בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

פון די ערשטע תלמידים אין סאטמארע תלמוד תורה, געקומען הערן די רבינס שלש סעודות בימים ההם פון קאסקיאסקא (אמאל געהייסען ווייט, אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג נאר מיט א גרופע) זאג ארויס מיט דרייסקייט דעם דבר ה'

https://drive.google.com/file/d/1XJhnQe ... sp=sharing
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

יהללוך זר - דער UPS ערל וואס דרייט זיך אין געגענט, זאגט עדות אז ער זעהט נישט אין ערגעץ קיין איזראלישע סימבאלן..נעקסט טיים די טרעפסט אים זאג אים א גוט ווארט...
https://drive.google.com/file/d/18UurUW ... sp=sharing

א היימישער ערל..זיך געהיטען נישט צו זאגען בעד אדער נגד המדינה, ווייל אין די היינטיגע גאס קען מען ווערן אפגעסטעמפעלט..נאר דעם פאקט וואס ער זעהט..
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

פארגאנגענעם ליל שישי פרשת תצוה איז פארגעקומען א סעודת פורים קטן ומסיבת "קימו וקבלו" לחברי ועסקני וועד הפועל דנטרונא, פאר די ענגע קרייז אחים לדיעה ואוהבי אמת ואמונה.

דער אויסשטעל פון די דרשות פאגראם איז געוועהן, יעדער זאלן נאטירלעך פארציילען ווי אזוי ער איז אנגעקומען צו "נטרונא" - אין ברסלוב וועט דאס אנגערופן "סיפור התקרבות" - מיר האפן בקרוב צו מעתיק זיין די דרשות במילואה, בכל אופן שטיקלעך פון די דרשות וואס קען זיין נוצבאר קבל עולם ומלואה, האט נטרונא תומ"י אויסגעשניצט און געשיקט לופטערן על גפי הפלאטפארמעס..
די ערשטע אויסצוג איז פון הרב משה דוד הכהן כ"ץ - (כאמור, אפס קצהו תראה וכולו לא תראה)
https://drive.google.com/file/d/1lr8AM_ ... drive_link

די צווייטע אויסצוג וואס מהאט געלופטערט איז פון הרב שלמה דוב לעפקאוויטש
https://drive.google.com/file/d/1N-QgW9 ... sp=sharing
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

קורץ און שארף - גייט נישט ארום און ארום - די מעסדזש קורסירט אויף די פלאטפורמעס א מחי' - אמירא דכוותא
https://drive.google.com/file/d/1QkZJyx ... drive_link
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

התרוממות האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 4:37 pm
פארגאנגענעם ליל שישי פרשת תצוה איז פארגעקומען א סעודת פורים קטן ומסיבת "קימו וקבלו" לחברי ועסקני וועד הפועל דנטרונא, פאר די ענגע קרייז אחים לדיעה ואוהבי אמת ואמונה.

דער אויסשטעל פון די דרשות פאגראם איז געוועהן, יעדער זאלן נאטירלעך פארציילען ווי אזוי ער איז אנגעקומען צו "נטרונא" - אין ברסלוב וועט דאס אנגערופן "סיפור התקרבות" - מיר האפן בקרוב צו מעתיק זיין די דרשות במילואה, בכל אופן שטיקלעך פון די דרשות וואס קען זיין נוצבאר קבל עולם ומלואה, האט נטרונא תומ"י אויסגעשניצט און געשיקט לופטערן על גפי הפלאטפארמעס..
די ערשטע אויסצוג איז פון הרב משה דוד הכהן כ"ץ - (כאמור, אפס קצהו תראה וכולו לא תראה)
https://drive.google.com/file/d/1lr8AM_ ... drive_link
לאמיר ברענגען די פולע דרשות
הרב משה דוד הכהן כ"ץ
https://drive.google.com/file/d/1avYEGd ... drive_link
הרב יצחק שלום באכנער
https://drive.google.com/file/d/1M9pR4b ... drive_link
הרב שלמה דוב לעפקאוויטש
https://drive.google.com/file/d/1CWb8-N ... drive_link
הרב שלמה באמבערגער
https://drive.google.com/file/d/1Ey2tJG ... drive_link
אחד מיקירי ירושלים
https://drive.google.com/file/d/1Ba9w69 ... drive_link
הרב אהרן שמואל שטיין
https://drive.google.com/file/d/11ILbRv ... drive_link
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1l36uI8 ... sp=sharing
קול נטרונא פקודי - דברים העומדים על הפרק
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

