ברעיקינג עקסקלוסיוו: איך האב גע'הרג'עט אסאמא בין לאדין! - אינטערוויו דורך אבימלך
איך האב גע'הרג'עט בין לאדין!
נע, נישט ממש, כ'האב אים נישט ממש אליינס גע'הרג'עט, נאר וואס דען?
איז אזוי, געפארן בין איך אויף א וואקאציע מיט דער שטוב, זייענדיג אן אפטער טרעוולער האב איך אסאך געשיכטעס און עפיזאדן פון מיינע רייזעס, אבער וואס עס האט פאסירט אויף מיין לעצטן טריפ איז דער 'טשערי אן טאפ'.
ווען איך האב באקומען די נאטיפיקאציע פון ר' גוגל אז עס איז דא א דילעי פון צוויי שעה האב איך שטילערהייט געזאגט, 'שמעגעגי! אך, איך וויל מיך שוין זען אויפ'ן פליגער!'
אבער דא האט דער רבש"ע אונזין געהאט מיינע טייערע חבירים דא אויפ'ן וועלטל, און מיין ווייב האט זיך אנגערופן "לאמיר גיין צו א שטילער פלאץ און נישט ווערן געשטערט פונעם הוהא אינעם עירפארט." פיין, איך זעץ מיך אראפ אינעם לאונדזש, און ארויסגענומען ווי א רעכט היימישער איד א טונא סענדוויטש. אינמיטן באמערק איך פונדערווייטנס א מענטש וואס איך דערקען זיין פנים, א מענטש מיט'ן נאמען ראבערט אוניעל (Robert O’Neill), א געוועזענער אמעריקאנער נעווי סיעל פון טיעם 6. יא, ער איז דער נעווי סיעל וואס האט געשאסן דעם קויל וואס האט אויפגערודערט די וועלט. ער האט געשאסן אסאמא בין לאדין!
איך האב אים דערקענט ווייל איך האב געליינט זיין בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן איבער זיינע געשיכטעס, און נישט טראכטנדיג קיין צוויי, האב איך מיך אויפגעהויבן און אריבערשפאצירט צו אים.
"היי סיר, טענק יו פאר יור סערוויס…"
ער הייבט אויף די אויגן און קוקט מיך אן פון קאפ ביז פיס. "א חסידי'שער איד ווייסט ווער איך בין?" פרעגט ער מיר, "איך האב געמיינט אז עטס זענטס פאנאטיש און צוריקגעשטאנען."
האב איך אים געזאגט "זייער פשוט, איך האב געליינט דיין בוך, און אזוי האב איך דיך דערקענט." און עס האט זיך אנגעהויבן א פליסיגער שמועס איבער אידישקייט, רעליגיע, מדנ"י, און נאך.
נאכדעם האט מען אנגעהויבן רעדן פון זיינע נעווי סיעל יארן, און איך געב מיך א כאפ אז דאס וואלט געווען א מעכטיגער אינטערוויו פאר אייוועלט. זאג איך אים "ראבערט, איך שרייב אסאך אויף א פלאטפארמע וואס איז נאר געמאכט פאר היימישע ערליכע אידן. רוב פון זיי גייען נישט ליינען דיין בוך, אבער אפשר קען איך מאכן א שטיקל אינטערוויו מיט דיר און די וועסט מיר אביסל פארציילן איבער דיינע מיסיעס און וואס עס איז באמת פארגעקומען ביי דער בין לאדין מיסיע?"
"וואספארא פלאטפארמע איז דאס?" פרעגט ער מיר. און איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין וואס אייוועלט איז. מאטי אילאוויטש וואלט געזאגט אויף דעם 'וואס פארשטייט א גוי…'
און ראבערט זאגט מיר "איך האב פינף און צוואנציג מינוט ביז איך דארף גיין צו מיין פליגער, איז פארוואס נישט."
האב איך טאקע אפגעהאלטן א פיינעם אינטערוויו מיט אים, פארשטייט זיך אין ענגליש, און איך האב עס איבערגעשריבן דא פאר די אייוועלט ליינער אז זיי זאלן אויך קענען הנאה האבן. איך האף אז ענק וועלן טאקע הנאה האבן.
זיין בוך וואס ער האט ארויסגעגעבן
לאמיר אנהייבן פון אנהייב, ווער איז ראבערט אוניעל?
