצורך גדול (אפגעזען וויפיל פון זיי שטימען מיטן מציאות), און אסאך מאל ביים ליינען געוויסע מעשיות ווערט מיר שווער א קשיא; מילא איינער וואס האלט זיך צוריק ווען ס'איז סתם גאר וויכטיג אדער אפילו לצורך פרנסה, נו אשרי לו, פארשטייט זיך אויב ער קען טאקע ברענגען פרנסה אן דעם, און זיכער אז א איד וואס מיינט עס אמת'דיג לשם שמים און האט די ריכטיגע בטחון וועט אים דער אויבערשטער העלפן. אבער אפט מאל זעט מען א מעשה וואס האט שייכות מיט רפואה והמסתעף, ווי צ"ב מ'האט אפגעזאגט א זום וויזיט אדער זיך צוריקגעהאלטן פון האבן אימעיל כאטש מ'האט געמוזט קאמיוניקירן מיט א דאקטער וכדו', זאכן וואס זענען קריטיש וויכטיג און אין געוויסע פעלער קען זיך עס אפילו גרעניצן מיט פיקוח נפש, איז טאקע ריכטיג אין אזא פאל צו זאגן "איך ריר נישט אן קיין אינטערנעט"? איז דאס רצון השם? אז באופן וואס דו "מוזט" צוקומען דערצו לצורך רפואה אדער א אנדערע צורך וואס איז אין די "מוז" קאטעגאריע, זאלסטו זיך צוריקהאלטן פון באנוצן דערמיט? אתמהה.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
און צו דיר מיין טייערע שכנט'ע וואס איז שוין אן אלטע מעמבער אין די ארגענעזאציע וויל איך מעלדן, אז אלס אחריות פון איש לאשתו כדי מיין פלג גופא זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין הארבע איסורים, ווען פון היינט אן מיין רעבעצין מער נישט נעמען אייער אנליין ארדערס זינט זי איז א פלעינע שבת און נישט קיין שבת גוי, אויך ווען די שבת גוי האט דיר עפעס געקויפט און ס'איז נישט גוט, ווען מען עס בעז"ה מער נישט ריטורנען צו די געשעפט אין די טריפנה מאנהעטן,
ביטע הערט אויף צו פרעגן אלע פרויען ביים טעגליכער קאנפערענץ אינדערפרי ווער ס'קען עפעס באשטעלן אדער ריטורנען, ווייל איך ריר נישט צו קיין אינטערנעט,

הכ"ד משפחת הקראכערס
יא יא, זיי כאפן נישט, אבער זיי זענען געהעריג מכשל אידן צו נוצן די אינטערנעט! און ווער סקען די הלכה, שליחו של אדם כמותו....
איך האב אויך רויטע ווערטער אין מיין אונטערשריפט... [email protected]
און צו דיר מיין טייערע שכנט'ע וואס איז שוין אן אלטע מעמבער אין די ארגענעזאציע וויל איך מעלדן, אז אלס אחריות פון איש לאשתו כדי מיין פלג גופא זאל חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין הארבע איסורים, ווען פון היינט אן מיין רעבעצין מער נישט נעמען אייער אנליין ארדערס זינט זי איז א פלעינע שבת און נישט קיין שבת גוי, אויך ווען די שבת גוי האט דיר עפעס געקויפט און ס'איז נישט גוט, ווען מען עס בעז"ה מער נישט ריטורנען צו די געשעפט אין די טריפנה מאנהעטן,
ביטע הערט אויף צו פרעגן אלע פרויען ביים טעגליכער קאנפערענץ אינדערפרי ווער ס'קען עפעס באשטעלן אדער ריטורנען, ווייל איך ריר נישט צו קיין אינטערנעט,
דאס איז אמאל זיכער אז די זאכן האבן א גאר טיפע השפעה
איך פלעג האבן א בליק אז כמעט גאנץ כלל ישראל אויסער א געוויסע קליינע פראצענט האט טעקסט ביי די ערשטע הגיבורים קאמפיין פון השומרים בין איך געווען שאקט! פון די נאמבער וויפיל אידן האלטן זיך אויף דעם סטאנדארט (גלייבסט די נאמבערס? יא איך גלייב) שפעטער ווען איך האב געהאט א נסיון אויפצוגעבן טעקסט האט עס גאר אסאך אויסגעמאכט ב"ה אז איך האלט עס נאך אן ביז היינט