פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ניס קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:31 pm
איך קען אסאך אידן וואס האבן נישט קיין טעקסט אבער קענען נישט אנגיין אן קיין אינטערנעט
סארא דמיון איז דאס בכלל?
און עס איז דא להיפך, מוזן האבן טעקסט, קענען אן אינטערנעט, און אזוי ווייטער..
אוועטאר
אינגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2022 1:33 am

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגעלע »

מענין לענין.....

וואו קען איך באקומען די גליון?

איינער קען מיך עס אריינשיקן אויף פאסט?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

צ''ק
וויאזוי קענען זיי האבן ניקס אויף אייוועלט אן האבן אן אימעיל אדרעס?
#מיין שכנ'ס אימעיל.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
נייהויז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:22 pm
צ''ק
וויאזוי קענען זיי האבן ניקס אויף אייוועלט אן האבן אן אימעיל אדרעס?
#מיין שכנ'ס אימעיל.
עסקינג פאר עי פרענד
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:52 pm
לעב ריליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:37 pm
איך בין זייער צומישט
איך קען פרזענדליך א מלמד וואס טוט אין מללומדות נאר ווייל ער וויל נישט צורירן קיין אימעיל
ער האט שוין באקומען די בעסטע אפפערס צו זיין סופערווייזערס ביי די גרעסטע עדזשענסיס אין ער וורפט אלעס אפ נאר ווייל אינטענעט איז א סכנה
איז ער דען נישט פירסט קלאס?
אלע כלי קודש וואס פארברענגען נישט די צייט זענען נישט ערשטע קלאס?
אוודאי. אויב אמת איז ער באמת א בעל מדריגה. אבער אויב גייט ער צו צום באלעבאס זאגן, דו ביסט א שייגעץ פארן נישט האלטן ווי איך האלט איז ער א פארשטינקענע דל גאה. סארי פאר מיין שפראך אבער דאס איז עס.
דו האסט עכט געהערט איינעם רעדן אזוי? איך נישט.
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4740
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

תגובה דורך לאנטש טיים »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:22 pm
צ''ק
וויאזוי קענען זיי האבן ניקס אויף אייוועלט אן האבן אן אימעיל אדרעס?
#מיין שכנ'ס אימעיל.
מען שרייבט די פאון נומער @vtext אנשטאט די אימעיל

אפס, מען דארף האבן טעקסט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6684
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:01 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:52 pm
לעב ריליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:37 pm
איך בין זייער צומישט
איך קען פרזענדליך א מלמד וואס טוט אין מללומדות נאר ווייל ער וויל נישט צורירן קיין אימעיל
ער האט שוין באקומען די בעסטע אפפערס צו זיין סופערווייזערס ביי די גרעסטע עדזשענסיס אין ער וורפט אלעס אפ נאר ווייל אינטענעט איז א סכנה
איז ער דען נישט פירסט קלאס?
אלע כלי קודש וואס פארברענגען נישט די צייט זענען נישט ערשטע קלאס?
אוודאי. אויב אמת איז ער באמת א בעל מדריגה. אבער אויב גייט ער צו צום באלעבאס זאגן, דו ביסט א שייגעץ פארן נישט האלטן ווי איך האלט איז ער א פארשטינקענע דל גאה. סארי פאר מיין שפראך אבער דאס איז עס.
דו האסט עכט געהערט איינעם רעדן אזוי? איך נישט.
השמיעיני גליון זאגט דאס וואך איין וואך אויס
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5223
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?

איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:

  • די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
  • סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
  • אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
  • געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
  • די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
  • אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.

יעצט וואס איז טענה'ריי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?

איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:

  • די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
  • סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
  • אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
  • געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
  • די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
  • אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.