בס"ד

נטרונא אונטער העסליכע אַטאַקע דורך אַנטיסעמיטן אין אַמעריקע

ראַדיקאַלע אָלט- רייט סופערמעסיסטן ווילן פאַר יעדן פּרייז פאַרבינדן איזראַעל מיט דאָס גאַנצע אידישע פאָלק
'נטרונא' האָט זיך די וואך געטראָפן אין צענטער פון אַ קאָאָרדינירטע אַטאַקע וואָס איז אָנגעפירט געוואָרן דורך גרויסע סאָציאַלע מידיאַ אַקאַונטס פון די טרויעריג באַרימטע סופערמעסיסטישע עלעמענטן אין אַמעריקע, וועלכע האבן זיך אַרויסגעלאָזט מיט מעסעדזשעס קעגן נטרונא וואָס איז אַ געוואַלדיגע שטער פאר זייער העסליכע מיסיע צו פאַרבינדן אַלע אידן אין אַמעריקע מיט דער מדינה און אַראָפּשטעלן אַ מציאות כאילו אידן זענען אַ נאַציאָנאַליסטישע פאָלק וואָס באַלאַנגט אין איזראַעל.
'עיפּאַק' מאָלט אָפּ געפאַרפולע בילד כאילו אידן דאָמינירן די אַמעריקאַנער וואַלן
אַלעס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אָפיציעלע סטעיטמענט וואָס די ציוני'סטישע 'עיפּאַק' לאבי האָט פאַרעפנטליכט אָנהויב וואָך וואו זיי שטאָלצירן אַז אַלע 32 קאַנדידאַטן וואָס זיי האָבן אינדאָרסירט אין די פאַרלאָפענע פּריימעריס - וואָס איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין פולע שטאַטן לענגאויס אַמעריקע – זענען אַלע אַריינגעקומען אַלס די געוואונער פון די פאַרמעסטן.
ס'איז איבריג צו באַטאָנען די סכנה פון די עיפּאַק באַרימערייען, וועלכע שטעלן אַראָפּ אַ בילד פאר דעם אַמעריקאַנעם גוי אַז איזראַעל און "די אידן" דאָמינירן די אַמעריקאַנער פּאָליטיק מיט זייער געלט פאר די אינטערעסן פון אַ דרויסנדיגע לאַנד. ליידער שפּילט דאָס אויף אַ סענטימענט אַז אידן פירן דעם קאָנגרעס און סענאַט מיט זייער געלט און אַז אידן זענען אַ פינפטע קאָלום, אַ פרעמדע געזעלשאַפט וואָס מישט זיך אַריין אין די אינערליכע אַמעריקאַנער וואַלן צוליב די אַגענדעס פון איזראַעל.
ליידער זעהט מען באַשיינפּערליך ווי די דאָס הייבט אן ווערן אַ געהעריגע שפּראַך אויף דער אַמעריקאַנער גאַס, אַז איזראַעל מאניפילירט די פּאָליטיק פון וואַשינגטאָן. דאס עסט זיך צוביסלעך אריין צווישן מיליאנען בירגער, וואָס באַטראַכטן כאילו "עיפאק" איז די ארגאניזאציע פון "די אידן", און זיי ברויזן אז "די אידן" באַאיינפלוסן זייער גאָווערמענט, "די אידן" קויפן אונטער די קאנגרעסלייט מיט געלט, אשר תוצאותיו מי ישורנה, ה' ירחם.
נטרונא רעאַגירט; שונאי ישראל ברויזן
נטרונא האָט באַלד רעאַגירט מיט די פּאַסיגע שריט לקדם את פּני הרעה און אַרויסגעשטעלט אַ קלאָרע סטעיטמענט וואָס שטעלט קלאָר אַז עיפּאַק איז נישט קיין אידישע לאבי. פאַרקערט ס'איז זייער פארשעמענד אַז מען רופט אַ פּאָליטישע גרופּע ווי עיפּאַק מיט'ן נאָמען פון אַ גאַנצע רעליגיע. אַמעריקאַנער אידן האָבן נישט קיין שייכות דערמיט און שפּירן אַז דאָס איז אַ פאַרשעמונג צו אונזער פּאַטריאָטיזם פאר אונזער היימלאַנד – די פאַראייניגטע שטאַטן.
די מעסעדזש האָט ב"ה געהאַט אַ געוואַלדיגן אָפּקלאַנג און ס'האָט זיך ברייט פאַרשפּרייט מיט אַן אויסטערלישן פּרסום, צו אָפּשלאָגן די פאַלשע אימעזש וואָס עיפּאַק לייגט אַרויף אויף אַמעריקאַנער אידן.
דאָ איז אָבער אונטערגעקומען אַ פרישע אומגעראָכטענע אַנטוויקלונג ווען די נטרונא מעסעדזשעס האָבן אַרויסגענומען פון די כלים די אִלט-רייט אַנטיסעמיטן פון אַמעריקע, וואָס ווי באַקאַנט זענען זיי פייערדיגע שטיצער פאר איזראַעל, ווייל דאָס גייט צוזאַמען מיט זייער אַגענדע אַז אידן זענען אַ נאַציאָנאַליסטישע פאָלק וואָס דעריבער זענען זיי אַ פרעמדע געוואוקס דאָ אין אַמעריקע, ווייל זיי באַלאַנגען אין איזראַעל.
די שונאי ישראל וועלכע קאַמפּיינען פאר אַ "ווייסע" אַמעריקע, זענען געכאַפּט געוואָרן אין שאָק אַז נטרונא וויל זיי אַוועקנעמען אַזאַ פעט ביינדל קעגן אידן. זיי זענען געוואָרן מלא כעס וחימה אַז אידן פּרובירן זיך צו אפשאקלן פון דעם מעסעדזש וואָס פיטערט שונאי ישראל, און דערפאַר האָבן זיי אָנגעהויבן האַמערן מיט אַלע ערליי מעסעדזשעס קעגן נטרונא וואו זיי האָבן גע'חזר'ט איינמאָל און נאָכאַמאָל אַז עיפּאַק איז דירעקט יאָ די אידישע לאבי וואָס פאַרטרעט אַלע אידן.
די גרעסטע וואָרטזאָגער פון די סופערמעסיסטישע גרופּעס האָבן קאָנפראָנטירט נטרונא דורך זייערע סאָציאַלע מידיאַ אַקאַונטס וואו זיי האָבן רעאַגירט צו נטרונא מיט אַזעלכע סלאָגאַנען ווי "עיפּאַק איז די מערסט אידישע לאבי אין אַמעריקע". "זייער לאָגאָ האָט אפילו אַ מגן דוד". "אויב עיפּאַק איז נישט אידיש דעמאָלט זענען ענק אויך נישט אידיש". א.א.וו.
די מאדערנע 'קרייצצוג' פלענער רח"ל דורך די שונאי ישראל
מיט א ניכטערן בליק זעהט מען איינמאל און נאכאמאל וויאַזוי די ציונים האָבן אַ פאַראייניגטע שפּראַך מיט די אַנטיסעמיטן, ביידע זענען מסכים אַז אידישקייט איז אַ 'לאומיות' אידן זענען א נאציאן, אן עם ככל האומות מיט א היים – לאנד. וואס טוט אויטאמאטיש באדייטן אז מיר זענען פרעמדע געסט אין די לענדער וואו מיר זענען צעשפרייט. און פונקט א פראנצויז וועט זיך נישט געפינען דאס ארט אין יאפאן זאלן אידן אויך מוחל זיין עמיגרירן קיין מדינת ישראל, זייער נאציאנאליסטישע היים – לאנד. דער באגריף פון לאומיות, אויסער די כפירה הנוראה דערפון, האט בפועל גורם געווען א מורא'דיגע שנאת ישראל און סכנה פאר אידן בכל ארצות גלותם, און אצינד שפירט זיך עס אין אמעריקע.
די געפארפולע שונאי ישראל, די ווייסע סעפערמעסיסטן, פרעדיגן טאַקע נאָכאַנאַנד די פראפעגאנדע אַז איזראַעל איז דאָס איינציגסטע לאַנד פאר אידן, ווייל זיי וואָלטן געוואָלט זעהן א מאדערנע 'קרייצ – צוג' חלילה, א גזירות גירוש אויף אמעריקאנער אידן וואס זאלן אלע עמיגרירן קיין מדינת ישראל און איבערלאזן אמעריקע "אידן – פריי" רח"ל.
ווי באַקאַנט האָט אויך דער צורר כל היהודים דער רשע היטלער שר"י, דערמאנט דעם קאנצעפט אין זיין האסע ביכל "מיין קאמף", אז ציונות צייגט אז אידן זענען א נאציאנאליסטיש פאלק וואס באלאנגען נישט אין אנדערע לענדער.
ראסע און נאציאנאליזם א באגריף וואס פאראייניגט ציונים און אנטיסעמיטן:
אצינד זיבעציג יאר שפעטער, איז שרעקעדיג אַז מ'הערט די זעלבע סארט שפראך אין אמעריקע, דורך די א.ג. "אלט רייט" סופערמעסיסטן, שונאי ישראל, וואס קאמפיינען פאר א "ווייסע" אמעריקע, מיט די רעטאריק אז אידן זענען פרעמדע געסט בארץ לא להם און זיי זאלן אלע עמיגרירן צו זייער נאציאנאלער שטאַט.
די ראדיקאלע אנטיסעמיטן נוצן די מדינה אלס א תירוץ און א משל פארוואס זיי זענען בארעכטיגט צו זייער אידעלאגיע, ווי דער טרויעריג בארימטער ארכי–סעפערמיסט און ווייסער נאציאנאליסט ריטשארד ספענסער דרוקט כסדר אויס אין דער עפענטליכקייט זיין צופרידנקייט פון דעם געדאנק אז מדינת ישראל איז בלויז א לאנד פאר אידן, אַן עטנישע שטאַט וואו יעדער איד פון די גאנצע וועלט אנגעהערט זיך.
אין אן אינטערוויא פאר די איזראעלי "חדשות 2" אגענטור האט ספענסער לעצטנס געזאגט אז: "איך בין א 'ווייסער' ציוני'סט, איך וויל האבן א פארזיכערטע היימלאנד פאר אונז פונקט ווי איר האט א פארזיכערטע היימלאנד פאר איזראעל".
עס איז באקאנט וואָס חז"ל זאָגן אין מס' פסחים (דף פז:), אויפ'ן פּסוק "צדקת פרזונו בישראל" אַז דער רבוש"ע האָט געטון א צדקה מיט די אידן אז ער האט זיי צושפרייט צווישן די פעלקער, ווייל אַזוי וועט אייביג בלייבן אידן, אפילו אויב ס'איז ח"ו דאָ גזירה אויף איין פּלאַץ וועט זיין אידן אין אן אַנדערע מדינה.
טאַקע דערפאַר אַרבעטן די אַנטיסעמיטן אינאיינעם מיט די ציונים יאָ צו אריינלייגן אלע אייער אינעם זעלבן שיסל, צו אריינברענגען אלע אידן אין זעלבן שיף, דורך שטופּן אַזאַ נעראטיוו אַז כלל ישראל באַלאַנגט אויסשליסליך צו די מדינה, און אז אידן האָבן חלילה נישט קיין פלאץ אויף דער וועלט נאר אין די איינציגסטע נאציאנאליסטישע לאנד – איזראעל היל"ת.
נטרונא אַנטוואָרט דערגרייכט נאָנט צו אַ מיליאָן צוקוקער
זעהנדיג דעם טומל וואָס די אלט – רייט גרופּעס פּרובירן צו אָנזייען, כדי צו דוקא אויפווייזן אַז עיפּאַק איז יאָ אַ אידישע לאבי און אַז די ציונים טוען יאָ פאַרטרעטן אידן אין אַמעריקע, האָט דעריבער נטרונא אַרויסגעשטעלט אַ דעטאַלירטע סטעיטמענט, געשריבן בהשכל ובדעת, וואו עס ווערט קלאָר ערקלערט די שטעלונג פון תורה טרייע אידן בשפה ברורה.
אין דעם סטעיטמענט ווערט באַטאָנט אַז איזראַעל איז נישט קיין אידישע לאַנד טראָצדעם וואָס די איזראַעלי גאָווערמענט פאַררופט זיך אַזוי. דאָס אידישע פאָלק איז אַ רעליגיעזע קאָלעקטיוו וואו ס'איז דאָ אַלע סאָרט אידן פון אַלע סאָרט לענדער און ראַסעס. ציוניזם איז אַ פּאָליטישע באַוועגונג וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין די שפּעטע אַכצן הונדערט יאָרן למספּרם. פּונקט ווי קיין שום אַנדערע רעליגיע וואָלט נישט ערלויבט אַ פּאָליטישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג צו טראָגן זייער נאָמען, דאָס זעלבע קען איזראַעל נישט זיך רופן מיט'ן נאָמען פון דאָס אידישע פאָלק. אַנטיסעמיטן האָבן אַלעמאָל געשטיצט ציוניזם ווייל די באַהויפּטונג אַז אידן זענען אַן אָפּגעטיילטע נאַציאָנאַליזם שטומט מיט זייערע אַגענדעס.
די דייטליכע סטעיטמענט דורך נטרונא האָט ב"ה געדינט אַלס מאַכטפולע אַנטוואָרט און בלויז אין די לעצטע טעג איז דאָס פאַרשפּרייט געוואָרן ווי אַ ווילד פייער מיט נאָנט צו אַ מיליאָן מענטשן וועלכע האָבן דאָס געזען און נאָך הונדערטער וועלכע האָבן דאָס געשיקט ווייטער, אַריינגערעכנט אויך גרויסע אַקאַונטס מיט אומצאָליגע נאָכפאָלגער, וואָס האָט אָפּגעהילכט גאָר ווייט און שטאַרק.
אין אַ צייט וואָס אידן אין אמעריקע אַראָפּגעמאָלן אַלס א באזונדערע נאציאן אינערהאלב א פרעמדע לאנד, דארף מען האבן אידישע תפלות אז השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט דאס זאל חלילה נישט שאטן פאר קיין שום אידיש נפש, איבערהויפט אין אזא צייט ווען אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע ווערט ליידער פארשפרייט מיט ביטערע נאָכפאָלגן.
נטרונא איז ווייטער עוסק אויף דעם פראָנט, מיט א געוואלדיגן פרסום דורך סאציאלע מידיא מעסעזשעס און אויפגעכאפטע ווידיאו פרעזענטאציעס וואו עס ווערט באַטאָנט איינמאָל און נאָכאַמאָל אז אידן זענען יאָ געטרייע אמעריקאנער בירגער, אונזער אמונה איז די הייליגע אמונת אומן און די תורה הק' און מיר באלאנגען נישט פאר קיין פרעמדע לענדער, מיר זענען לאָיאַל צו אונזער היימלאַנד, ווי דער באַפעל פון די נבואת ירמי הנביא: "דרשו את שלום העיר אשר הגלתי אתכם שמה".

