רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה סופר מפשעווארסק ה'אור פני משה' זצ"ל - י"ב טבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי משה הלוי סופר סת"ם מפשעווארסק זצוק"ל
בעל מחבר ספר "אור פני משה"
י"ב טבת


דער אור פני משה איז געווען א תלמיד פון רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, און ער האט געשיקט זיינע קינדער זיך מסתופף זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע.

דער רבי ר' משה פשעווארסקער זי"ע איז געווען בטבעו א געוואלדיגער חלוש. זיין גאנצער קערפער געבוי איז געווען נישט גרעסער ווי פון א קינד, טראץ דעם איז ער געווען א געוואלדיגער עובד השם, און זיין עבודה איז געווען מיט אן אומנאטורליכע יגיעה העכער אלע מענטשליכע באגריפן. ער האט אמאל געשיקט זיינס א זון ער זאל פארן אויף שבת צום רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע.

ווען דער זון איז אנגעקומען אהין, האט אים דער רבי פון לובלין אויפגענומען מיט גרויס כבוד און האט אים גאר שטארק מקרב געווען, לכבוד זיין היייליגען טאטען דער אור פני משה. פרייטאג צו נאכטס, ווען דער זון איז אנגעקומען צום טיש, האט דער רבי פון לובלין אים גלייך ארויף גערופען און ארויסגעוויזן גאר שטארק התקרבות, דאן האט ער אים באפוילן צו שטעלן א פלאש וויין צום טיש פאר זיין טאטנ'ס געזונט, אויך האט ער אים געהייסען אז נאכ'ן טיש זאל ער נאכאמאל צוקומען צו אים און זאל מזכיר זיין דעם טאטען, זעלבסט פארשטענדליך אז דער זון איז געווארן גאר שטארק באזארגט אז ווער ווייסט וואס דער טאטע טוט יעצט אינדערהיים? ער האט דאך גוט געוואוסט אז דער רבי פון לובלין האט הייליגע אפענע אויגן און זעט אלעס מיט זיין רוח הקודש, וואס צוליב דעם האט ער באקומען דעם נאמען "דער חוזה" און אויב הייסט ער אים יעצט צוויי מאל מזכיר זיין דעם טאטן קומט זיכער עפעס פאר אין פשעווארסק ביים טאטן!

נאכ'ן טיש איז דער זון צוגעגאנגען צום רבי'ן פון לובלין און מזכיר געווען דעם טאטן מיט די מאמע'ס נאמען, ווי דער רבי האט אים פריער באפוילען. עטליכע מינוט שפעטער האט דער רבי פון לובלין זיך אנגריפען צו אים, דארפסט דיך נישט זארגן! דיין טאטע איז ברוך השם נישט אין קיין סכנה, ער איז נאר אביסל נישט געזונט, און בקרוב וועט ער זיך שטארקן און ווערן צוריק געזונט און שטארק!

כאטש דער זון האט געהערט אזעלכע קלארע דיבורים פונעם "חוזה" דאך איז ער נאך געווען אביסל באזארגט וואס עס הערט זיך ביים טאטען, דעריבער כאטש געווענליך פלעגט ער בלייבן ביים רבי'ן עטליכע וואכן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו און אריינזאפן אין זיך פון רבינ'ס הייליגער גייסט אין תורה וחסידות, האט ער יעצט זיך נישט פארזוימט לאנג און באלד זונטאג אינדערפרי האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין פשעווארסק.

דער וועג פון פשעווארסק קיין לובלין דארף היינט נאך אויך געדוירען עטליכע שעה, און אוודאי אין יענע צייטן האט אזא וועג געדויערט גענוג לאנג, און ווי נאר דער וואגן איז אנגעקומען נעבן די שטאט פשעווארסק האט זיך דער זון גלייך גענומען נאכפרעגען ביי פארבייגייער וואס דער טאטע מאכט? די מענטשן האבען אים אנגעקוקט מיט גרויס וואונדער, וואס איז ער אזוי באזארגט אויף זיין טאטן דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד, ברוך השם אז דער רבי דער אור פני משה איז געזונט, און איז שבת געווען ביים דאווענען אין בית המדרש ווי געווענליך אלע דריי תפלות, און עס פעלט אים גארנישט.