אקעי, דו ווילסט הערן איבער דעם וועג וויאזוי איך בין אויפגעוואקסן אדער איבער מיין צייט אין די נעווי סיעלס? איך מיין אז אויב איך וועל אנהייבן פון אנהייב וועט עס נעמען אפאר שעה. איז איך וועל דיך קודם פארציילן וויאזוי איך בין אריין אין דער ארמיי און נאכדעם וועט מען גיין ווייטער.
א גרויסער צדיק בין איך קיינמאל געווען, מיין משפחה האט מיך כסדר געשטופט צו גיין אין מיליטער, און איך האב אלעמעל געוואלט גיין זיך אנשליסן אין די מארינס, אריינצוגיין אין די נעווי איז אפילו נישט געקומען אין באטראכט.
ווען איך האב אין יענעם טאג אריינשפאצירט אינעם רעקרוטירונג אפיס - וואו מען שרייבט זיך איין אין דער ארמיי און מען וועלט אויס אין וועלכן אפטיילונג מען וויל גיין - איז דער מאן וואס נעמט אויף פאר די מארינס געווען אויף לאנטש, און דער אפיציר פון די נעווי איז דארט געווען, און פרעגט מיר "פארוואס פונקט ווילסטו גיין צו די מארינס?" האב איך אים געזאגט אז איך בין אויפגעוואקסן מיט א 'האנטינג רייפל' אין מיין הויז, און איך וויל ווערן א סנייפער. זאגט ער מיר "דו קענסט ווערן א סנייפער אין די נעווי, דארפסט נאר ווערן א נעווי סיעל…"
איך האב בכלל נישט געוואוסט וואס א נעווי סיעל איז. איך קום פון מאנטאנע, און איך האב ניטאמאל געקענט שווימען, אבער זייענדיג א נאאיוו קינד האב איך אונטערגעשריבן דעם צעטל…
איך האב טאקע אנגעהויבן צו פראקטיצירן צו קענען קוואליפיצירן פאר דעם ערשטן טעסט אין Boot camp כדי צו קענען אריינגיין אין די נעווי, און איך האב אפילו געדארפט הילף פון א חבר וואס האט מיך געדארפט אויסלערנען וויאזוי צי שווימען… עניוועי, לאמיר אנקומען צו די אינטערעסאנטע חלקים. איך בין דורכגעגאנגען די ברוטאלע טרענירונג פאר אכט חדשים - דאס אליינס דארף א באזנדערן אינטערוויו - און ענדליך בין איך געווארן א חלק פון נעווי סיעל טיעם 2.
די נעווי סיעלס ביים זיך טרענירן
איז געווען א צייט בשעת טרענירונג וואס דו האסט געוואלט אויפגעבן?
זיכער, יעדן טאג!
נו, וואס האט דיך געהאלטן?
איך האב געטראכט פון אלע מענטשן וואס האבן מיך געזאגט אז איך קען עס נישט באווייזן, און איך האב זיי געדארפט ווייזן אז איך קען יא!
און אויך דעם ערשטן טאג פון טרענירונג האט אן אינסטראקטאר מיך געזאגט, "געב קיינמאל נישט אויף יעצט, ווארט כאטש ביז מארגן, ווארט צוויי שעה…" דאס האט מיך אויך געשטופט עס צו ענדיגן.
אקעי, ביסט אין טיעם 2, וואס האסטו געטון דארט?
דאס איז געווען אין 1998 בערך בין איך געווען אין אלבאניע און אין מאלאזיע אויף מיסיעס, אבער איך גלייב אז דו ווילסט עכט הערן איבער דער בין לאדין מיסיע.
די נעווי סיעלס ביים זיך טרענירן
זיכער, אבער בעפארדעם האסטו געהאט נאך אינטערעסאנטע מיסיעס?
יא, פארשטייט זיך, אבער פון רוב דערפון קען איך נישט רעדן. דאס קען איך יא זאגן אז איך בין געווען א חלק פון די סיעלס און ארמיי רעינדזשערס וואס האבן געראטעוועט מארקוס לוטרעל ביי 'אפעראציע רויטע פליגל'. איך בין געווארן אטאקירט עטליכע מאל אין אפגאניסטאן, איראק, אבער דאס איז שוין געווען ווען איך בין געווען א חלק פון טיעם 6.
מארקוס לוטרעל
אבער דאך, איין פעסטע מיסיע בעפאר דער בין לאדין מיסיע?