מ'האָט זיך געריבן די אויגן פאָריגע וואָך ווען אין דער 'המבשר' טאָג בלאַט וואס ווערט אַרויסגעגעבן דורך די 'שלומי אמונים' פראַקציע פון אגודת ישראל, איז ערשינען אַ פּראָמינענטע עדיטאָריעל אונטער'ן קעפּל "בירושלים תהיו פּליטה" וואו די צייטונג מוטיגט אידן פון איבער דער וועלט צו מאַכן עלי' און זיך באַזעצן אין די מדינה, אין ליכט פון די לעצטיגע אַנטוויקלונגען.
דער 'המבשר' שרייבט אַז צדיקים האָבן מעיד געווען אַז די 'מקום הבטוח ביותר' פאר אידן איז דוקא אין ארץ ישראל, און דערפאַר זעט מען טאַקע אַ גרויסע אינטערעסע צווישן אידן פון די גלות לענדער צו מאַכן עלי', ווייל אידן האָבן אַ הרגשה אַז אַזוי זענען זיי מער פאַרזיכערט און באַשיצט, זייענדיג אַרומגענומען מיט אידן אין ארצינו הק' און צובינדן זייער גורל מיט די אידן פון ארץ ישראל.
ס'איז דאך נישטאָ קיין ווערטער צו אַרויסברענגען דאָס שפלות און די היפּאָקריטיע פון אַזעלכע נאַרישע ווערטער, דוקא יעצט ווען עס פּאַטשט דאָס מציאות אין פּנים וואָס פאַראַ מקום סכנה איזראַעל איז ליידער פאר אידן, דוקא יעצט ווען מען מען מיטגעהאַלטן אין ארץ ישראל שוידערליכע פּאָגראָמען פּונקט ווי אין די אייראָפּעאישע שטעטלעך פארצייטנס, אפילו אַ בלינדער זעט מיט די אויגן די שרעקליכע פרעניות ווען עס ווערט מקוים דער 'אני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה' אויף אַזאַ מורא'דיגן פאַרנעם.
דער 'המבשר' דערמאַנט אַ לעבעדיגע ביישפּיל פון וואָס די גמרא דערציילט אין מסכת סנהדרין דף ס"ג ע"ב, אַז אין די צייט פון דעם חורבן בית ראשון איז אליהו הנביא אַרומגעגאַנגען צווישן די געשוואָלענע פון הונגער אין ירושלים. אַמאָל האָט ער געטראָפן אַ קינד וואָס איז געליגן אין די מיסט, און איז געבליבן דער איינציגער פון זיין גאַנצע משפּחה, אליהו הנביא האָט אים געוואָלט אויסלערנען צו זאָגן שמע ישראל, אָבער דאָס קינד האָט בשום אופן נישט מסכים געווען זיך צו שיידן פון זיין עבודה זרה. ער האָט אַרויסגענומען זיין געטשקע פון זיין טאַש "הוציא יראתו מחיקו ומחבקה ומנשקה עד שנבקעה כריסו ונפלה יראתו לארץ ונפל הוא עליה לקיים מה שנאמר ונתתי פגריכם על פגרי גלוליכם".
וכסילים מתי תשכילו.
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

