איך וועל שרייבן וואס מיר דאכט זיך - דעת בעל הבית. איך מיין אז דער ריכטיגער צוגאנג צו טעכנאלאגיע דארף זיין אז מ'זאל זיך דערפון דערווייטערן ווי מער. יעצט, מיר דארפן ארויפקוקן די 'יראים' קאמפיין, און יעדער וואס שליסט זיך אן דערין, ווייל סוף סוף דערווייטערט עסאונזדערפון. ווען א חלק פון כלל ישראל דערווייטערט זיך דערפון, זענען מיר אויך מער דערווייטערט דערפון.
ווילאנג זיי געבן זיך א נאמען יראים וואס דאס מיינט אז זיי טוען לפנים משורת הדין האב איך נישט קיין פראבלעם די עיקר נקודה ווי איך פארשטיי איז אז אויב עס ממילא דא אזאלכע מענטשן זאלן זיי זיין צאמגענומען און מחוזק אשרי להם.
ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,
ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים
ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,
ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?
איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:
די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.
יעצט וואס איז טענה'ריי?
די טענה'ריי איז אויפן מציאות פון די מארקעטינג קאמפעינס, צו עס קומט נאך דאס וואס דו שרייבסט אין איינס פאר די לעצטע באלעט פוינטס.
און אויך אפילו אויב די פאקטישע אידן וואס טוען אזוי , קומען עס טאקע נאך, אבער אפשר פון די מארקעטינג קאנטענט קען ארויסקומען אן צווייטער מעסעדזש. - מען האקט@ניס קראכערברענגט ארויס אביסל שטערקער לגבי וואס פארשטייען די שטובער, און וואס זענען די קאנסעקווענסעס.
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?
איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:
די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.
יעצט וואס איז טענה'ריי?
די טענה'ריי איז אויפן מציאות פון די מארקעטינג קאמפעינס, צו עס קומט נאך דאס וואס דו שרייבסט אין איינס פאר די לעצטע באלעט פוינטס.
און אויך אפילו אויב די פאקטישע אידן וואס טוען אזוי , קומען עס טאקע נאך, אבער אפשר פון די מארקעטינג קאנטענט קען ארויסקומען אן צווייטער מעסעדזש. - מען האקט @ניס קראכער ברענגט ארויס אביסל שטערקער לגבי וואס פארשטייען די שטובער, און וואס זענען די קאנסעקווענסעס.
בו בזמן גייט אן א גרויסע קאמפיין מיטן נאמען 'יראים' וואס אנשפרעכט אנצוהאלטן די הייפעלע שארית הפליטה, אידן וואס האלטן זיך מיט די אמתע אידשקייט בדרך מסורה לנו פון משה מסוני, אידן וואס האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל און זענען די ממשיך דרכם פון די שומרי שבת אין אמעריקע בעפארן קריג. די איבריגע חלק כלל ישראל זענען ליידער די 'בדיעבד אידן' וואס האבן זיך ליידער נישט געקענט שטארקן אויף די נסיון הדור.
אינצווישן ווערט חודש'ליך פארטיילט די שיינע 'אידישקייט' גליון אין די בתי מדרשים וואס פארציילט איבער די שענדליכקייט פון די היינטיגע מארקעטינג, וויאזוי עס שאדט די ליינער'ס מוח, פונקטליך וויאזוי די מארקעטער פרעימט דיין מוח און איז דיר מסביר וואס 'דו דארפסט טון' כדי צו זיין א נארמאלע מענטש און נישט בלייבן צווישן די ארויסגעפאלנע!
ב"ה כלל ישראל האט נאך פארזארגער! די רבנים טוען טאקע גארנישט, אבער אונז האב מיר נאך א מארקעטער וואס זארגט זיך אמתדיג פארן כלל, זארגט עס זאל זיין ווער עס וועט קעגן גיין משיח בב"א
די איינציגסטע שאלה וואס בלייבט, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע כיתות וועט מען זיך רעכענען ביים צוטיילן די מוסדות צווישן די מחנה אלקים און מגושמים?
ס'זענען דא אידן, וואוילע וואס ווילן זיך צושטעלן און גליסטן נישט קיין לעיבל אלס א סעקאנד קלעס. ווידעראום, אויב זעהט ער אז מ'שפעט פון אים סייווי און אז ביי די 'ערליכע אידן' איז ער מער פון די שוואכערע סארט, פארלירט ער די גאנצע אפעטיט זיך צו וועלן צושטעלן.
והמציאות תוכיח!
די פראבלעם גייט שוין אן זייט די פאלטשע באזארגערס פון כלל ישראל האבן גענימען דעם מהלך פון קאמפיינען אז אלעס איז אסור. נישטא קיין שום מהלך פון ניצן טעכנאלאגיע בדרך היתר.בניגוד רצונם פון רבני ומנהיגי הקהילותוואס האבן קלאר געהייסן זייער ציבור צו פילטערן אלע כלים און ניצן בדרך היתר. ביז די רבנים האבן געזען זיי קענען זיך נישט קעגנשטעלן די ווילדע חברה און זיך געבראכן פאר זייער טעראר.
איך זעה די סיבה פארן עס אראפקוקן, פשוט ווייל עס דערמאנט פון די גרופע פרומע ליידיגייערס אין ישיבה וואס האבן געמאכט א חבורה פון בחורים וואס זענען זיך מקבל קיינמאל צו גיין אן א הוט..
ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,
ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים
ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,
ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,
ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,
ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים
ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,
ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,
בו בזמן גייט פאר א נייע קאמפיין מיטן נאמען 'יראים' וואס אנשפרעכט אנצוהאלטן די הייפעלע שארית הפליטה, אידן וואס האלטן זיך מיט די אמתע אידשקייט בדרך מסורה לנו פון משה מסוני, אידן וואס האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל. די איבריגע חלק כלל ישראל זענען ליידער די 'בדיעבד אידן' וואס האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויף די נסיון הדור, אונז זעמיר בעז"ה געדעקט!.
אינצווישן ווערט וועכענטליך פארטיילט די שיינע 'אידישקייט' גיליון אין די בתי מדרשים וואס פארציילט איבער די שענדליכקייט פון די היינטיגע מארקעטינג, וויאזוי עס שאדט די מוחות פון די וואס ווערן געצילט, פונקטליך וויאזוי די מארקעטער פרעימט דעין מוח און איז דיר מסביר וואס 'דו דארפסט טון' כדי צו זיין א נארמאלע מענטש און נישט בלייבן צווישן די ארויסגעפאלנע!
ב"ה כלל ישראל האט נאך פארזארגער! די רבנים טוען טאקע גארנישט, אבער אונז האב מיר נאך א מארקעטער וואס זארגט זיך אמתדיג פארן כלל, זארגט עס זאל זיין ווער עס וועט קעגן גיין משיח בב"א
די איינציגסטע שאלה וואס בלייבט, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע וועט נעם זיך רעכענען ביים צוטיילן די מוסדות צווישן די מחנה אלקים און מגושמים?
זאגט מיר יענער אז מען דארף טאקע ווי שנעלער מאכן די טיילונג, מען קען שוין נישט לעבן מיט די מחנה אלקים חברה...