יעצט וואס איז טענה'ריי?
ווער זאגט ס'יז דא א טענה'ריי בכלל??..,
נישט איך מיין עס ערנסט און נישט דו און אויך נישט יענער...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7139
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך וועל שרייבן וואס מיר דאכט זיך - דעת בעל הבית. איך מיין אז דער ריכטיגער צוגאנג צו טעכנאלאגיע דארף זיין אז מ'זאל זיך דערפון דערווייטערן ווי מער. יעצט, מיר דארפן ארויפקוקן די 'יראים' קאמפיין, און יעדער וואס שליסט זיך אן דערין, ווייל סוף סוף דערווייטערט עס אונזדערפון. ווען א חלק פון כלל ישראל דערווייטערט זיך דערפון, זענען מיר אויך מער דערווייטערט דערפון.

איי, ס'מאכט פילן סעקאנד קלעס. נו, אבער ס'מאכט אונז אויך נענטער צו אונזער ציהל, זיך צו דערווייטערן דערפון ווי מער. וואס לוינט זיך מער?

אזוי מיין איך. און דער אייבערשטער זאל העלפן.
העלפער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

אז מ'רעדט שוין יא פון יראים איז כדי צו דערמאנען וועגן די ווירטואל מעיל סיסטעם וואס איז גאר א פארגעשריטענע סיסטעם ווי מען קען שיקן און באקומען אימעיל'ס אויף גאר א גרינגע און סאפיסטיקירטע אופן אלעס בלויז אויפן טעלעפאון ווי אויך נאך אסאך אנדערע פיטשערס די נומבער איז 718-564-6459 עס איז אויך גאר ביליג ממש פרוטות (קעגן קיאסק זיכער) דיסקלעמער ס'איז נישט קיין עד פאר זיי, פשוט גענוצט און געזען די פראקטישקייט דערפון
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

ווילאנג זיי געבן זיך א נאמען יראים וואס דאס מיינט אז זיי טוען לפנים משורת הדין האב איך נישט קיין פראבלעם
די עיקר נקודה ווי איך פארשטיי איז אז אויב עס ממילא דא אזאלכע מענטשן זאלן זיי זיין צאמגענומען און מחוזק אשרי להם.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

פארוואס טוט וויי פאר מענטשן אויב טויזענטער אידן האבן מער א מהודרדיגע אתרוג ווי די האסט,
אויב די קענסט זיך נאר ערלויבן א 500 דאלערדיגע און אנדערע צען טויזענט אידן קענען האבן א טויזענט דאלערדיגע פריי דיך אז אנדערע האבן יא די מעגליכקייט
און בעט דעם אייבערשטען זאלסט אויך אנקומען צו דעם,

אויב קומט דיר עס שווער אהן מאך א שיעור קבוע אין ספרי מוסר צו אויסארבעטן די מידות טובות
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,

ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים

ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,

ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,

דאס איז א חלק וואס טוט וויי פאר ווייניגסטנס איין איד...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?

איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:

  • די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
  • סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
  • אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
  • געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
  • די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
  • אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.

יעצט וואס איז טענה'ריי?
די טענה'ריי איז אויפן מציאות פון די מארקעטינג קאמפעינס, צו עס קומט נאך דאס וואס דו שרייבסט אין איינס פאר די לעצטע באלעט פוינטס.

און אויך אפילו אויב די פאקטישע אידן וואס טוען אזוי , קומען עס טאקע נאך, אבער אפשר פון די מארקעטינג קאנטענט קען ארויסקומען אן צווייטער מעסעדזש.
-
מען האקט @ניס קראכער ברענגט ארויס אביסל שטערקער לגבי וואס פארשטייען די שטובער, און וואס זענען די קאנסעקווענסעס.
בטחון חזק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 5:30 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטחון חזק »

יוד אלף האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:26 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm
ס'איז בכלל דא עפעס א מיינונגס פארשידנהייט אין דעם אשכול?

איך מיין אז אלע דא זענען מסכים אויף די פאלגנדע פונקטן:

  • די היינטיגע טעכנאלאגיע איז א סכנה פאר אידישקייט.
  • סחור סחור לכרמא לא תקרב איז אקטועל ביי דעם.
  • אינטערנעט/אימעיל איז א צורך פאר רוב מענטשן, און די רבנים זענען עס מתיר מיט א גוטן פילטער.
  • געוויסע מענטשן ווילן מחמיר זיין, ואשרי להם.
  • די וואס זענען מחמיר דארפן עס טון אויף אן אופן פון טון מער וויפיל מ'מוז, נישט אז איינער וואס טוט נישט ווי זיי איז נישט קיין ערליכער איד.
  • אויב א יחיד א ירא שמים האט שלעכטע מידות, מיינט נישט אז אלע מחמירים זענען שלעכט.