אין 2009 בין איך געווען אין אמעריקע, און אונזער טיעם איז יענע פאר חדשים געווען די עמערדזשענסי רעספאנס טיעם. עס איז געווען אין מיין געבורטסטאג, פרייטאג אפריל 9, ווען איך בין געווען ביי מיין טאכטער'ס שולע אן מיר האבן באקומען אן אלערט אז די 'מערסק אלאבאמא' שיף איז געווארן איבערגענומען ביי די סאמאליע פיראטן, און דער קאפיטאן ריטשערד פיליפס איז געווארן פארכאפט און אוועקגענומען אויף א רעטונגס שיפל.
מיר זענען געווען טרענירט צו קענען זיך אויפהייבן מיט אלע אונזערע מיליטערישע געצייג און זיין אויפ'ן פליגער אין א רעקארד צייט. איך קען נישט אויסזאגן ווילאנג עס האט גענומען ווייל אונזער 'ריספאנס טיים' איז קלאסיפיצירט, אבער גלייב מיר עס האט גענומען זייער שנעל.
ווען האבן ענק געמאכט די פלענער פון דער מיסיע צו ראטעווען דעם קאפיטאן?
יעדער וואס איז געווען אויף דעם טיעם האט אריינגעגעבן וואס ער האלט מען זאל טון אין דער סיטואציע, מען האט קודם אויסגעוועלט די דריי בעסטע אפציעס, און פונדעם האט מען אויסגעוועלט די בעסטע אפציע.
דער קאפיטאן איז דעמאלט געווען אין א רעטונגס שיפל מיט די טעראריסטן, און דאס שיפל איז געווען צוגעטשעפעט צו א נעווי שיף. מיר האבן אראפגעשטעלט ציל שיסער אויף דעם הינטערשטן חלק פון דער נעווי שיף, וואס זיי זאלן אכטונג געבן אויף די טעראריסטן בשעת די איבריגע חברה אויף דער טיעם גרייטן זיך פאר אונזער פלאן פון שטורעמען די שיף.
למעשה האבן די סנייפערס געזען ווי די טעראריסטן גרייטן זיך צו שיסן קאפיטן פיליפס, און זיי האבן געשאסן אלע טעראריסטן אויף איין מאל! איך וויל דו זאלסט פארשטיין וואס דאס מיינט. אויף דעם רוישיגן ים וואקלען זיך ביידע שיפן, און דריי סנייפערס אויף זיי שיסן דריי טעראריסטן אין דער זעלבער רגע.
איך בין גראדע דעמאלט געווען אינעם קאך פון דער שיף, איך האב מיך דאן געמאכט א קאווע זיך גרייטנדיג פאר דער מיסיע פון ראטעווען דעם קאפיטאן.
איך פארצייל דיר די מעשה ווייל איך וויל דו זאלסט פארשטיין אז ווען מען איז א נעווי סיעל קען זיך די מיסיע טוישן פון איין רגע צו דער צווייטער, און קיינער האט נישט געדארפט זאגן פאר די סנייפערס וואס צו טון, זיי האבן אלע געטראכט די זעלבע זאך אין דער זעלבער רגע.
דער פארכאפטער קאפיטאן פון דער מערסק שיף
זייער אינטערעסאנט! אקעי, יעצט צו די 'ריעל סטאף', אסאמא בין לאדין!
אקעי, אין יאנואר 2011 זענען מיר געווען אין מיאמי פלארידע אויף א 'דייוו טרענינג' וואך, און דער צווייטער טאג פון די טרענירונג האט אונזער 'טרופן קאמאנדיר' באקומען א רוף אז מיר מוזן זיך אויפהייבן און כאפן די נעקסטע פליגער צו דער הויפט באזע אין ווירדזשיניע ביעטש. מיר האבן זיך אלע געוואונדערט וואס דא גייט פאר, אבער קיינער האט גארנישט געוואוסט.
מען האט אריינגענומען אכט און צוואנציג חברה פון אונזער טיעם אין א צימער, און מען האט אונז געזאגט, "אקעי רבותי, דאס איז נישט טרענירונג, דאס איז עכט. מיר האבן געטראפן א זאך וואס איז אין א הויז וואס איז אין א סיטי וואס איז אין א לאנד, און עטס דארפטס דאס ברענגען צו אונז."