ווען דער זון איז אריינגעקומען צום טאטען אין צימער האט זיך דער אור פני משה גאר שטארק געוואונדערט און האט אים באלד געפרעגט, וואס האסטו דיך אזוי געאיילט שוין אהיים צו קומען, פארוואס ביסטו נישט געבליבן לענגער אין לובלין ווי די פלעגסט דאס טוהן געווענליך? האסט געדארפט בלייבען דארט ביים רבי'ן כאטש עטליכע וואכן! נישט אזוי גרינג קומט דאס אן זיך אריבערצוכאפן א נסיעה צום רבי'ן קיין לובלין, און אז דו ביסט שוין יא אנגעקומען אהין האסטו געדארפט בלייבן א לענגערע צייט, און נישט באלד כאפן און אהיים קומען !

דער זון האט אבער אנשטאט אן ענטפער אויסגעשריגען, טאטע! ווי אזוי פילסטו דיך און געזונט? ברוך השם פיין האט דער אור פני משה גענטפערט, טאטע! - האט דער זון ווייטער געפרעגט, זאג מיר דעם אמת וואס האט מיר דיר פאסירט דעם פרייטאג צו נאכטס בערך צען אזייגער? ווייל פון רבינ'ס ווערטער האב איך פארשטאנען אז עפעס האט מיט דיר פאסירט, און טאקע דערפאר האב איך מיך יעצט אזוי אהיים געאיילט?

ווען דער אור פני משה האט דאס געהערט איז ער געבליבען שטיין פארוואונדערט און האט געזאגט יעצט זעה איך אז דער צדיק האט מרגיש געווען דארט ביים אים אין שטאט אלעס וואס עס האט זיך מיט מיר אפגעשפילט יענע נאכט !

האט דער אור פני משה גענומען דערציילען, זאלסט וויסן מיין זון אז אזוי ווי ליל שבת קודש איז דאך די ענדע פון די וואך, דארף זיך א מענטש דעמאלסט מאכען א חשבון הנפש און זען וואס ער האט אפגעטוען די וואך, ווי אזוי ער האט אפגעראכטען די ששת ימי המעשה. דעריבער דעם פרייטאג צו נאכטס האב איך מיך אליין געמאכט א חשבון פון אלע מיינע מעשים וואס איך האב געטוהן א גאנצע וואך, האב איך ליידער געזען אז דער חשבון איז זייער א ביטערער, איך בין פיל געווארען מיט חרטה געפילן ביז דאס האט מיר ממש אנגערירט צום הארץ און האב געפילט ממש א טעם מות ל"ע איך האב געזען אז איך בין אין א סכנה דאס חיות פליט מיר ארויס רח"ל אבער קיינער איז נישט געווען אין הויז מיך צו קענען דערמינטערען.

איך האב נישט געקענט שרייען נאך הילף ווייל עס איז מיר אוועקגענומען געווארען דער כח הדיבור, האב איך מיך דערמאנט אז אויפ'ן טיש ליגט א פלעשל בראנפן וואס איז אנגעגרייט פאר קידוש פון מארגען בייטאג, האב איך באשלאסען צו נעמען אביסל בראנפן און מיר ארויפגיסען אביסל אויפ'ן פנים און אריין נעמען אביסל דערפין אין מויל זיך צו דערמינטערן . איך האב אבער נישט געהאט קיין כח צו צוגיין אפילו נאר ביז צום טיש, ביז איך בין געפאלן אויף אן המצאה און האב מיך א ווארף געטוהן אין די ריכטונג פון טיש און לויט ווי די דערציילסט איז דאס טאקע געווען דעם רבי'ן פון לובלינ'ס כח אז איך בין געפאלען ביז צום טיש און געקענט נעמען דעם בראנפען, ברוך השם אז דאס האט געהאלפן און צוביסלעך בין איך צו זיך געקומען, ביז אינדערפרי בין איך שוין געווען אינגאנצען געזונט און שטארק אז איך האב שוין געקענט גיין דאווענען אין בית המדרש, דאס אלעס האט דער רבי פון לובלין געזען מיט זיינע הייליגע אויגן און טאקע אין זיין זכות בין איך ניצול געווארן!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער אור פני משה האט געשיקט זיינע קינדער זיך מסתופף זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע.

