עצות פאר'ן אומפראפעסינאלן קבלת פנים גראמער
אלעס וואס איך שרייב האב איך זיך געלערנט אויף די אייגענע בארד נאכן גראמען ביי ק"פ שוין א קנאפע זעקס יאר ב"ה, און אסאך גרינגער וואלט מיר דאס אנגעקומען ווען איך ווייס ווען דאס וואס איך ווייס שוין היינט.
קודם כל דארפסטו זיך אריינלייגן און אביסל דורכלערנען איבער דעם הייליגן זמן פון חופה, אזוי ארום צו קענען באמת פילן און פארשטיין די ווערטער מיט וואס דו ביסט מעורר דעם חתן, ס'זאל ריכטיגע דברים היוצאים מן הלב.
מאך זיכער צו זיין גוט אויסגערועט און טרינק אסאך וואסער (איך פערזענליך נוץ voice 37 וואס העלפט גאר שטארק לענ"ד, אבער דאס איז שוין א באנוס).
מאך זיכער אז דיינע צעטליך זענען קלאר געשריבן אדער געטייפט און מאך עס מיט קליינע אותיות אויף קליינע צעטליך, ווייל אנצוקומען מיט 8 גרויסע פאפירן זעהט אויס שטארק אומבאלומפערט.
המשך יבוא...