יעצט וואס איז טענה'ריי?
די טענה'ריי איז אויפן מציאות פון די מארקעטינג קאמפעינס, צו עס קומט נאך דאס וואס דו שרייבסט אין איינס פאר די לעצטע באלעט פוינטס.

און אויך אפילו אויב די פאקטישע אידן וואס טוען אזוי , קומען עס טאקע נאך, אבער אפשר פון די מארקעטינג קאנטענט קען ארויסקומען אן צווייטער מעסעדזש.
-
מען האקט @ניס קראכער ברענגט ארויס אביסל שטערקער לגבי וואס פארשטייען די שטובער, און וואס זענען די קאנסעקווענסעס.
We Want Moshiach Now!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4740
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לאמיר זיך אריבערכאפן פאר 'א טאג אין כלל ישראל אפיס' און מיטהאלטן די שטוינענדע אפעראציעס וואס ווייניג באגרייפן און זענען מחשוב די כלל טוער

די ערשטע חלק טאג איז די אפיס פארנומען אפשרייבן א גליון וואס מאלט אראפ דאס זיך באנוצן מיט וואטסעפפ אלס דאס וואס טיילט אפ צווישן א לכתחילה איד ביז א בדיעבד איד.

אביסל שפעטער בעפאר לאנטש קומט פאר די מיטינג וואו עס ווערט פאבריצירט וואס צו שרייבן איבער די אידן וואס זענען שוין פארפאלן געגאנגען נאכן נישט ניצן די נעטפרי פילטער, און זעלבספארשטענדליך אז א איד וואס באנוצט נישט די נעטפרי פילטער קען נישט אנגערופן ווערן א 'לכתחילה איד' און דארף זיין גאר שטארק באזארגט פאר זיך און זיינע דורות.

א שעה שפעטער שרייבט מען די גליון פאר השמענו וואס פארציילט אז נאר א איד אן אינטערנעט בכלל איז איינער וואס קען זיך אידענטיפעצירן מיט די פשרה'לאזע אידישקייט, און ער איז אויף וועמען משיח וועט ווייזן מיטן פינגער.. אדש מען דארף זאגאר נאכקוקן די יוחס ביי שדוכים טון צו עס איז נישט דא קיין פסול אין די משפחה...

קומט בין הזמנים, טרעפט מען אן א שיינע ביכל אין מייל איבער 'סעלפאונס ביי בחורים', דער ביכל ווייסט צו פארציילן אז טעקסט מעסעדזש איז פונקט ווי וואטסעפפ, ה"י און דער 'סעלפאון' איז וואס טיילט אפ צווישן דעם ערליכן בחור און ח"ו פארקערט.

לעצטענס קומט ארויס א שיינע ביכל וואס ווייסט צו פארציילן נישט מער און נישט ווייניגער, יא איר ליינט גוט, מען קען יא זיין א איד מיט וואטסעפפ! נאר, לייגט צו קאפ, מען קען נישט זיין קיין איד מיט וואטסעפפ וואו טשענעל"ס איז אפן!.. אדערווייז ביסטו מסודר, טשענעלס איז וואס טיילן אפ צווישן די תורה טרייער איד אן איינער וואס אידישקייט רעדט נישט צו אים.

בו בזמן גייט אן א גרויסע קאמפיין מיטן נאמען 'יראים' וואס אנשפרעכט אנצוהאלטן די הייפעלע שארית הפליטה, אידן וואס האלטן זיך מיט די אמתע אידשקייט בדרך מסורה לנו פון משה מסוני, אידן וואס האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל און זענען די ממשיך דרכם פון די שומרי שבת אין אמעריקע בעפארן קריג. די איבריגע חלק כלל ישראל זענען ליידער די 'בדיעבד אידן' וואס האבן זיך ליידער נישט געקענט שטארקן אויף די נסיון הדור.

