Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום
איך געדענק א צווייטע שמועס אין וועלכע דער וויזניץ מאנסיער רבי זצ”ל האט געבעטן זיך נאכפרעגן אויף די לבוש פון די פרויען אינדערהיים ווייל ער איז נישט געווען קלאר אין עס פונקטליך, עפעס אזא שמועס ליגט מיר אין זכרון. אגב, דוכט זיך אז די שייטל טיכל לבוש האט די רעבעצין פון דער אמרי חיים געטראגן.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 12:00 pmירוחם יעקב האט געשריבן: ↑ פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 12:01 amאיז דעמאלס וויזשניץ נישט געווען אויכט א היטל אויפן שיייטל, דיקע ווייבער זאקן, און פלאסטיק ברילן ?
פרעג איך ?
לויט מיר אני הק', איז דער איינציקסטער חילוק צווישן ביידע אז אין בעלזא איז דא א רב, און אין וויזשניץ א רבי
איך געדענק אין א שמועס פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל זאגט ער אז אינדערהיים אין וויזניץ איז מען געגאנגען אפגעבינדן, איך געדענק נישט צו ער זאגט נאר ביזן ערשטן קריג אדער נישט, און איך קען נישט יעצט טרעפן דעם שמועס
וועגן וויזניץ אינדערהיים.. פון וואס ווילט איר רעדן? פון גראסווארדאן מיט ר’ מרדכי חנה פוקס ודוכותיה? כמיין אז חאניאקישער און פרומער קען מען נישט גיין, די גאר פרומע מורדים/נדחים זענען נישט ארויסגעוואקסן פון גארנישט. ווייטער ווילט איר רעדן פון אן אלגעמיינע מארמאראשע עם הארץ? איך וויל נישט... דער אהבת ישראל האט נישט געטראגן די נאמען ע”ש אהבת ישראל פאר גארנישט. וויזניץ האט מאחד געווען גאר פרומע מיט גאר שוואכע אינטער איין רבי און איין הנהגה צו דינען דעם אויבערשטן, איר האט געקענט דארטן טרעפן אלע סארטן.
כשרייב עס נישט אלץ וויזניצער ווייל כבין נישט.. טאמער כבין מיך טועה ביטע אויסבעסערן.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)