מיר האבן אנגעהויבן פרעגן א ביליאן פראגעס, 'וואס איז די זאך? וועלכע סיטי? וועלכע לאנד? וויאזוי גייען מיר גיין דארט?' און אויף יעדן קשיא איז דער תירוץ געווען, "סארי עס איז קלאסיפיצירט!"
זיי האבן אונז אויך געזאגט אז נאר נעווי סיעלס וועלען זיין אויף דער מיסיע. און מיר וועלן נישט האבן קיין בעקאפ, און אויך זאל יעדער מיטברענגען זייער 'מעדיקעל קיט' ווייל עס וועט נישט זיין קיין מעדיקס אויף דער מיסיע.
איין זאך האבן מיר יא געוואוסט, אז עס וועט זיין צוויי העליקאפטערס. גארנישט מער.
מיר זענען געווען זיכער אז מיר גייען צו ליביע צו פארכאפן קאדאפי, דער אראבישער פרילינג האט דעמאלט געקנאקט. עניוועי, אויפ'ן וועג צו אונזערע באראקן האבן אנדערע חברה פון די אנדערע טיעמס אונז געפרעגט "וואס גייט פאר? וואס איז געשען?" מיר האבן באמת נישט געוואוסט, אבער זיי זענען געווען זייער ברוגז אויף אונז ווייל זיי האבן געמיינט אז מיר באהאלטן זאכן פון זיי.
אויף פרייטאג האט מען אונז אהיימגעשיקט צו זיין מיט די פרוי און קינדער, און מיר האבן געדארפט צוריקקומען אויף זונטאג און דעמאלט וועט מען אונז נעמען צו א פלאץ וואו מען וועט אונז זאגן מער.
ווען מיר האבן געפרעגט "ווער גייט אונז זאגן? וואס גייט פאר?" האט דער נעווי טשיף אונז געזאגט אסאך נעמען פון מענטשן, און איינע פון די נעמען וואס ער האט געזאגט איז געווען CTCPAD. איך האב גלייך געכאפט וואס דאס מיינט.
זונטאג ווען מיר זענען געווען אין א ווען אלע צוזאמען האב איך זיך אנגערופן, "חברה, CTCPAD איז די סי-איי-עי, counter terrorism, Pakistan, Afghanistan department. דאס האט גארנישט מיט קאדאפי, זיי האבן געטראפן בין לאדין!" מיין קאמאנדיר וואס איז געזעסן נעבן מיך האט זיך געגעבן א רוף אן "איך האב געטראכט די זעלבע!"
ווען מיר זענען אנגעקומען צו דער (קלאסיפיצירטער) באזע האט דער 'קאמענדינג אפיציר' אונז אריינגערופן און אונז געזאגט "די סיבה פארוואס עטס זענטס דא איז ווייל מיר זענען קיינמאל געווען אזוי נאנט צו אסאמא בין לאדין ווי יעצט…"
צעטל פון דער עף-בי-איי וואס האט אנגעבאטן 25 מיליאן דאלער פאר ווער עס העלפט כאפן אסאמא בין לאדין
מען האט נאכדעם אריינגעברענגט אפאר מענטשן פון דער סי-איי-עי אינעם צימער, און זיי האבן אונז געגעבן א גאנצע דרשה מיט אלע דעטאלן וויאזוי מען האט אים געטראפן. זיי האבן אונז אויך געזאגט אז דער פרעזידענט האט פינף אפציעס, ווי למשל נוצן 20 J-DAM באמבעס, אדער נוצן איין קליינע מיסיל.
ער האט אונז אויך געזאגט אז ס'איז דא אן אפציע פון ארבעטן צוזאמען מיט דער פאקיסטאנער מיליטער, און מיר אלע האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער. מיר זענען געווען זיכער אז די פאקיסטאנער ווייסן אז ער איז דארט.
"און נאכדעם איז דא די נעווי סיעל אפציע!" זאגט ער. דער טשיף אוו סטעף פון די עיר פארס האט געזאגט פאר'ן פרעזידענט איבער די נייע סטעלט העליקאפטערס וואס די עיר פארס פארמאגט, און דער פרעזידענט האט אנגעהויבן צו גלייכן די נעווי סיעל אפציע.