לעצטענס איז נתרבה געווארן צוהעררעס צו קול נטרונא פון די ענגלישע רעדענדע לעיקוואד - ס'טוט זיך דארט א שטארקע צמאון לדבר ה', האט נטרונא איבערגעפרישט די NEWSBITS וואס נטרונא פלעיגט אמאל ליפטען
https://drive.google.com/file/d/1R1bntX ... drive_link
https://drive.google.com/file/d/1rhoyXH ... drive_link
https://drive.google.com/file/d/1aL9AQE ... drive_link
https://drive.google.com/file/d/1J7uln2 ... drive_link
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

וזאת למודעי אז די ניוז-ביטס איז נאר פאר ענגלישע רעדענע אידן און עס גייט נישט ארויס אויף די גויאישע גאס
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

פרישע ניוז ביטס מיטוואך שמיני #1
https://drive.google.com/file/d/1raeJtE ... drive_link
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

נטרונא במערכה נגד גיוס
מיטוואך שמיני "ניוז ביטס" # 2
https://drive.google.com/file/d/1hUruZG ... drive_link
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1XDXOHU ... sp=sharing
וואס נטרונא פארשפרייט הסברה אקעגן גיוס
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

פרשת ויקרא

אגודת ישראל אין פּורים'דיגע סטעיטמענט; אַמעריקע איז נישט ערלויבט זיך צו אַריינמישן אין אינערליכע אַנגעלעגנהייטן פון פרעמדע לענדער...

צווישן די ציוני'סטישע קרייזן איז די וואך געווען הימל און ערד מיט סענאַטאָר שומער... ביי די ביבי סימפּאַטיקער הערשט אַ גרויס אויפברויז אויף אַ רעדע וואָס איז געזאָגט געוואָרן פאָריגן דאָנערשטאָג דורך דעם סענאַט מאריאטעט פירער, דער אידישער סענאַטאָר טשאַק שומער, וואס האָט שאַרף אַראָפּגעריסן די עקסטרעם רעכטע ביבי קאָאַליציע וואָס שטייט אין שפּיץ פון די יעצטיגע מלחמה אין עזה.

אין זיין רעדע האָט שומער געזאָגט אַז ביבי האָט פאַרלוירן זיין וועג, ער איז אַ שטער פאר שלום און זיין עקסטרעם רעכטע קאָאַליציע איז נישט פּאַסיג פאַר די געברויכן פון איזראַעל. בנוגע די מלחמה אין עזה זאָגט שומער אַז איזראַעל קען נישט האפן צו מצליח זיין אַלס אַן אָפּגעזונדערטע מדינה וואָס פירט זיך קעגן די גאַנצע וועלט.

נאָך שאַרפער האָט שומער געזאָגט אַז אויב ביבי בלייבט אין שפּיץ פון די איזראַעלי רעגירונג נאָך דער מלחמה זאל אַמעריקע שפּירן אַ מער אַקטיווע ראָלע צו לייגן דרוק אויף איזראַעל צו טוישן דעם יעצטיגן מצב, ווייל ס'איז נישטאָ קיין האָפענונג אַז ביבי זאל טון די זאַכן וואָס דאַרף געטון ווערן צו אָפּשטעלן דעם צירקל פון מלחמות אין דעם מיטל מזרח.

שומער ווערט אַטאַקירט דורך ציוני'סטישע גרופּעס

נו, מער האָט נישט אויסגעפעלט, פון אַלע זייטן האָבן די ציוני'סטישע וואָרטזאָגער אין אַמעריקע און אין איזראַעל שאַרף אַראָפּגעריסן שומער פאר זיינע ווערטער, היתכן ער האָט זיך געטרויעט צו זאָגן הויעך וואָס מיליאָנען אַמעריקאַנער גוים טראַכטן נאָכאַנאַנד.

די ליכוד פּאַרטיי האָט אַרויסגעשטעלט אַ מיליטאַנטישע מעסעדזש קעגן שומער, און דער געוועזענער רעליגיעזער אמבאסאדער פון אַמעריקע צו איזראַעל, דעוויד פרידמאן, האָט געזאָגט: "איך בין פּשוט פאַרעקלט פון דער רעדע, שעמען זאָל ער זיך".

פּרעזידענט ביידן אידענטיפיצירט זיך מיט שומער מעסעדזש

דער פּראָבלעם איז אָבער אַז די ווערטער פון שומער זענען נישט קיין דעת יחיד אין וואַשינגטאָן. ווען פּרעזידענט ביידן איז געפרעגט געוואָרן איבער די רעדע פון סענאַטאָר שומער האָט ביידן געזאָגט אַז שומער האָט בעפאָר זיין רעדע זיך דורכגערעדט מיט די ווייסע הויז שטאַב. דער פּרעזידענט האָט צוגעלייגט אַז שומער האָט געזאָגט אַ גוטע רעדע, "איך טראַכט אַז ער האָט אַרויסגעברענגט אַן ערנסטע זאָרג וואָס אַסאַך אַמעריקאַנער זענען איינשטימונג דערמיט".

דאָס איז די ערשטע מאָל וואָס מ'הערט פונעם פּרעזידענט אַזעלכע עפנטליכע קריטיק אין ריכטונג פון איזראַעל. ווי אַנאַליסטן צייגן אן אַז דאָס קומט אין רעזולטאַט פון אַנקעטעס וועלכע צייגן אן אַז פּרעזידענט ביידן פאַרלירט אַסאַך שטיצע פון זיין ליבעראַלע באַזע צוליב דעם וואָס ער האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַזוי שטאַרק פּראָ די מדינה אין דעם יעצטיגן קאָנפליקט. די ביידן אַדמיניסטראַציע האָט אָנגעהויבן ציטערן אַז זיין שטיצע פאר איזראַעל קען אים קאסטן צו אַ טייערן פּרייז.