אינצווישן ווערט חודש'ליך פארטיילט די שיינע 'אידישקייט' גליון אין די בתי מדרשים וואס פארציילט איבער די שענדליכקייט פון די היינטיגע מארקעטינג, וויאזוי עס שאדט די ליינער'ס מוח, פונקטליך וויאזוי די מארקעטער פרעימט דיין מוח און איז דיר מסביר וואס 'דו דארפסט טון' כדי צו זיין א נארמאלע מענטש און נישט בלייבן צווישן די ארויסגעפאלנע!

ב"ה כלל ישראל האט נאך פארזארגער! די רבנים טוען טאקע גארנישט, אבער אונז האב מיר נאך א מארקעטער וואס זארגט זיך אמתדיג פארן כלל, זארגט עס זאל זיין ווער עס וועט קעגן גיין משיח בב"א

די איינציגסטע שאלה וואס בלייבט, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע כיתות וועט מען זיך רעכענען ביים צוטיילן די מוסדות צווישן די מחנה אלקים און מגושמים?
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:42 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:40 pm
ס'איז פארהאן א גרויסע פראבלעם ביים מאכן אימייל-באניצער אלס א בדיעבד'יגן איד.

ס'זענען דא אידן, וואוילע וואס ווילן זיך צושטעלן און גליסטן נישט קיין לעיבל אלס א סעקאנד קלעס. ווידעראום, אויב זעהט ער אז מ'שפעט פון אים סייווי און אז ביי די 'ערליכע אידן' איז ער מער פון די שוואכערע סארט, פארלירט ער די גאנצע אפעטיט זיך צו וועלן צושטעלן.

והמציאות תוכיח!
די פראבלעם גייט שוין אן זייט די פאלטשע באזארגערס פון כלל ישראל האבן גענימען דעם מהלך פון קאמפיינען אז אלעס איז אסור. נישטא קיין שום מהלך פון ניצן טעכנאלאגיע בדרך היתר. בניגוד רצונם פון רבני ומנהיגי הקהילותוואס האבן קלאר געהייסן זייער ציבור צו פילטערן אלע כלים און ניצן בדרך היתר. ביז די רבנים האבן געזען זיי קענען זיך נישט קעגנשטעלן די ווילדע חברה און זיך געבראכן פאר זייער טעראר.

זייט דאס איז געשען איז ביי ערליכע אידן סיי וועלעכע מאוומענטפון זיי אינגאנצען נישט מאסגעבנד, און ווערט אינגאנצן איגנארירט, כאילו לא היה.

זאל דאס ווערן אוועקגעלייגט לדורות ווען מען וועט דאס באשרייבן 100 יאר ארום.
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

איך זעה די סיבה פארן עס אראפקוקן, פשוט ווייל עס דערמאנט פון די גרופע פרומע ליידיגייערס אין ישיבה וואס האבן געמאכט א חבורה פון בחורים וואס זענען זיך מקבל קיינמאל צו גיין אן א הוט..

ס'איז א קבלה וואס אפעלירט נישט צום אלגעמיינעם ציבור, עס איז טאקע זייער גוט און פרום, אבער עפעס וואס נעמט א געוויסע עקסטרעם אין אידישקייט און זוכט צו מאכן דערפון א קלאס. א זאך וואס מאכט זייער נערוועז.

חוץ מזה, קומט עס שוין מיט מיט די כלליות'דיגע נעגאטיווער בליק וואס השומרים האט זיך איינגעהאנדלט נאכן אהערשטעלן אזעלכע מעשיות, ווי א איד וואס א חברים מעמבער איז אים געקומען ארויסהעלפן, און ער האט במסירות נפש נישט געוואלט האלטן יענם כלי פאר א פלעשלייט, יענער זאל טון זיין ארבעט, קאממאן..