מיר האבן זיך טרענירט אויף דער באזע פאר אלעס וואס קען גיין שלעכט אויף דער מיסיע. מיר האבן זיך טרענירט פאר צוועלף שעה שעה יעדן טאג! מיר האבן אויך געהאט א קליינעם מאדעל פון דעם הויז אין פאקיסטאן. און אויך האט מען געבויט א גאנצע געביידע מיט יעדן דעטאל פונעם הויז, כדי מיר זאלן זיך קענען טרענירן פינקטליך.
איין טאג האט דער טשיף געפרעגט אלס א וויץ "וואס איז די ערגסטע זאך וואס קען געשען אויף דער מיסיע?" און איינער פון די נייע חברה אויף דער טיעם האט זיך געגעבן א רוף אן "איינע פון די העליקאפטערס קענען קראכן…" מיר האבן געמיינט אז ער איז משוגע. מיר טרענירן זיך פאר דעם יעדן טאג צוואנציג מאל א טאג, דער העליקאפטער גייט זיכער נישט קראכן. (למעשה ווי יעדער ווייסט האט איין העליקאפטער טאקע געקראכט, אבער עס איז גארנישט געשען ווייל די פילאטן זענען געווען די בעסטע פון דער אמעריקאנער ארמיי.)
נאכדעם זענען מיר געפארן צו אן אנדערער באזע אינמיטן אמעריקע. (דא האט ער מיר אזוי געבלינקט מיט'ן אויג איך זאל אליינס פארשטיין. די באזע איז ערגעץ אינעם נעוואדע מדבר.)
איין מינוט, וואס מיינט דאס דער בלינק?
נעווער מיינד… עניוועי, ביי יענער באזע האבן מיר זיך אויסגעלערענט פאר פיר טעג צו פליען מיט די נייע סטעלט בלעק-הוק העליקאפטערס וואס קיינער האט נישט געהערט אדער געזען בעפארדעם, נאכדעם זענען מיר אהיימגעפארן צו אונזער ווייב און קינדער פאר איין טאג, און דערנאך געפארן צו דער אמעריקאנער באזע אין אפגאניסטאן צו זיין דארט סטאנציאנירט און גרייט אויב מיר באקומען די גרינע ליכט פון פרעזידענט אבאמא.
עס איז שוין געווען א נעווי סיעל טיעם וואס איז געווען סטאנציאנירט דארט, אבער די סיבה פארוואס זיי האבן נישט באקומען די מיסיע איז געווען ווייל מען האט געטראכט אז מענטשן וועלן אויפכאפן אז זיי האבן פלוצלינג אנגעהויבן זיך טרענירן אויף זאכן וואס זיי טוען נישט געווענליך, און מענטשן וועלן פרעגן פראגעס, וואס מען האט געזוכט צו פארמיידן.
בין לאדינ'ס הויז אין אבאטאבאד
דער אמת איז אז מיר אלע האבן געהאלטן אז ס'איז א 'וואן וועי' מיסיע. מיר האבן אלע אפגעשריבן בריוו וואס זאל ווערן אפגעגעבן צו אונזער משפחה ווען מיר שטארבן…
עניוועי, מיר האבן באקומען די גרינע ליכט, און עס האט געדארפט פארקומען אדער אויף יענעם מוצאי שבת אדער זונטאג נאכט, ווייל דער שיין פון דער לבנה איז אין יענע צוויי נעכט נישט געווען, און מיר האבן געוואלט עס זאל זיין די מערסטע טונקל מעגליך.
למעשה זענען מיר נישט געגאנגען מצאי שבת ווייל דער פרעזידענט האט געדארפט זיין ביי דעם ווייסן הויז 'פרעסע קארעספאנדענטן אוונט', און מען האט נישט געוואלט אז די פרעסע זאל פרעגן וואו דער פרעזידענט איז.
זונטאג נאכט האבן מיר באקומען דעם לעצטן 'בריעפינג' פון די אינטעל חברה. מיר האבן גענומען א טיעם בילד, און יעדער איז געגאנגען אין ביה"כ. איך האב מיך דאן אריבערגעכאפט צו א טעלעפאן און גערופן מיין טאטן. ווען ער האט אויפגעהויבן האט ער גלייך געכאפט אז עפעס גייט פאר, איך רוף אים נישט געווענליך בעפאר א מיסיע. איך האב אים געזאגט אז איך בין שטאלץ אז ער איז מיין טאטע, און איך האב אים געדאנקט פאר אלעס. האט ער מיר געזאגט "ראבערט, נישט קיין חילק וואס געשעט בין איך שטאלץ צו זיין דיין טאטע." און איך האב אים געענטפערט "טאטי, זארג נישט, איך האב א טיעם פון די בעסטע חברה…" איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און געגאנגען צו די העליקאפטערס. (מיין טאטע האט מיך שפעטער געזאגט, אז ער איז געווען אין א וואלמארט פארקינג לאט ווען איך האב אים גערופן און עס האט אים גענומען צוויי שעה אז ער זאל קענען אוועקפארן פון דארטן.)
