די אופן וויאזוי געוויסע קוקן אן אידן מיט כשר’ע אינטערנעט ווי האלב כשר’ע אידן און די אופן וויאזוי מאנכע מאכן דא חוזק פון אידן וואס זענען זיך אינגאנצן מתנזר פון אינטערנעט, קומט ביידע פון די זעלבע פלאץ, זייער נישט א גוטע פלאץ. ודו”ק.
דאס איז אמאל זיכער אז די זאכן האבן א גאר טיפע השפעה
איך פלעג האבן א בליק אז כמעט גאנץ כלל ישראל אויסער א געוויסע קליינע פראצענט האט טעקסט ביי די ערשטע הגיבורים קאמפיין פון השומרים בין איך געווען שאקט! פון די נאמבער וויפיל אידן האלטן זיך אויף דעם סטאנדארט (גלייבסט די נאמבערס? יא איך גלייב) שפעטער ווען איך האב געהאט א נסיון אויפצוגעבן טעקסט האט עס גאר אסאך אויסגעמאכט ב"ה אז איך האלט עס נאך אן ביז היינט
איך האב דורכגעליינט די גאנצע בראשור און כ'האב נישט געפילט וואו ער קומט מיר אראפצורייסן אדער ס'זאל מיר באדערן. פאני, ניין?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איך האב דורכגעליינט די גאנצע בראשור און כ'האב נישט געפילט וואו ער קומט מיר אראפצורייסן אדער ס'זאל מיר באדערן. פאני, ניין?
גא"מ נישט לאנג צוריק איז געווען פשוט אז אינטערנעט איז נישט קיין לכתחילה. עס איז קלאר אז עס איז פאר אונזערע טובה אז אינטערנעט זאל בלייבן א זאך וואס דארף א 'היתר'. קיינער וויל נישט אז זיינע קינדער און בחורים זאלן זיך מאכן אימעיל'ס. דער חברות יראים איז א שטיקל פוש בעק פון די לכתחילה'דיגע צוגאנג וואס די עולם קוקט עס היינט אן [ווי מען זעט דא אין די לעצטע בלעטער]
די איינציגסטע 'כמו טענה' וואס איך קען יא פארשטיין איז אפשר ארום די נאמען 'יראים'. קען זיין אז אנדערע פילן זיך אביסל צוקלאפט פון דעם. שטעלט אייך פאר ווען די חבורה וואלט געהייסן איינער פון די נעמען: וואלט עס אייך אויך געשטערט? בני עליה מלאכי עליון מלאכים ממש
אפשר קען מען פועל'ן ביי זיי אז מען זאל טוישן די נאמען והכל על מקומו יבוא בשלום
דו פרעגסט א קשיא כאילו מען דארף זיך פארשטעלן אז וואס וואלט דער רבי געענטפערט, כאילו אין יענע צייטן האט קיינער נישט געהאט אזא שאלה און אפילו ווען יא האט ער מורא געהאט צו פרעגן דעם רבין.
לאמיך דיר פארציילן נייעס. עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס האבן געהאט די שאלה און זיי האבן געפרעגט דעם רבין און ער האט טאקע געענטפערט אז מען זאל יא גיין קיין מאנהעטן.
איך מיין אז דו ביזט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. איכא דרכא אחרינא איז טייטש אז ווען איינער וויל גיין צו געוויסן פלאץ און עס איז דא צוויי וועגן איינס גייט אדורך א נישט ריין פלאץ דארף מען נעמען דעם אנדערן וועג. אבער ווען איינער וויל גיין קיין מזרח און אנצוקומען אהין דארף מען דורך גיין א נישט ריין פלאץ זאגט מען אים נישט גיי נישט און אוודאי אז מען זאגט אים נישט צו גיין קיין מערב.
לעינינו ווען איינער וויל ארבעטן אין פינאנץ וואס מען מוז פאר דעם האבן אן אימעיל זאגט מען אים נישט אז ער זאל ענדערש זיין א טעקסי דרייווער. און בכלל, פשוט און גראד אימעיל איז נישט קיין דבר איסור עס איז כשר וישר פונקט אזוי ווי א מעיל באקס און א טעלעפאן און דער וואס זאגט אנדערש איז א חסיד שוטה און אויף דעם טאקע זאגן אונזערע חכמים ולא עם הארץ חסיד.
די ווייטאג איז אז עס זענען דא ערליכע אינגעלייט און בחורים וואס זיי ווילן טוהן וואס עס איז ריכטיג און זיי ליינען און הערן וואס די חסידים שוטים זאגן און זיי נעמען עס אן מיטן גאנצן הארץ און זיי שרייבן זיך איין אין די חסידים שוטים ארגאניזעישנס און ווען עס קומט זייער צייט צו גיין ארבעטן ליידן זיך זיי און זייערע משפחות צאם פון די קבלות שטות און ער דארף נאך נעמען מעדיצין און טעראפיע ער זאל קענען אריבערגיין דעם מציאות אז די וועלט ארבעט נישט אן קיין אימעיל.
איך פרעג נאר איין פשוטע זאך, איז דא איינער האלט אז אין צען יאר ארום וועט מען נאך קענען טוהן סיי וואס אן אן אימעיל? מען וועט אפילו נישט קענען אנצינדן די קאר אן קיין אימעיל.
נו די חסידים שוטים ווילן טוהן היינט וואס די פרושים האבן געטון אין די צייטן פון חז"ל. גוד לאק און עטס וועט האבן גענוג סוקסעס ווייל דער שטן העלפט ענק.

הייסט אז דיין דאגה איז איבער צען יאר ארום? כאילו דו ווייסט יא אויף זיכער אז דיין דזשאב גייסטו האבן אין צען יאר ארום מיט אלע ראבאטן אין AI וואס נעמען איבער די וועלט.
א איד טוט וואס ער שפירט פאר ריכטיג צו טון, און דאס איבריגע פארלאזט מען זיך אויפן רבוש"ע. ס'איז א חסרון אמונה זיך יעצט מקבל זיין א קבלה ווייל אין צען יאר גייט נישט זיין קיין דזשאב אן דעם.
דו פרעגסט א קשיא כאילו מען דארף זיך פארשטעלן אז וואס וואלט דער רבי געענטפערט, כאילו אין יענע צייטן האט קיינער נישט געהאט אזא שאלה און אפילו ווען יא האט ער מורא געהאט צו פרעגן דעם רבין.
לאמיך דיר פארציילן נייעס. עס זענען געווען כמה וכמה אידן וואס האבן געהאט די שאלה און זיי האבן געפרעגט דעם רבין און ער האט טאקע געענטפערט אז מען זאל יא גיין קיין מאנהעטן.
איר ווייסט פון א איד וואס האט געהאט א דזשאב אין וויליאמסבורג און אעפ"כ האט אים דער רבי געשיקט קיין מאנהעטן?

איינער האלט איינעם אפ פון זיין פרום אדער משוגע אדער פריי? יעדער קען זיך פירן ווי אזוי ער וויל, ווי אזוי ער פילט אז דער אייבערשטער פארלאנגט פון אים. אבער אויב דו גייסט ארום קאמפעינען אז דיין וועג איז דער עכטער אידישקייט, דאן האבן אנדערע א רעכט צו קאמפעינען אקעגן דיר און מסביר זיין בטוב טעם ודעת פארוואס דו ביזט נישט גערעכט און געוויסע פעלער אז דו גייסט נאך מעשה שטן. עס איז פאר די אידן וואס הערן דיך און דיינע קעגנער צו דעסיידן ווער עס איז גערעכט.