דער רבי ר' משה פשעווארסקער זי"ע איז געווען בטבעו א געוואלדיגער חלוש. מען האט דאס נאך געקענט זען פון זיין מצבה אויף זיין קבר אין פשעווארסק, אז זיי גאנצער קערפער געבוי איז געווען נישט גרעסער ווי פון א זיבען יעריג קינד, טראץ דעם איז ער געווען א געוואלדיגער עובד השם , און זיין עבודה איז געווען מיט אן אומנאטורליכע יגיעה העכער אלע מענטשליכע באגריפן. האט ער אמאל געשיקט זיינס א זון ער זאל פארן אויף שבת צום רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע .

ווען דער זון איז אנגעקומען אהין , האט אים דער רבי פון לובלין אויפגענומען מיט גרויס כבוד און האט אים גאר שטארק מקרב געווען , לכבוד זיין היייליגען טאטען דער אור פני משה. פרייטאג צו נאכטס, ווען דער זון איז אנגעקומען צום טיש, האט דער רבי פון לובלין אים גלייך ארויף גערופען און ארויסגעוויזן גאר שטארק התקרבות, דאן האט ער אים באפוילן צו שטעלין א פלאש וויין צום טיש פאר זיין טאטנ'ס געזונט , אויך האט ער אים געהייסען אז נאכ'ן טיש זאל ער נאכאמאל צוקומען צו אים און זאל מזכיר זיין דעם טאטען , זעלבסט פארשטענדליך אז דער זון איז געווארן גאר שטארק באזארגט אז ווער ווייסט וואס דער טאטע טוט יעצט אינדערהיים ? ער האט דאך גוט געוואוסט אז דער רבי פון לובלין האט הייליגע אפענע אויגן און זעט אלעס מיט זיין רוח הקודש, וואוס צוליב דעם האט ער באקומען דעם נאמען "דער חוזה" און אויב הייסט ער אים יעצט צוויי מאל מזכיר זיין דעם טאטן קומט זיכער עפעס פאר אין פשעווארסק ביים טאטן!

נאכ'ן טיש איז דער זון צוגעגאנגען צום רבי'ן פון לובלין און מזכיר געווען דעם טאטן מיט די מאמע'ס נאמען , ווי דער רבי האט אים פריער באפוילען , עטליכע מינוט שפעטער האט דער רבי פון לובלין זיך אנגרופען צו אים , דארפסט דיך נישט זארג'ן ! דיין טאטע איז ברוך השם נישט אין קיין סכנה, ער איז נאר א ביסל נישט געזונט , און בקרוב וועט ער זיך שטארקן און ווערן צוריק געזונט און שטארק! כאטש דער זון האט געהערט אזעלכע קלארע דיבורים פונעם "חוזה" דאך איז ער נאך געווען א ביסל באזארגט וואס עס הערט זיך ביים טאטען דעריבער כאטש געווענליך פלעגט ער בלייבן ביים רבי'ן עטליכע וואכן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו און אריינזאפן אין זיך פון רבינ'ס הייליגער גייסט אין תורה וחסידות האט ער יעצט זיך נישט פארזוימט לאנג און באלד זונטאג אינדערפרי האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין פשעווארסק.

דער וועג פון פשעווארסק קיין לובלין דארף היינט נאך אויך געדוירען עטליכע שעה, און אוודאי אין יענע צייטן האט אזא וועג געדויערט גענוג לאנג און ווי נאר דער וואגן איז אנגעקומען נעבען די שטאט פשעווארסק האט זיך דער זון גלייך גענומען נאכפרעגען ביי פארבייגייער וואס דער טאטע מאכט ? די מענטשן האבען אים אנגעקוקט מיט גרויס וואונדער , וואס איז ער אזוי באזארגט אויף זיין טאטן דעם רבינ'ס געזונט צו שטאנד , ברוך השם אז דער רבי דער אור פני משה איז געזונט און איז שבת געווען ביים דאווענען אין בית המדרש ווי געווענליך אלע דריי תפלות און עס פעלט אים גארנישט.

ווען דער זון איז אריינגעוקמען צום טאטען אין צימר האט זיך דער אור פני משה גאר שטארק געוואונדערט און האט אים באלד געפרעגט וואס האסט דו דיך אזוי געאיילט שוין א היים צו קומען פארוואס ביסט דו נישט געבליבן לענגער אין לובלין ווי די פלעגסט דאס טוהן געווענליך ? האסט געדארפט בלייבען דארט ביים רבי'ן כאטש דריי וואכן! נישט אזוי גרינג קומט דאס דאך אן זיך אריבערצוכאפן א נסיעה צום רבי'ן קיין לובלין און אז דו ביסט שוין יא אנגעקומען אהין האסט דו געדארפט בלייבן א לענגערע צייט און נישט באלד כאפן און א היים קומען !

