Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום
יעצט גיין צוקלעבן א נאמען דערצו "ערוגת הבושם" צו די השערה, דאס איז שוין גג על גג
נאך איידער דעם ערוגת הבושם, דער הייליגער חתם סופר איז געווען א תלמיד פון תלמידי בעל שם און האט פון זיי גאר אסאך מקבל געווען, און כאטש ער איז דירעקט נישט געווארן חסידיש, שטארק נישט, דאך האט ער מקבל געווען גאר אסאך פונעם דרך החסידות וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף אים און אויף יהדות אויבערלאנד. (איך מיין אז דרשות חתם סופר, תורת משה און חתם סופר על התורה זענען געהעריגע חסידישע ספרים, נעכטן האב איך פונקט געלערנט א שטיקל חתם סופר אויף די סדר התפלה מיט די ד' עולמות וכו' הייליג און שטארק)
חסידות האט כסדר מער און מער אריין געדרינגן אין אויבערלאנד, ביי די תלמידי חתם סופר מער ווי ביים חתם סופר, און ביי תלמידי תלמידיו נאך אסאך מער, איך זעה נישט ווי דער שטריך ביים ערוגת הבושם איז, און נישט ווי עס איז געטוען געווארן בשטה צו איבערמאכן אויבערלאנד, אויב עפעס איז געקומען זייער צוביסלעך און דירעקט נישט בשטה.