דער אראפגעקראכטער בלעק-הוק העליקאפטער
די העליקאפטערס זענען געווען ארומגענומען מיט שטארקע לעקטער וואס האבן געשיינט אויף ארויס, אז קיינער זאל נישט קענען קוקן אויף די נייע העליקאפטערס. מיר האבן זיך ארויפגעזעצט אויף די העליקאפטערס און עס איז געווען א ניינציג מינוט פלייט אריין אין פאקיסטאן צו דער בין לאדין געביידע. איך האב אויסגעפונען נאך דער מיסיע אז עס זענען געווען גרויסע גרופעס פון זעלנער וואס זענען געשטאנען גרייט ביי דעם גרעניץ פון פאקיסטאן מיט טשינוק העליקאפטערס, גרייט אונז צו קומען ראטעווען אויב עפעס גייט שלעכט.
איך וויל דיך עפעס מסביר זיין מיסטער *******, די ניינציג מינוט איז געווען די לענגסטע ניינציג מינוט פון מיין לעבן! פאקיסטאן איז א נוקלעארע לאנד, זיי האבן אנטי עירקרעפט סיסטעמען, און מיר האבן ניטאמאל געוואוסט אויב דער סטעלט חלק פון די העליקאפטערס ארבעטן טאקע, עס איז קיינמאל נישט געווארן אויספרובירט. אבער למעשה האב איך געטראכט צו מיר אז זיך זארגן איבער דעם מיסיל וועט עס נישט אפשטעלן. איך האב ארומגעקוקט אויף די אנדערע חברה פון דער טיעם און זיי זענען געשלאפן. איך געדענק טראכטן אז די חברה וואס שלאפן זענען נישט געמאכט פון פלייש און בלוט, און אין מיין קאפ האט זיך איבערגעשפילט די ווערטער פון פרעזידענט בוש אויף 'ניין עלעווען', "פרייהייט זעלבסט איז געווארן אטאקירט היינט אינדערפרי דורך א געזיכטלאזער פחדן, און פרייהייט וועט ווערן פארטיידיגט." דאס האב איך געטראכט דעמאלט.
דער פלאן האט געדארפט זיין אז אונזער העליקאפטער וועט זיך אראפלאזן אויפ'ן דאך פון דער געביידע, און די טיעם פונעם אנדערן העליקאפטער וועט גיין פון דעם ערשטן שטאק. אבער למעשה האט דער צווייטער העליקאפטער געקראכט ווייל עס איז נישט געווען גענוג לופט צווישן די הויכע ווענט פון דעם קאמפלעקס צו האלטן דעם העליקאפטער אין דער לופטן. (ווען מיר האבן זיך טרענירט זענען די דרויסנדיגע ווענט געווען געמאכט פון ווייערס און נישט פון ציגל, און דארט האט לופט געקענט אדורכגיין, פארדעם האט דער העליקאפטער נישט געמאכט קיינע פראבלעמען ביים זיך טרענירן.)
למעשה ווען אונזער פילאט האט געזען אז דער צווייטער העליקאפטער האט געקראכט, האט ער גלייך געלאנדעט אויף דער ערד, און מיר זענען אויך אריין פון דעם ערשטן שטאק. איינער אויף אונזער טיעם האט אויפגעבלאזן די טיר מיט C6 אויפרייס מאטעריאל און הינטער דער טיר איז פשוט געווען א וואנט פון ציגל, גלייך ווען איך האב דאס געזען האב איך געוואוסט אז בין לאדין איז דארט. קיינער לייגט נישט קיין פאלשע טיר אויף א הויז נאר אויב מען באהאלט זיך דארט.