בושה תכסה פנינו; אגודת ישראל מיט אומ'אחריות'דיגע פּראָ- איזראַעל רעטאָריק

צום גרויסן שאַנדע האָט די אַמעריקאַנער 'אגודת ישראל' אויך אַרויסגעשטעלט אן אָפיציעלע רעאַקציע צו די ווערטער פון שומער, וואו די אגודה אַטאַקירט שאַרף דעם סענאַטאָר, וואָס אין אַנדערע ווערטער זאָגט דאָס פאַר דער גאַנצער וועלט אַז אַזעלכע פרייע אידן ווי שומער זענען טאַקע קעגן די אַקציעס פון די מדינה, אָבער רעליגיעזע אידן זענען יאָ פולקאָם געטריי פאר דער מדינה און פאר די עקסטרעם רעכטע ביבי קאָאַליציע.

אין דעם סטעיטמענט באַדויערט די אגודת ישראל אַז שומער האָט דאָך אַ לאַנגע רעקאָרד פון שטיצן די וואוילזיין פון איזראַעל, ווייל ער פאַרשטייט די ענגשאַפט און אונטערדריקונג וואָס דאָס אידישע פאָלק איז אַריבער במשך אַלע דורות. דערפאַר זענען זיי אַזוי אַנטוישט אַז סענאַטאָר איז אַריבער אַ ליניגע מיט אַן אומריכטיגע מעסעדזש אין אַן אומריכטיגע צייט.

ס'איז טראגי – איראָניש צו ליינען ווי די אגודת ישראל שרייבט אָן קיין טראָפּ בושה: "מיר זענען טיף באַזאָרגט אַז דער סענאַטאָר מישט זיך דירעקט אַריין אין די אינערליכע אַנגעלעגנהייטן פון אַ דרויסנדיגע לאַנד"... די אגודה שרייבט אַז "שומער קען נישט רעדן אין נאָמען פון אַמעריקאַנער אידן, ער האָט נישט אַזאַ אויטאָריטעט און מאַכט"...

די עפענטליכע היפאקריטיע וואָס איז מסכן אידן אין אַמעריקע

די אגודה טענה'ט הפּנים אַז אַמעריקע איז געמאַכט געוואָרן בלויז צו מעלקן. דהיינו, אַמעריקע זאל שיקן מיליאָנען פאר דער מדינה, אַמעריקע זאל שיקן געווער פאר דער מדינה, אַמעריקע זאל אראפשטימען יעדע יו-ען רעזאָלוציע קעגן די מדינה, אַמעריקע זאָל זיך שאַפן שונאים גלאָבאַל פאר די אינטרעסע פון ביבי, אָבער קיין וואָרט וויל איך נישט הערן פון דיר! ליידט און שווייג און געב אַהער דאָס געלט! דאָס אַלעס.

דאָס מציאות איז אין די לעצטע תקופה ווערט אַמעריקע באַשולדיגט דורך אַ גרויסע טייל פון דער וועלט פאַר'ן שטיין צו דער זייט פון די מדינה. אַמעריקע איז געוואָרן דער שונא נומער איינס ביי אַסאַך לענדער צוליב די מדינה, אַמעריקאַנער שיפן ווערן אַטאַקירט צוליב די מדינה, וואָס שעדיגט די עקאָנאָמיע, אַמעריקע האָט לעצטנס פאַרלוירן סאָלדאַטן צוליב די מדינה.

נאָכמער, פּרעזידענט ביידן אַליין, ווערט אַראָפּגעריסן אַלס אַ רוצח ביי זיין אייגענע באַזע. די פראגרעסיווע גרופּעס פאַרשרייען אים אַז ער העלפט אויסקוילן דרייסיג טויזנט אנשים נשים וטף אין עזה. דאָס קאָסט אים אין די אַנקעטעס, אָבער אַצינד, נאָך עטליכע חדשים, ווען די ביידן אַדמיניסטראַציע פאַרלאַנגט אַז מ'דאַרף אויפקומען מיט אַ פאַרשטענדליכע מהלך אַנבאַלאַנגט עזה ווערן זיי איגנאָרירט דורך די ביבי רעגירונג, כאילו לא הי'.

אַלס הכרת הטוב פאר די שטיצע פון אַמעריקע, מישט זיך די ציוני'סטישע לאבי, עיפּאַק, אַריין אין די אַמעריקאַנער וואַלן אויף אַ פאַרנעם ווי קיין שום אַנדערע לאַנד. יעדער פּאָליטיקאַנט וואָס טרויעט זיך קלערן אַנדערש ווי די מדינה, ווערט אַרויסגעשטויסן ביי די עלעקשאָנס, אָבער ווען דער פרעזידענט שיקט דעם איד, שומער, צו קלאָרשטעלן די פּאַליסיס פון די רעגירונג, שעמט זיך נישט די אגודה צו פארהאַלטן דעם סענאַטאָר, היתכן? ווי נעמט מען אַזאַ רעיון זיך אַריינצומישן ביי יענעם אין לאַנד?

הן לן והא להו; ווער מעג יאָ זיך מישן ביי יענעם אין לאַנד און ווער נישט

דאָס קומט בלויז אַ וואָך נאָכדעם וואָס עיפּאַק האָט זיך עפנטליך באַרימט און אויפגעטון אַז אַלע קאַנדידאַטן וואָס זיי האָבן אינדאָרסירט לטובת די אינטערעסן פון איזראַעל האָבן געוואונען די פּריימערי וואַלן, שיקנדיג דערביי אַ קלאָרע מעסעדזש פאר אַלע אַמעריקאַנער פּאָליטיקאַנטן אַז 'הזהרו והשמרו' נישט צו האָבן אַ הרהור פון כפירה אין די מדינה.

לויט די אגודה איז די עיפּאַק באַרעכטיגט צו אַקטיוו שפּילן אַ ראָלע אין די אינערליכע אַמעריקאַנער וואַלן, אָבער אן אַמעריקאַנער סענאַטאָר טאָר נישט זאָגן קיין וואָרט פאר די איזראַעלי פירערשאַפט. די אגודה האַלט וואַרשיינליך אַז די אַמעריקאַנער גויים זענען אַזעלכע אויסטערלישע בעלי מדריגה, אַז זיי וועלן זיך אייביג לאָזן שפּייען אין די קאַשע. דאָס איז אַ ביטער געלעכטער, נעמענדיג אין באַטראַכט אַז מען טוט דאָ פאַרשוואַרצן דאָס פּנים פון יעדן רעליגיעזן איד אין אַמעריקע, כאילו מיר ווערן דאָ פאַרטרעטן דורך די מיליטאַנטישע מעסעדזשעס פון דער אגודת ישראל.