דער זון האט אבער אנשטאט אן ענטפער אויסגעשריגען טאטע! ווי אזויוי פילסט דיך און געזונט? ברוך השם פיין האט דער אור פני משה געענפערט, טאטע ! – האט דער זון ווייטער געפרעגט זאג מיר דעם אמת וואס האט מיר דיר פאסירט דעם פרייטאג צו נאכטס בערך צען אזייגער? ווייל פון רבינ'ס ווערטער האב איך פארשטאנען אז עפעס האט מיט דיר פאסירט און טאקע דערפאר האב איך מיך יעצט אזוי א היים געאיילט?

ווען דער אור פני משה האט דאס געהערט איז ער געבליבען שטיין פארוואונדערט און האט געזאגט יעצט זע איך אז דער צדיק האט מרגיש געווען דארט ביים אים אין שטאט אלעס וואס עס האט זיך מיט מיר אפגעשפילט יענע נאכט !

האט דער אור פני משה גענומען דערציילען זאלסט וויסן מיין זון אז אזוי ווי ליל שבת קודש איז דאך די ענדע פון די וואך דארף זיך א מענטש דעמאלט מאכען א חשבון הנפש און זען וואס ער האט אפגעטוהן די וואך , ווי אזוי ער האט אפגעראכטען די ששת ימי המעשה דעריבער דעם פרייטאג צו נאכטס האב איך מיך אליין געמאכט א חשבון פון אלע מיינע מעשים וואס איך האב געטוהן א גאנצע וואך האב איך ליידער געזען אז דער חשבון איז זייער א ביטערער איך בין פיל געווארען מיט חרטה געפילן ביז דאס האט מיר ממש אנגערירט צום הארץ און האב געפילט ממש א טעם מות ל"ע איך האב געזען אז איך בין אין א סכנה דאס חיות פליט מיר ארויס רח"ל אבער קיינער איז נישט געווען אין הויז מיך צו קענען דערמינטערען .

איך האב נישט געקענט שרייען נאך הילף ווייל עס איז מיר אוועקגענומען געווארען דער כח הדיבור , האב איך מיך דערמאנט אז אויפ'ן טיש ליגט א פלעשל בראנפן וואס איז אנגעגרייט פאר קידוש פון מארגען בייטאג האב איך באשלאסען צו נעמען א ביסל און מיר ארויפגיסען א ביסל אויפ'ן פנים און אריין נעמען אביסל דערפין אין מויל זיך צו דערמינטערן . איך האב אבער נישט געהאט קיין כח צו צוגיין אפילו נאר ביז צום טיש, ביז איך בין געפאלן אויף אן המצאה און האב מיך א ווארף געטוהן אין די ריכטונג פון טיש און לויט ווי די דערציילסט איז דאס טאקע געווען דעם רבי'ן פון לובלינ'ס כח אז איך בין געפאלען ביז צום טיש און געקענט נעמען דעם בראנפען, ברוך השם אז דאס האט געהאלפן און צוביסלעך בין איך צו זיך געקומען , ביז אינדערפרי בין איך שוין געווען אינגאנצען געזונט און שטארק אז איך האב שוין געקענט גיין דאווענען אין בית המדרש דאס אלעס האט דער רבי פון לובלין געזען מיט זיינע הייליגע אויגן און טאקע אין זיין זכות בין איך ניצול געווארן !