מיר זענען געווען צעטיילט אין צוויי טיעמס, די ערשטע טיעם האט זיך געשלאגן אין די ארומיגע הייזער אויף דעם קאמפלעקס אינעם ערשטן שטאק פון דער הויפט געביידע. מיר האבן אנגעהויבן ארויפצוגיין צו דעם צווייטן שטאק, און די פרוי פון דער סי-איי-עי וואס האט אונז געהאט געגעבן אלע אינפארמאציע האט אונז געזאגט אז דער לעצטער מענטש פאר בין לאדין אליינס וועט זיין קאליד בין לאדין, אסאמא'ס זון.
מיר האבן עקספלאדירט די טיר צו דעם צווייטן שטאק, און אויבן אויף די שטיגן איז געשטאנען קאליד, ער האט געשאסן אויף אונז און זיך גלייך באהאלטן הינטער א וואנט. מיר זענען געווען אלע געווען אין א ליניע, איך בין געווען דער לעצטער אין דער ליניע. דער ערשטע אין דער ליניע האט זיך געגעבן א רוף אן אין פערסיש "קאליד קום אהער דא…" קאליד האט זיך צעמישט און ער האט ארויסגעשטעקט זיין קאפ פאר א רגע צו זען ווער עס רופט אים, און דאן האט ער געכאפט א קויל אין קאפ.
מיר זענען ארויף די שטיגן צו דעם צווייטן שטאק, און דא בין איך געווארן פון דער אכטער מענטש אין דער ליניע צו דער צווייטער מענטש אין דער ליניע, ווייל אלע חברה פארנט פון מיר זענען אריין אין די צימערן אויפ'ן רעכטן און לינקן זייט עס אונטערצוזוכן, צו מאכען זיכער אז קיינער באהאלט זיך נישט דארט. יעצט זענען מיר אנגעקומען צו די שטיגן ארויף צו דעם דריטן שטאק, אויבן פון די שטיגן איז געווען א פירהאנג, אבער איך האב געקענט זען מענטשן זיך רוקן הינטער דעם, איך האב געהאלטן אז זיי זענען די זעלבסטמארד טעראריסטן וואס גייען זיך אויפרייסן און מיך מיטנעמען מיט זיי. יעצט עס איז נאר געווען איך מיט נאך איינער, איך האב געוואלט ווארטן פאר נאך חברה פאר בעקאפ, אבער יענער האט מיר געזאגט "אדער יעצט אדער קיינמאל, לעטס גאו!"
מיר זענען ארויף די שטיגן, ער האט געגעבן א רוק דעם פירהאנג און דארט זענען געשטאנען דריי מענטשן. אן טראכטן האט ער זיך ארויפגעווארפן אויף זיי און זיי אומשעדליך געמאכט, בשעת וואס איך האב מיך געגעבן א דריי רעכטס, און דריי פיס פארנט פון מיר איז געשטאנען עמאל על-סאדא, די ווייב פון אסאמא בין לאדין, און גלייך הינטער איר איז געשטאנען דער ארכי טעראריסט, אסאמא בין לאדין.
איך האב גלייך אריינגעיאגט דריי קוילן אין זיין קאפ און אוועקגעשטופט זיין ווייב, זיין צוויי יעריגער זון איז אויך דארט געווען. גלייך נאכדעם זענען עטליכע פון מיינע חברה אריינגעקומען אין דער שטוב. איינער פון זיי האט מיך געפרעגט "ביסט אקעי? דו ווייסט אז דו האסט יעצט גע'הרג'עט בין לאדין? דיין לעבן גייט זיך יעצט טוישן אויף אייביג!"
אבאמא ביים מיטהאלטן די מיסיע לעבעדיג אין סיטואציע צימער פונעם ווייסן הויז
כ'האב ממש נישט קיין ווערטער… דאס בילד פון בין לאדינ'ס טויטן קערפער וואס איז ארומגעפארן איז טאקע עכט?
ניין. זיין פנים איז געווען צעשפאלטן אין צוויי. איך פארשטיי פארוואס זיי האבן עס נישט ארויסגעגעבן, עס וואלט נאר געברענגט נאך פראבלעמען.
צוריק צו דער מיסיע, מיר האבן שנעל פרובירט צו נעמען די מערסטע קאמפיוטערס און הארד דרייווס וואס מ'האט געקענט, און אפגעפיצט פון שטח. גראדע געדענק איך זען דעם שכן וואס האט ארויסגעשיקט די ערשטע טוויטס איבער דער אפעראציע וואס ער האט מיטגעהאלטן.
