Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום
נישט געוואוסט וועגן מונקאטש, אבער דער ערוגת הבשם איז שוין געווען היפש שפעטער און ער איז מתחילה נישט געווען קיין חסיד, משא"כ דער ייטב לב וואס איז געווען א חסיד משורשו און נאך אלץ פארשטאנען צו מאכן די ישיבות.Letshelpothers האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:51 pmאיך האב געוויסט איינער וועט דאס ברענגעןאונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:44 pmאין אונגארן ביים הייליגן ייטב לב זי"ע און דערנאך, און אפילו אין גאליציע האט דאס דער קדושת ציון ז"ל אנגעהויבן צו מאכן פארן קריגLetshelpothers האט געשריבן: ↑ זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:05 pm
דאס אז חסידות איז היינט קהילות ישובות וכו איז א צאמשטעל פון חסידות אין אשכנזים וועלכע רבי אמאל האט געהאט א׳ ישיבה?
יטב לב איז פשוט די זעלבע זאך איז שוין געווען אין מונקאטש ביים שם שלמה איר קאנט ברענגען די ערגות הבושם אויך אין נאך אנדערע פון אונגארען דאס איז נאך א רינגעלע אינם אונגערישן דרך החתס אויסגעמישט מיט חסידות סהאט זיך שוין אנגעהויבן פארן קריג אבער נאכן קריג איז דאס שוין געווען די איינציגסטע יודישקייט
וועגן די קדישות ציון קען איך נישט ענפערן איך בין נישט אזורי באקאנט אבער דאכט זוך עס איז געווען התנגדות
התנגדות אקעגן די ישיבות פונעם קדושת ציון? קיינמאל געהערט, אפשר מיינסטו התנגדות אויף זיין זינגעריי מיט די בחורים וכו'
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?