דער מונקאטשער רב פלעגט אויספירן אויף די מעשה, אז אויב דער צדיק וועלכער האט אפגעפירט א גאנצע וואך מיט גרויס קדושה וטהרה , דאס האט ער געהאט אזא חרטה אז ער איז צוגעקומען דערפון ממש צו סכנת נפשות הלואי וואלטן מיר זוכה געווען צו אזא חרטה כאטש איינמאל א יאר, ערב יום הקדוש .
(דרכי חיים ושלום)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין איינע פין זיינע באזיכען ביי דעם צדיק האט אמאהל ר' ליבוש מטארניגראד ז"ל דערקענט אויף אים אז ער איז פארזארגט. פרעגנדיג די אורזאך דערפון, האט רבי משה מפשעווארסק זצ"ל אים דערציילט, אז פון ווען ער האט אין א גוטע שעה א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, וויינט זיין פרוי טאג און נאכט, פארוואס ער זארגט נישט אפילו איר צו אויסשטאפירן. בעהט אים ר' ליבוש, ער זאל זאגן וויפיהל ער דארף, רבי משה קען נישט קיין צורת מטבע און האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט. רופט מען אריין זיין פרוי און לויט איר וואָרט, ציילט ר' ליבוש אפ דריי הונדערט רענדלעך. "דאס איז פאר די כלה" – קלאגט די פרוי – אבער וואס וועט זיין מיט די קלענערע טאכטער? זי איז דאך שוין אויך אין די יארן און טאג טעגליך קלאפן שדכנים אויף די טיר... ר' ליבוש טראכט נישט קיין סאך און ציילט אפ נאך דריי הונדערט רענדלעך. די פרוי מיט איר מאן רבי משה שטראלן פון פרייד און דער צדיק רופט אויס באגייסטערט:
אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
די ברכה פון צדיק איז פארווירקליכט געווארן און צום יאהר האט זיין פרוי, מרים, די טאכטער פון טארניגראדער רב זצ"ל, אן אייניקל פון חכם צבי זצוק"ל געבוירן דעם אינגל חיים, וואס איז אין יארן שפעטער געוועהן דער הייליגער צאנזער רב זצוק"ל זי"ע – בעל "דברי חיים" און מיט זיין תורה, עבודה וגמילות חסדים באלויכטן אלע וועלטן.
תמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמים »

לויט וואו איך האב געהערט איז ער נישט געווען שטאטס רב און פעשווארסק נאר בלויז א סופר און עס איז געווען רב א צווייטער ר' משה
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מעניין לציין כי לספרו הק' אור פני משה יש יותר מחמישים הסכמות וחתימות.
ועוד יותר מעניין הוא, כי בהדפוסים האחרונים הוציאו הרבה מההסכמות והדפיסו רק מספר מהם, אבל בההוצאות האחרונות החזירו כולם.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

היום היארצייט

נפטר בשנת תקפ"ה
ספרו אור פני משה
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

פונקטליך האט געשריבן: היום היארצייט

נפטר בשנת תקפ"ה
ספרו אור פני משה

היום
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

סופר סת"ם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

האט איינער א בילד פון זיין סופרות כתב?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3255
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הסכמות נפלאות על ה'"אור פני משה".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

היות ס'איז געווען נאך א'רבי אברהם משה און פשעווארסק איז געווען אזעלעכע וואס האבן גערופן די ערשטע די גרויסע, און די סופר די קליינע , האבען צדיקים געזאגט אז מ'זאל אים נישט רופן די קליינע רבי משה אלץ זלזול בכבודו, דאס יא ער איז געווען זייער א'נידריגע און געשטעל ווי א'זיבן יעריגע קינד, אזוי ווייט אז הרה"ק רבי יענקעלע זיע"א פון פשעווארסק געדענקט זיין קבר איז ס'איז געווען אזוי גרויס ווי א'קליינע קינדס קבר .

אויפן "אור פני משה" איז דא ארום פופציג מיט זייער שיינע אינטערסאנטע הסכמות, און די די קינדער פונעם רבי רבי זושא זיע"א שרייבן בשם זייערע טאטע בזה הלשון , אבל לאסהודי באנו מה ששמענו מפה קדוש אדוננו אבינו הצדיק מו' נשמתו עדן בזה הלשון, בהיותי נע ונד נתארחתי בק"ק פשעווארסק,ולא הוטב בעני האכסניא להתאכסן,בא נער קטן ואמר לי אם להתאכסן מר רוצה,בוא עמי והוליך אותי אצל הרב הזקן זה שקנה חכמה, מוהר"ר משה סופר נ"ע דק"ק הנ"ל, וראיתי בהיותו לומד היה דמות דיקנו עומד לפני כדמות מלאך ד' צבאות,"ובהיותו כותב הקדוש היו להב יוצא מאותיותיו הקדושים,הכתובות" כ"ז שמענו מפיו הקדוש,עד כאן לשון אות באות פון ביידע קינדער פון רבי רבי זושא זיע"א וואס זענען גע'חתמת אויף די הסכמה,און אויף דעם האט רבי יענקעלע פון פשעווארסק זיע"א א'קלער וואס מיינט די רבי רבי זושא מיט די ווערטער "שכשכתב ספרו יצא להב" ,צו ס'מיינט די ספר תורה'ס, וואס ער האט געשריבן,אדער די ספר זיינע אור פני משה.