נטרונא האָט באַלד רעאַגירט בהשכל ובדעת צו די אַנטוויקלונגען דורך אונטערשטרייכן אַז אַמעריקאַנער אידן זאלן אַרויסגעלאָזט ווערן פון דעם גאַנצן ספּעקטאַקל. מיר זענען פאַראינטערעסירט בלויז אין די אינטערעסן פון אונזער לאַנד און קיינער קען נישט רעדן אין נאָמען פון תורה טרייע אידן וואָס ווילן לעבן בשלום אין אונזער היימלאַנד אַלס געטרייע בירגער, ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה.
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

די רייצערישע טאָן פון די ציוני'סטישע מדינה קעגן די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט די וואָך דערגרייכט אַ נידריגע שטאַפּל און דער עפענטליכער ריס צווישן וואַשינגטאָן מיט די עקסטרעמע ביבי רעגירונג איז פאַרערגערט געוואָרן צו אַ קלימאַקס וואָס ס'איז שוין נישט געווען אַזוי זינט די אָנהויב פון די עזה אינוואַזיע אָנהויב ווינטער.

נאָכדעם וואָס די ביבי אַדמיניסטראַציע האָט נאָכאַנאַנד זיך אַרויסגעשטעלט שטייף קעגן די געבעטן פון די פאַראייניגטע שטאַטן, איבער טרעפן אַ צוגאַנג צו די ווייטערדיגע שריט פון דער מלחמה, האָט אַמעריקע די וואך באַשלאָסן – צום ערשטן מאָל - נישט צו בלאָקירן אַ יו-ען סעקיוריטי רעזאָלוציע וואָס האָט גערופן פאר אַ פייער אָפּשטעל אין עזה.

דאָס איז אַ שריט וואָס האָט אויפגעטרייסלט די פּאָליטישע אַרענע זייענדיג אַ פּרעצעדענטלאָזע ערשיינונג אַז אַמעריקע זאָל נישט וועטאָאירן אַזאַ רעזאָלוציע קעגן די שריט פון איזראַעל. און האָט געצייגט מער ווי אַלעם אַז אַמעריקע איז זאַט און מיעד פון די עזות'דיגע ווירטשאַפט פון די ביבי רעגירונג, וואָס איז בלויז דאָ צו שעפּן און געניסן פון אַמעריקע, אָבער ווען אַמעריקע בעט סיי וואָס דאַן דרייט מען זיך אויס דאָס רוקן מיט אַ פרעכהייט.

אין די לעצטע חדשים האָט אַמעריקע נאָכאַנאַנד בלאָקירט אַזעלכע סאָרט רעזאָלוציעס, זייענדיג די איינציגע וועלטס גרויסמאַכט וואָס איז ביז יעצט געשטאַנען פולקאָם צו דער זייט פון איזראַעל, אָבער אַדאַנק די אויפפירונג פון די שפּאַרבערישע רעכטע רעגירונג, וואָס פייפט זיך עפנטליך אָן אויף די געבעטן פון די פאַראייניגטע שטאַטן, האָט אַמעריקע אַצינד צום ערשטן מאָל יאָ געלאָזט די רעזאָלוציע אַריבערגיין.

אין רעאַקציע האָט איזראַעל שאַרף פאַרדאַמט די אַקט פון אַמעריקע. ביבי נתני' האָט געמאָלדן מיט פּאַטאָס אַז ער רופט צוריק אַ דעלעגאַציע פון צוויי שליחים וועלכע האָבן געזאָלט פארן די וואך קיין וואַשינגטאָן צו באַהאַנדלן די סיטואַציע אין דעם מיטל מזרח. דערמיט האָט ביבי פּרובירט צו געבן אַ שנעלק פאר פּרעזידענט ביידן, וועלכער איז וואַרשיינליך שטאַרק צעבראָכן פון דעם פאַקט אַז ער קען זיך נישט טרעפן מיט די צוויי שליחים פון ביבי...

אן אָפּשאַצונג אַרום די יעצטיגע סיטואַציע

פּרעזידענט ביידן האָט אין די ערשטע חדשים געגעבן ענדלאָזע שטיצע, סיי פינאַנציעל און סיי מאָראַליש פאר דער עזה אינוואַזיע. אָבער אין די לעצטע עטליכע וואָכן איז עס געקומען צו אַ פּונקט ווען דער פּרעזידענט אין זיין שטאַב האָבן אָנגעהויבן אַרויסרוקן ביטעס פאר איזראַעל איבער די געפּלאַנטע מיליטערישע אַקציע אין דער 'רפיח' געגנט פון עזה, וואו עס געפינען זיך אַ געשאַצטע איינס און אַהאַלב מיליאָן עזה איינוואוינער, וועלכע זענען אַהינגעלאָפן זינט די אָנהויב פון דער מלחמה.

איזראַעל וויל אַצינד אָנהויבן אַ מיליטערישע אָפענסיווע אין דער 'רפיח' געגנט, נאָכדעם וואָס זייערע אַקציעס ביז יעצט האָבן נישט געברענגט קיין שום זאַכליכע תוצאות, קיין משכונות זענען נישט געפינען געוואָרן און קיין הויכראַנגיגע כאַמאַס באַאַמטע זענען נישט געכאַפּט געוואָרן.

אָבער פּרעזידענט ביידן מיט זיינע געהילפן קענען אַצינד נישט דערהייבן די פּרעשור פון פרישע בילדער און עדות וואָס וועלן קומען פון אַ באָמבאַרדירטע 'רפיח' מיט איינס אַהאַלב מיליאָן ציווילע. שטייענדיג אינמיטן אן עלעקשאן יאָר קען ביידן זיך בשום אופן נישט ערלויבן נאָך אַזעלכע בילדער און נאָך כוואַליעס פון פּראָטעסטן, אין אַ צייט וואָס די לינקע פליגל אין זיין פּאַרטיי סטראשט אים איבערצולאָזן צוזאַמען מיט מיליאָנען וויילער. איזראַעל איז אים אַ שווערע עלעקטארל פּראָבלעם אין אַן אָנגעשטרענגטע עלעקשאָנס סעזאָן.

דער 'וואָל סטריט זשורנאַל' האָט דאָס ריכטיג דעפינירט: דער פּרעזידענט איז אַצינד אינטערעסירט בלויז אין איין 'טו סטעיט סעלושן': די צוויי סטעיטס פון מישיגן און נעוואַדע... דאָס זענען סווינג סטעיטס וואָס ער מוז געווינען כדי צו באַקומען אַ צווייטן טערמין. און כדי ער זאָל געווינען די צוויי סטעיטס קען ער זיך נישט ערלויבן צו אויפברויזן די אָרטיגע ליבעראַלע און מוסלעמענער באַפעלקערונג.

פון דער אַנדערער זייט האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז יעדעס מאָל וואָס ביידן האָט פּרובירט צו אָנמערקן אַ וואָרט פאר איזראַעל האָט ער צוריקבאַקומען אַ 'קיתון של שופכין' פון די דלי גאה וועלכע שטייען אין שפּיץ פון די רעגירונג. ביבי נתני' מיט זיינע שותפים, סמוטריטש מיט בן גביר, האָבן נישט דורכגעלאָזט קיין געלעגנהייט צו נאָכמער פאַרטיפן און פאַרברייטערן די ריס מיט אַמעריקע, יעדע אַמעריקאַנער פאָרשלאַג האָט זיך אָנגעשטויסן נישט בלויז אין אַ ווידערשטאַנד נאר אויך אין גערעגטע רעטאָריק מיט עפנטליכע רייצערישע סטעיטמענטס קעגן אַמעריקע, וועלכע איז למעשה די איינציגע פינאַנציעלע שטיצער פון איזראַעל דורכאויס די אַלע יאָרן, און איבערהויפּט זינט די אויסברוך פון דער מלחמה.

