Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום
זיבנבירגען איז געוועהן א חלק פון אונגארן ביז'ן ערשטע וועלט מלחמה . לויט דיך איז פרעשבארג גאלאנטע נייטרא סאטמאר סיגוט קאשוי מעטערסדארף אייזנשטאט גרוסווארדיין קלויזנבורג מונקאטש אונגוואר חוסט זענען אלע נישט אין אונגערישע שטעט. .מסתמא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 07, 2024 3:34 pmזיבנבירגן איז נישט אונגארן. איר ווילט אפיר נעמען א מאפע און קודם עטאבלירן וואס אונגארן איז? באלד העט איר אויכעט אריינרעכענען גאליציע אויכעט ווייל פראנץ יאזעף אדער ווער האט עס איינגענומען פאר א וויילע... אונגארן דא אין אונזער נושא האט נישט מיט די אונגארישע פאס.ירוחם יעקב האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 07, 2024 2:30 pmאנשולדיגט'ס רבותי ! ווער עס עפפענט אויף דעם בוך "קהילות הונגריה" פון פרופ' הרב שלמה שפיטצער ווערט געוואויר אז פארן קריג, בפרט אין זיבנבירגן, אונטערלאנד און מזרח-דרום אונגארן זעננין געווען צענדליגע ישיבות וואו מען האט געמוזט גיין אין מקווה פארן דאווענען, זיך לאזן וואקסן די פאות, גיין מיט לאנגע רעקלעך, דער ראש ישיבה פלעגט פירן טישן אין ישיבה מיט זיינע תלמידים (!), עס זעננין געווען רבנים און ראשי ישיבות וואס פלעגן פארן צו צדיקים מיט זייערע תלמידים...מסתמא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 07, 2024 11:16 amנישט לכאורה, נאר 100 פראצענט נישט וואר.
ודאי זענען געווען גדולים וצדיקים וואס האבן געהאלטן אז אלעס דארף זיך ענדיגן און מקבל זיין די דרך החסידות, אבער נישט ”יעדער” און ניטאמאל א א”רוב” און ווייסעך נישט אויב אפילו א גרויסע רבים
נ.ב. רבינו יואל ביים בויען קר”י האט גערופן דעברעצינער ביהמ”ד עפענען אין קר”י (ווי גייט די ניגון? אבער נישט מוסדות... יע יע... אבער נניח) סאו אפילו רבינו יואל האט נישט געהאלטן אז יעדער דארף מקבל זיין דעם דרך.
אז דאס הייסט נישט אויפציהען א צוקונפטיגע דור בשיטה... איז וואס הייסט יא בשיטה ?