בדרך אגב א'אינטערסאנטע באמערקונג,אז די רבי רבי זושא זיע"א דערמאנט זיין גלות גיין,און ס'איז זייער אינטערסאנט אז די רבי רבי זושא זיע"א זאגט אויף א''געוויסע אכסניא ולא הוטב בעני ,דאס מיינט אז די רבי רבי זושא איז נישט איינגעשטאנען און זיין גלות גיין, אבי ווי.

און די רבי פון לובלין שרייבט און די הסכמה בזה הלשון,"כי ידעתי את הרב האלוקי בוצינא קדישא מוהר"ר משה סופר סת"ם מק"ק פרשעווארסק שהינח אחריו ברכה והי' בהצנע לכת עד שלא נודע שהי' למדן ,ואני ידעתיו ,כי כשהייתי בילדותי הייתי סר למשמעותו,ושתיתי מימיו הנעמני',וידעתי שכל עניניו היו רק לשם שמים ולעשות נחת רוח לפניו ית"ש, והיו לו מדרגה שהרב הגאון המנוח מוהר"ר משה אלשיך ז"ל הי' מתגלה אליו ,זה היה מנעוריו,עד כאן לשון אות באות מהרבי מ'לובלין זיע"א און גע'חתמט דערויף.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז די יא''צ
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

בניו וחתניו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

ווייסט איינער מער איבער זיינע קינדער?
איש קערעסטיר
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 4:06 pm

קברו הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש קערעסטיר »

ווייסט איינער ווי איז דער ציון פון דעם אור פני משה, און פון ר' אברהם משה
בכלל וועגן דעם בית החיים און פשעווארסק, אדער די שוהל?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

איש קערעסטיר האט געשריבן: ווייסט איינער ווי איז דער ציון פון דעם אור פני משה, און פון ר' אברהם משה
בכלל וועגן דעם בית החיים און פשעווארסק, אדער די שוהל?


????
ס'איז אן אומגלויבליכן מעסיזשינג פעיליור פון א פארעלטערער פרעזידענט מיט א רעלאטיוו גוט רעקארד, אבער די ערגסטע פראפאגאנדע דורכפאל אין אמעריקאנער היסטאריע. (קרעדיט שלמה הילדסהיימער)
אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מַחְכִּימַת פֶּתִי »

שמעתי אז די אור פני משה ליגט אין פשעווארסק, אבער די בית החיים איז חרוב ונחרב.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: שמעתי אז די אור פני משה ליגט אין פשעווארסק, אבער די בית החיים איז חרוב ונחרב.


גם אנכי שמעתי את הדבר הזה, אבער פארוואס הערט מען קיינמאל פון א נסיעה צו דעם בית החיים? אפשר וויייסט מען בכלל נישט וואו דאס איז?
ס'איז אן אומגלויבליכן מעסיזשינג פעיליור פון א פארעלטערער פרעזידענט מיט א רעלאטיוו גוט רעקארד, אבער די ערגסטע פראפאגאנדע דורכפאל אין אמעריקאנער היסטאריע. (קרעדיט שלמה הילדסהיימער)
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

רבי ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע הייסט משה נאך אים (ר' משה סופר) און יצחק נאכן הייליגן חוזה מלובלין
ווי עס ווערט דערציילט דורך זיין איידעם ר' יענקעלע זצ"ל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: שמעתי אז די אור פני משה ליגט אין פשעווארסק, אבער די בית החיים איז חרוב ונחרב.

סי'ז א באס סטאנציע בעוה"ר
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ראספשע האט געשריבן:
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: שמעתי אז די אור פני משה ליגט אין פשעווארסק, אבער די בית החיים איז חרוב ונחרב.