אדער דער איד וואס האט נישט געוואלט מצרף זיין צו מנין אין עירפארט, וועגן איינער דארט האט א שמדפאון. בקיצור..
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

ניס קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:22 pm
ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,

ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים

ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,

ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,

דאס איז א חלק וואס טוט וויי פאר ווייניגסטנס איין איד...

די זעלבע געשפירט ביים ליינען דעם גליון, און סאיז נישט נאר די נשים, די קינדער איז א גרעסערע פראבלעם. זיי ליינען אז זייער טאטע וואס איז באמת אפגעהיטן, און היט אפ זיין שטוב, האט ניטאמאל די אלע כלים. איז דריטע קלאס פארן האבן א קאמפיוטער מיט די קהילה פילטער דערויף! וואס מיינט דאס?

אינטערסאנט, 40 יאר צוריק ווען רוב אידן האבן געארבעט אין מאנהעטן צווישן איין שטיק ראיות אסורות, האט מען זיי נישט צוגעטיילט די דריטע קלאס טיטל.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:19 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:01 pm
בניהו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:52 pm
לעב ריליסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:37 pm
איך בין זייער צומישט
איך קען פרזענדליך א מלמד וואס טוט אין מללומדות נאר ווייל ער וויל נישט צורירן קיין אימעיל
ער האט שוין באקומען די בעסטע אפפערס צו זיין סופערווייזערס ביי די גרעסטע עדזשענסיס אין ער וורפט אלעס אפ נאר ווייל אינטענעט איז א סכנה
איז ער דען נישט פירסט קלאס?
אלע כלי קודש וואס פארברענגען נישט די צייט זענען נישט ערשטע קלאס?
אוודאי. אויב אמת איז ער באמת א בעל מדריגה. אבער אויב גייט ער צו צום באלעבאס זאגן, דו ביסט א שייגעץ פארן נישט האלטן ווי איך האלט איז ער א פארשטינקענע דל גאה. סארי פאר מיין שפראך אבער דאס איז עס.
דו האסט עכט געהערט איינעם רעדן אזוי? איך נישט.
השמיעיני גליון זאגט דאס וואך איין וואך אויס
וואס האט השמעיני מיט יראים?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ניס קראכער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:22 pm
ס'טוט בכלל נישט ווי צו זען מענטשן זענען חשובער ווי אונז אבער נאר ווען זיי זענען באמת חשובער, נישט קיין דעת בעל הבית חשובער,

ס'טוט ווי ווען מ'שיקט ארויס ליטראטור אויף די פאסט ארויף צו הייבן א צענטל פון א פארצענט פון כלל ישראל קעגן די איבריגע 99.90 פארצענט חשובע אידן יראים ושלמים

ס'טוט וויי אז מ'געבט פאר אונזער נשים צדקניות שלא טעמו טעם חטא א געפיל אז זיי מיט זייערע מענער זענען צווייט אדער גאר דריטע קלאס, טראץ זייער שווערע הארוואניע צו האבן גאר גאר אפגעהיטענע שטובער,

ס'ארגסטע טוט וויי אז מ'מאכט די קהילה פילטערס וואס ווערן באגלייט אויף טריט און שריט מיט אן השגחה פון רבני הקהלות (איך רעד יעצט פון אלע קהלה פילטערס צוגלייך) ווי א דריטע קלאס איד- בדיעבד שבדיעבד,

דאס איז א חלק וואס טוט וויי פאר ווייניגסטנס איין איד...
פארוואס זאל דאס וויי טון? אויב דו ביסט אויסגעהאלטן לויט דיין רב און לויט דיינע פרנסה מעגליכקייטן, פארוואס זאל דיך אנגיין אז אידן זענען מער אפגעהיטן? מיין ווייב מעג וויסן אז ס'דא חשוב'ער אידן פון איר מאן, מיינע קינדער מעגן דאס אויך וויסן און זיי זאלן דאס וויסן, און הלואי זאלן זיי טאקע זיין מער אפגעהיטן פון מיר ווי איידער פארקערט.