אויסערדעם האָט אַמעריקע שטאַרקע אינטערעסן אַז ס'זאָל געשאַפן ווערן אַ נארמעליזאציע צווישן די מערב לענדער מיט סאָודיע אַראַביע, אַמעריקע וויל אַרבעטן צוזאַמען מיט די מעסיגע אַראַבישע לענדער צו הייבן די עקאָנאָמיע און די אויל עקספּאָרט. אָבער צו יעדע פאָרשלאַג איז דער ענטפער פון ביבי אַ קאַטעגארישע 'ניין, ניין'.

די רייצערישע התגרות באומות האָט געברענגט רעזולטאַטן

די יעצטיגע באַשלוס אין וואַשינגטאָן, נישט צו לייגן אַ וועטאָ אויף די רוף פון אַ פייער אָפּשטעל האָט נישט קיין פאַקטישע משמעות. ס'איז למעשה בלויז געצילט צו באַרואיגן די לינקע פליגל אין די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי און צו קלאָרשטעלן פאר ביבי אַז ס'איז דאָ אַ פּרייז פאר חוצפּה.

און ווי ערוואַרטעט, האָט ביבי פאָרגעזעצט זיך צו רייצן קעגן אַמעריקע מיט די טיפּישע ציוני'סטישע חוצפּה. נאָך די יו-ען אָפּשטימונג האָט ביבי באַשולדיגט די פאַראייניגטע שטאַטן אַז זיי האָבן געשעדיגט די מלחמה אנגעשטרענגונג און אַז אַמעריקע טוט אונטערמינעווען די באַמיאונגען צו באַפרייען די משכונות און זיי געבן דערמיט שטיצע פאר כאַמאַס.

ס'איז מערקווערדיג וויאַזוי יאָרן לאַנג האָבן די ביבי סימפּאַטיקער, ליידער אויך צווישן היימישע אידן, גערימט דעם דל גאה מיט זיינע דיפּלאָמאַטישע פעאיגקייטן, כאילו ער איז אַ גרויסער פארשטייער צו די אַמעריקאַנער פּאָליטיק. שטעלט זיך אַצינד נאָכאַמאָל אַרויס אַז זיינע רייצערישע שריט האָט געברענגט דערצו אַז נישט בלויז האָט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי זיך אָפּגעשאָקלט פון איזראַעל, נאר אפילו דער געוועזענער פּרעזידענט טראָמפּ, וואָס לויפט אַצינד אויפ'ן רעפּובליקאַנער טיקעט, האָט זיך זייער דערווייטערט פון ביבי אין די לעצטע תקופה ווען ער האָט עטליכע מאָל זיך אויסגעדרוקט זייער נישט שיין אויף ביבי.

טראָמפּ האָט די וואָך, אין אן אינטערוויא פאר דער 'ישראל היום' צייטונג, גערופן פאר די ענדע פון דער מלחמה אין עזה זאָגנדיג: "ענק דאַרפן ענדיגן די מלחמה! ענק דאַרפן דאָס טון! מיר דאַרפן דערגרייכן שלום! מיר קענען דאָס נישט ערלויבן צו פאָרזעצן! איזראַעל דאַרף זיין זייער פאָרזיכטיג, ווייל ענק פאַרלירן אַסאַך פון די וועלט! ענק פאַרלירן אַסאַך שטיצע!".

דאָס הייסט אין אַנדערע ווערטער אַז די איינציגע טעמע וואָס סיי טראָמפּ און סיי ביידן זענען אַצינד איינשטימונג, איז די קעגנערשאַפט צו ביבי נתני' און זיינע סטראַטעגיעס...

די ציוני'סטישע מופקרים ווילן בלויז ענגע פּאָליטישע אינטערעסן

די ציוני'סטישע פירער פון זייער זייט פירן זיך ווייטער אויף צו אַמעריקע ווי אַ געצערטלט קינד וואָס שטויסט און רייצט זיך אָן אויפהער. ווי אַלע אַנאַליסטן, אפילו פון רעכטן לאַגער, באַשטעטיגן עס שוין וויל אַצינד ביבי אָנהאַלטן די מלחמה פאַר'ן יעדן פּרייז, צוליב זיינע אייגענע פּראָבלעמען אין איזראַעל, זיין וואַקלדיגע קאָאַליציע און זיינע נידריגע ציפערן אין די אַנקעטעס.

די גאַנצע מלחמה האָט אַצינד איין ציל, צו באַשיצן דעם בענקל פון ביבי נתני'. די משכונות זיצן נאָך פאַרכאַפּט אין טונעלן, די כיזבאלע טעראָר גרופּע שאַרפט זיך די ציין פון צפון, אידן איבער דער וועלט ווערן באַטראַכט אַלס מערדער רח"ל, יעדע וואָך הערט פון פרישע געפאַלענע סאָלדאַטן, אָבער ביבי האָט בלויז איין דאגה, וויאַזוי קען ער פאַרזיכערן זיין פּאָזיציע מיט נאָך אַביסל. אַ געשעפט האָט דער מופקר מיט די אַמעריקאַנער אידן, אַ געשעפט האָט ער מיט די רעזולטאַטן פון אַזאַ פרעכע התגרות, דער עיקר אַז ער זאָל קענען בלייבן אויפ'ן בענקל נאָך עטליכע וואָכן און חדשים.

ס'איז ממש געווען איראָניש און לאַכעדיג מיטצוהאַלטן ווי דער עז פּנים האָט באמת געקלערט אַז מיט זיין נאַרישע סטראַשע נישט צו לאָזן גיין זיינע צוויי שיק יונגלעך קיין אַמעריקע, וועט וואַשינגטאָן כאַפּן אַ טרייסל... וועמען גענוי האָט ער דערמיט געסטראַשעט? דערווייל איז איזראַעל דער וואָס דאַרף צוקומען צו אַמעריקע, און נישט אַמעריקע וואָס דאַרף אָנקומען צו איזראַעל, אויב עפּעס איז איזראַעל בלויז אַ לאַסט אויף אַמעריקע. אַז דו ווילסט נישט שיקן דיין דעלעגאַציע, שיק נישט. קיינער וועט נישט פאַרלירן קיין נאַכט שלאָף דערוועגן. ווי אַנדערע באַצייכענען עס מאַכט יעצט ביבי אן אייגענע BDS קאַמפּיין צו איזאָלירן די וועלט פון איזראַעל.

די געפאַר פאר אידן אין אַמעריקע פאַרלאַנגט אונזער פּעולות למען הצלת ישראל

די באַציאונגען צווישן איזראַעל מיט אַמעריקע האָבן דערגרייכט צו אַ היסטאָריש נידריגע שטיפע. די ציוני'סטישע חוצפּה האָט אַצינד צעריסן דעם בריק מיט די איינציגע וועלט גרויסמאַכט וואָס האָט זיי נאָך געשטיצט און מיט די איינציגע לאַנד וואָס איז אַרויס פון וועג זיי צו העלפן פון אָנהויב מלחמה, אַלעס וויבאַלד ביבי דארף זיך געפעלן פאר זיין עקסטרעם רעכטע קאָאַליציע און פאר זיין ראַדיקאַלע באַזע פון וויילער מיט אינערליכע פּאָליטישע אַגענדעס.