סי'ז א באס סטאנציע בעוה"ר

https://kehilalinks.jewishgen.org/Kolbu ... rsk17.html

Photo of the present-day site of the Jewish cemetery
There are absolutely no markings on the site that it was a Jewish cemetery. Instead there is a giant crucifix with a quote from John Paul II.
People in Przeworsk know where the cemetery is and say "it's next to the bus station; now there's nothing there", but in a generation this knowledge will be lost.
We hope that by having these photos on our website it will serve as a memorial to the last resting place of our Przeworsk ancestors and will also help future visitors to find it easily .


https://kehilalinks.jewishgen.org/Kolbu ... _small.jpg


https://goo.gl/maps/ApXThR2LcYk

https://goo.gl/maps/ayda2oVFonK2
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

לויט די סייז פון די בנינים קוקט נישט אויס האפענטליך ווי מ'האט אויסגעגראבן דעם ביה"ח, אפשר איז דא גאר די מצבה אין איינע פון די געשעפטן... וואו איז ר' ישראל מאיר?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36815
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כאטש דעם שתי וערב זאל מען אראפנעמען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ס'שטייט אין ס' ברכת שמואל פון רבי שרגא שמואל שניטצלער אב"ד טשאבע, אז זיין זיידע רבי יואל ווייל אב"ד קויטה, איז געווען א איידעם ביי ר' אברהם אבא אהרן מסאפאוולא ז"ל מק"ק טשענגער בן ר' יודא לייב דיין ומו"ץ בק"ק טשענגער, אחיו של הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זי"ע בעל אור פני משה בן ר' יצחק הלוי ואסתר.
לפי זה קומט אויס אזוי:
רבי שרגא שמואל שניטצלער אב"ד טשאבע
בן ר' ברוך יודא שניטצלער אב"ד דערעטשקע
בן ר' יואל ווייל אב"ד קויטה
חתן ר' אברהם אבא אהרן מסאפאוולא מק"ק טשענגער
בן ר' יודא לייב דיין ומו"ץ בק"ק טשענגער, (אחיו של הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זי"ע בעל אור פני משה)
בן ר' יצחק הלוי ואסתר
ס'שטימט די חשבון ? צו מ'רעדט דא פונעם זעלבן אור פני משה ? ער איז בכלל געווען א לוי ?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

פעיק נוז האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: ס'שטייט אין ס' ברכת שמואל פון רבי שרגא שמואל שניטצלער אב"ד טשאבע, אז זיין זיידע רבי יואל ווייל אב"ד קויטה, איז געווען א איידעם ביי ר' אברהם אבא אהרן מסאפאוולא ז"ל מק"ק טשענגער בן ר' יודא לייב דיין ומו"ץ בק"ק טשענגער, אחיו של הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זי"ע בעל אור פני משה בן ר' יצחק הלוי ואסתר.
לפי זה קומט אויס אזוי:
רבי שרגא שמואל שניטצלער אב"ד טשאבע
בן ר' ברוך יודא שניטצלער אב"ד דערעטשקע
בן ר' יואל ווייל אב"ד קויטה
חתן ר' אברהם אבא אהרן מסאפאוולא מק"ק טשענגער
בן ר' יודא לייב דיין ומו"ץ בק"ק טשענגער, (אחיו של הרה"ק רבי משה מפשעווארסק זי"ע בעל אור פני משה)
[i] בן ר' יצחק הלוי ואסתר [/i]
ס'שטימט די חשבון ? צו מ'רעדט דא פונעם זעלבן אור פני משה ? ער איז בכלל געווען א לוי ?

וואו שטייט בן ר' יצחק ?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין ס' ברכת שמואל שטייט די גאנצע זאך
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

מצבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

מצבה פון ר' אברהם אהרן ז"ל שווער פון ר' יואל וויל אב"ד קויטה ז"ל
בן ר' יודא לייב ז"ל דיין טשענגער
אין טיסא-ליק אוקריינע vilok
אטעטשמענטס
ר' אברהם אהרן ז"ל
ר' אברהם אהרן ז"ל
IMG-טיסא-ליק-אוקריינע.jpg (302.64 KiB) געזען 6100 מאל
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

מצבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

דא איז די מצבה פון ר' יודא לייב ז"ל דיין טשענגער
ליגט אין טשענגער - אונגארן
שטייט קלאר בן ר' צבי יצ"ו
אטעטשמענטס
IMG-טשענגער-אונגארן.jpg
IMG-טשענגער-אונגארן.jpg (325.11 KiB) געזען 6098 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”