אויב א פרוי האט א פראבלעם אז דער מאן איז נישט גענוג אויסגעהאלטן, קען ער איר שיין מסביר זיין, איך טו וואס מיין רב זאגט מיר צו טון, איך האלט מיך צו די סטאנדארטן פון מיין קהילה. פונקט ווי ס'איז דא אידן בעלי רוח הקודש, ס'איז דא אידן וואס קענען גאנץ ש"ס מיט זוהר הקדוש, און ס'איז דא אידן וואס גייען אן די גלעזער אין גאס אדער אין מקוה, ס'איז דא אידן וואס שלאפן נישט גאנץ ליל שישי, ס'איז דא אידן וואס זענען פרושים, זענען אויך דא וואס זענען מער אויסגעהאלטן אויך אין די נושא פון טעכנאלאגיע. פארוואס פונקט אין דעם ענין קענסטו נישט זיין צווייטע קלאס?

די בעסטע חינוך פאר די קינדער איז ווען א טאטע פרובירט דאס בעסטע ברוחניות, און איז מחנך זיינע קינדער אז ס'איז דא אידן וואס זענען נאך בעסער, און הלואי זאל איך האבן אזעלכע קינדער וואס קענען מער לערנען פון מיר און זענען חשוב'ער פון מיר. איך זאג עס כסדר פאר מיינע קינדער, איך האב נאכנישט געענדיגט ש"ס מיט שו"ע, אבער הלואי זאל איך האב קינדער וואס וועלן יא קענען ש"ס מיט שו"ע אין מיין עלטער....
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2978
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:19 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:13 pm
עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:11 pm
יא טאקע דיר האט דער פותח האשכול געמיינט
מיין טאטע איז א נהנה מיגע כפו ער ארבעט שווער און ער איז א חבר אין די חבורה
וויפיל ארבעטער האט ער וואס ער נוצט אלס "שבת גויים"?
ער האט נישט קיין ביזנעס און נישט קיין ארבעטער און ער באנוצט זיך נישט מיט קיין יודן פאר זיינע פערזענליכע זאכן ער ניצט פרא קליק ווירטואל מעיל צו הערן אימעילס אויפן טעלעפאן און ווען עס פעלט אויס פרינט מען עס פון די סיסטעם אויף פעקס
דארף מען יעצט אויסגעפינען וויאזוי ער האט אויפגעמאכט די אימעיל קאנטע אינעם ערשטן פלאץ.

אפשר קען מען קאלן גימעיל און זיי בעטן אז זיי זאלן אויפמאכן איינס.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
עמית
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2022 4:01 am

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמית »

חיריק האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 8:20 pm
עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:19 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:13 pm
עמית האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:11 pm
יא טאקע דיר האט דער פותח האשכול געמיינט
מיין טאטע איז א נהנה מיגע כפו ער ארבעט שווער און ער איז א חבר אין די חבורה
וויפיל ארבעטער האט ער וואס ער נוצט אלס "שבת גויים"?
ער האט נישט קיין ביזנעס און נישט קיין ארבעטער און ער באנוצט זיך נישט מיט קיין יודן פאר זיינע פערזענליכע זאכן ער ניצט פרא קליק ווירטואל מעיל צו הערן אימעילס אויפן טעלעפאן און ווען עס פעלט אויס פרינט מען עס פון די סיסטעם אויף פעקס
דארף מען יעצט אויסגעפינען וויאזוי ער האט אויפגעמאכט די אימעיל קאנטע אינעם ערשטן פלאץ.

אפשר קען מען קאלן גימעיל און זיי בעטן אז זיי זאלן אויפמאכן איינס.
איינמאל ווען ער האט געבוקט א טיקעט האט אים די טרעוועל אגענט געמאכט א אימעיל אדרעס
איך דארף נישט קיין היטש איך דארף אמיוניציאן
וולאדימיר זאלענסקי
אוועטאר
לקדש שם שמים
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 12:46 pm
לאקאציע:גלילות

Re: פארוואס מוז איך אראפרייסן די נייע ”יראים” (ערשטע קלאס) מאוומענט??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לקדש שם שמים »

לאנטש טיים האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:35 pm
לאמיר זיך אריבערכאפן פאר 'א טאג אין כלל ישראל אפיס' און מיטהאלטן די שטוינענדע אפעראציעס וואס ווייניג באגרייפן און זענען מחשוב די כלל טוער

די ערשטע חלק טאג איז די אפיס פארנומען אפשרייבן א גליון וואס מאלט אראפ דאס זיך באנוצן מיט וואטסעפפ אלס דאס וואס טיילט אפ צווישן א לכתחילה איד ביז א בדיעבד איד.