און וואָס דאַרף אַצינד דער אַמעריקאַנער גוי טראַכטן אויף אידן ?!

די ציוני'סטישע פירער האָבן סוקסעספול באַוויזן צו נעמען די מלחמה אין עזה און דאָס פאַרוואַנדלן פאר אַ געפאַר פאר יעדן איד איבער דער וועלט, אַצינד אויך אין אַמעריקע, השי"ת זאל האַלטן די רעכטע האַנט אויף אידישע קינדער.

די דיפּלאָמאַטישע בראך צווישן איזראַעל מיט די פאַראייניגטע שטאַטן ברענגט פריש צום אויבערפלאַך דער חובת השעה צו פאָרזעצן מיט די פּעולות חובקות לפני העמים והשרים, אַז ס'זאָל זיין קלאָר פאר די גויי הארצות אַז אידן איבער דער וועלט און אידן אין אַמעריקע זענען נישט פאַרבינדן אויף קיין שום פאַל מיט די פּעולות אָדער ווערטער פון די ציוני'סטישע פירער.

נטרונא האָט טאַקע אין די לעצטע טעג פאַרשטאַרקערט די ברייטע פרסומים אויף די מאַכטפולע סאָציאַלע מידיאַ פּלאַטפאָרמעס, לויט די הוראת הקודש פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכער האט דאס מיט אונז געלערנט און געפאדערט, אַז מען זאל מודיע זיין במסי"נ פאר די אומות העולם אז זיי זענען נישט אונזערע פארטרעטער, אידן שומרי תורה ומצות האבן מיט זיי קיין שייכות נישט. להסיר חרון אף מישראל ולקדש שם שמים.

אין אַ דייטליכן מעסעדזש שרייבט נטרונא:

"מ'דאַרף זיין נאַריש צו גלייבן אַז אַמעריקאַנער אידן שטיצן די עקשאנס פון איזראַעל אָדער זייער אויסנוצן אַנטיסעמיטיזם, בשעת מיר ליידן בלויז דערפון.

"איזראַעל פּרובירט צו שאַפן אַ רושם, כאילו אַמעריקאַנער אידן ווערן באַליידיגט אויב די ציוני'סטישע אַגענדעס ווערן נישט אויסגעלויבט. איזראַעל וויל אַז מיר זאָלן זיין אומבאַקוועם אין אונזערע היים לענדער און אַז מיר זאָלן זיין געצווינגען צו שטיצן זייער אויפפירונג.

"לאָמיר עס נאָכאַמאָל קלאָר מאַכן: אַמעריקאַנער אידן זענען אַמעריקאַנער פּונקט ווי אַלע אונזערע אַנדערע לאַנדסלייט. דאָס אַז איזראַעל פאַררופט זיך אַלס אַ 'דזשואיש סטעיט' איז נישט עפּעס וואָס מיר דאַרפן פאַרענטפערן. מיר האָבן קיינמאָל נישט פאַררעכנט איזראַעל אַלס אונזער לאַנד".

ציוני'סטישע 'מוסד' אַגענטור אין קאַמף מיט 'נטרונא'

אין די נטרונא סאָציאַלע מידיאַ שטאַב האָט מען די וואָך מיטגעהאַלטן אן אינטערעסאַנטן ספּעקטאַקל ווען די ציוני'סטישע 'מוסד' אַגענטור האָט קענטיג זיך געשפּירט באַדראָעט פון די נטרונא אָנוועזנהייט און האָבן דעריבער פּרובירט צו בלאָקירן און אָפּשטעלן די השפּעה לטובה פון די פּעולות.

דאָס איז געקומען נאָכדעם וואָס די אָפיציעלע אַקאַונט פון די ציוני'סטישע 'מוסד' האָט געשריבן אַז פּרעזידענט ביידן שטיצט כאַמאַס. נטרונא האָט דערויף באַלד רעאַגירט אַז ס'איז נישט ריכטיג צו פאַרשעמען אונזער פּרעזידענט און מ'האָט באַטאָנט אַז מיר זענען געטרייע אַמעריקאַנער אידן.

אַלס רעאַקציע האָט די 'מוסד' בלאָקירט די נטרונא שטאַב פון קענען זען זייערע מעסעדזשעס... מ'האָט דערביי געזען בחוש דעם "אתאמלויקומצאדידכו ודחי עשרת אלפי כספאדידי", וויאַזוי דער גרויסער גלית הפלשתי, די 'מוסד' וואָס פאַרשווענדט מיליאָנען פאר זייערע אקטיוועטעטן, ציטערן אָבער פון דעם קול האמת וואָס ווערט ב"ה געהערט מיט אַזאַ פּרסום.

דאָס איז אייגנטליך די שענסטע גאָלדענע מעדאַל פאר די הייליגע פּעולות, ווי מ'האָט עס טאַקע צוריקגעהערט אפילו פון אומצאָליגע גויים וועלכע האָבן געשיקט זייערע באַגריסונגען פאר נטרונא צו דעם דערגרייכונג...

פרשת צו
התרוממות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:05 pm

התבוננת
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 15, 2014 3:52 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבוננת »

https://drive.google.com/file/d/1kWHZUi ... drive_link
ניוז ביטס ראש חודש ניסן
התבוננת
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 15, 2014 3:52 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבוננת »

התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1sBCWSH ... sp=sharing
ניוז ביטס - מיטוואך תזריע
- למותר להבהיר אז דעס וואס מרעדט פון טראמפ איז נאר צווישען אידן און נישט כלפי אומות העולם, כנהוג אצל נטרונא מקדמת דנא
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
פרוונקא
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:42 am

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוונקא »

התבוננת האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:17 pm
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-04-10 164040.png
Screenshot 2024-04-10 164040.png (233.06 KiB) געזען 1224 מאל
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/15TIBrK ... drive_link
ניוז ביטס
זונטאג טהרה
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התבוננת
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 15, 2014 3:52 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבוננת »

התרוממות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 7:56 pm
https://drive.google.com/file/d/15TIBrK ... drive_link
ניוז ביטס
זונטאג טהרה
בעסערע ווערסיע
https://drive.google.com/file/d/1g1l_0w ... drive_link
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1VDJd53 ... drive_link
מאנטיג טהרה ניוז ביטעל
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1Cd9Tl5 ... drive_link
דינסטאג טהרה ניוז ביטס
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
התרוממות
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:58 pm

Re: בלויז נייעס פון נטרונא אקטיוויטעיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התרוממות »

https://drive.google.com/file/d/1NPKquP ... drive_link
מיטוואך טהרה - ניוז ביטס
- צו זעהן דיסטאטוס שיק א פערלאנג צו:
718.841.7053
ווי אויך סעיוו די נומבער צו דיין קאנטאקט..
- צו באקומען וועכענטליך "נטרונא נייעס" שיקט צו:
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”