מיר זענען ארויסגעפלויגען מיט א נייעם העליקאפטער וואס איז אונז געקומען אפנעמען, איך בין געזעסן נעבן דעם סנייפער וואס האט געשאסן איינע פון די פיראטן אויף דער מערסק אלאבאמא שיף. יעצט האט מען געדארפט ווארטן פאר נאך ניינציג מינוט זיך ארויסצוזען פון פאקיסטאן לעבעדיגערהייט, נאך ניינציג אנגעצויגענע מינוט האט די פיילאט אויסגערופן "חברה, צום ערשטן מאל אין ענקער לעבן וועלן ענק זיין צופרידן דאס צו הערן, וועלקאם טא אפגאניסטאן!"
נאכדעם וואס מיר האבן געלאנדעט בין איך צוגעגאנגען צו דער פרוי פון די סי-איי-עי וועלכע איז געווען די וואס האט געטראפן בין לאדין, און איך האב איר געגעבן דעם מאגאזין פון מיין ביקס אלס א מתנה. מיר האבן איר גענומען צו דעם זעקל וואו בין לאדין איז געליגן און געפרעגט, "איז דאס דיין מענטש?" האט זי זיך אנגערופן, "יאפ, דאס איז ער, יעצט דארף איך זוכן א נייע דזשאב…"
אונזער קאמאנדיר איז געווען אויפ'ן טעלעפאן מיט דעם ווייסן הויז, מיר האבן גענומען די-ען-עי מיט בילדער, אבער מיר האבן נישט געהאט קיין מעסטער צו זען ווי הויך ער איז, האט איינער פון די נעווי סיעלס וואס איז געווען די זעלבע הויך ווי אים זיך אראפגעלייגט נעבן דעם טויטן אסאמא, און אזוי האט מען געוואוסט אז דאס איז ער. אבאמא האט דעמאלט חוזק געמאכט אז מיר האבן געקענט אראפקראכן א צוויי הונדערט מיליאן דאלערדיגן העליקאפטער, אבער קיין געלט פאר א מעסטער האבן מיר נישט געהאט… (אבאמא האט טאקע נאך דער מיסיע געגעבען א מתנה פאר'ן הויפט פון די נעיווי א פרעים מיט א ביליגן ניין און נייציג צענטיגן מעסטער.)
דערנאך זענען מיר ארויף אויף א פליגער צו אמעריקע, וואו די מיליטערישע באאמטע האבן אונז אפגעווארט אונז צו פרעגן די פינקטליכע דעטאלן פון דער מיסיע.
אקעי, איך מוז לויפן מיין (חברותא ווארט) פלייט פארט שוין…
אבאמא מיט דעם דעמאלטדיגן ווייס פרעזידענט ביידען, בשעת די טעלעוויזיע ברעכט די נייעס
העי, נאך איין קשיא, פארוואס האט מען אריינגעווארפן זיין קערפער אין וואסער?
דער אמת, איך ווייס נישט. לויט וואס מען האט אונז געזאגט האט מען עס געטון ווייל מען וויל נישט אז זיין באגרעבעניש ארט זאל ווערן א שמייליגער פלאץ פאר טעראריסטן.
אלרייט מיסטער *******, איך האב באמת הנאה געהאט צו שמועסן מיט דיר, אבער איך האלט נישט ביים פארפאסן מיין פלייט. ביי!
ש'כח נאכאמאל, דו ביסט עפעס ספעציעל! איך האב מיך אסאך געלערנט פון דעם שמועס, צום ווידערזען…
נ.ב. ראבערט'ס קליידער וואס ער האט געטראגן אויף דער מיסיע האט ער געגעבן פאר'ן 9/11 מוזעאום אין מאנהעטן.
ראבערט נעבן זיינע קליידער אינעם 9/11 מוזעאום
קלארשטעלונג: איך נעם נישט קיין אחריות אויף יעדעס ווארט וואס שטייט דא, איך האב פשוט געשריבן ווארט ביי ווארט וואס ער האט מיר געזאגט. איך האף ענק האבן הנאה געהאט.
שוין, יעצט דארף איך לויפן כאפן מיין פליגער…
א גרויסען שכח פאר @היסטאריש און @וויכטיג מאכער פארן אלעס וואס זיי האבען געטיען פאר די הצלחה פון די אינטערוויא. און אויך א שכוח פאר דער וואס וויל נישט מען זאל שרייבען זיין נאמען
פד״ף אויף דרייוו