אביסל שפעטער בעפאר לאנטש קומט פאר די מיטינג וואו עס ווערט פאבריצירט וואס צו שרייבן איבער די אידן וואס זענען שוין פארפאלן געגאנגען נאכן נישט ניצן די נעטפרי פילטער, און זעלבספארשטענדליך אז א איד וואס באנוצט נישט די נעטפרי פילטער קען נישט אנגערופן ווערן א 'לכתחילה איד' און דארף זיין גאר שטארק באזארגט פאר זיך און זיינע דורות.

א שעה שפעטער שרייבט ער די גליון פאר השמענו וואס פארציילט אז נאר א איד אן אינטערנעט בכלל איז איינער וואס איז איינער וואס קען זיך אידענטיפעצירן מיט די ריכטיגע אידישקייט, און ער איז אויף וועמען משיח וועט ווייזן מיטן פינגער.. און מען דארף זאגאר נאכקוקן די יוחס ביי שדוכים צו עס איז נישט דא קיין פסול אין די משפחה...

קומט בין הזמנים, טרעפט מען אן א שיינע ביכל אין מייל איבער 'סעלפאונס ביי בחורים',, דער ביכל ווייסט צו פארציילן אז טעקסט מעסעדזש איז פונקט ווי וואטסעפפ, ה"י.

לעצטענס קומט אן א שיינע בוכל וואס ווייסט צו פארציילן נישט מער און נישט ווייניגער, יא איר ליינט גוט, אז מען קען יא זיין א איד מיט וואטסעפפ! נאר, לייגט צו קאפ, מען קען נישט זיין קיין איד מיט וואטסעפפ וואו טשענעל"ס איז אפן!.. אדערווייז ביסטו מער ווייניגער פיין.

בו בזמן גייט פאר א נייע קאמפיין מיטן נאמען 'יראים' וואס אנשפרעכט אנצוהאלטן די הייפעלע שארית הפליטה, אידן וואס האלטן זיך מיט די אמתע אידשקייט בדרך מסורה לנו פון משה מסוני, אידן וואס האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל. די איבריגע חלק כלל ישראל זענען ליידער די 'בדיעבד אידן' וואס האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויף די נסיון הדור, אונז זעמיר בעז"ה געדעקט!.

אינצווישן ווערט וועכענטליך פארטיילט די שיינע 'אידישקייט' גיליון אין די בתי מדרשים וואס פארציילט איבער די שענדליכקייט פון די היינטיגע מארקעטינג, וויאזוי עס שאדט די מוחות פון די וואס ווערן געצילט, פונקטליך וויאזוי די מארקעטער פרעימט דעין מוח און איז דיר מסביר וואס 'דו דארפסט טון' כדי צו זיין א נארמאלע מענטש און נישט בלייבן צווישן די ארויסגעפאלנע!

ב"ה כלל ישראל האט נאך פארזארגער! די רבנים טוען טאקע גארנישט, אבער אונז האב מיר נאך א מארקעטער וואס זארגט זיך אמתדיג פארן כלל, זארגט עס זאל זיין ווער עס וועט קעגן גיין משיח בב"א

די איינציגסטע שאלה וואס בלייבט, מיט וועלכע פון די אויבנדערמאנטע וועט נעם זיך רעכענען ביים צוטיילן די מוסדות צווישן די מחנה אלקים און מגושמים?
זאגט מיר יענער אז מען דארף טאקע ווי שנעלער מאכן די טיילונג, מען קען שוין נישט לעבן מיט די מחנה אלקים חברה...
שיין דיין פלאן. שריי דיין דריי.קרעדיט יאנאש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”