די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

כידוע, רוב הן די חסידישע וועלט און סיי די ליטווישע ישיבישע וועלט באשטייט פון אונגארישע משפחות.

און אנבעלאנגט די אמאליגע אונגארישע ייודענטום, שוין כמעט נישדא קיין פעסטע שטראם פון אשכנזישע יידן ווי מען האט געקענט זען אמאל אין פ"ב, ב"פ, גר"וו, פאפא, פאקש וכו'...

פארוואס האט די אונגארישע אשכנזישע וועלט זיך נישט געקענט וויטער אנהאלטן ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע יודענטום

איך מיין די אמאליגע אשכנזישע אונגארישע וועלט מיט זיינע מוסדות און זיינע גדולים, מיט זיין אייגענע קולטור און מנהגים ?
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

תגובה דורך אבזערוואציע »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:27 am

מיין זיידע לאויש״ט איז א יעקער פונדערהיים קען איך אביסל פארשטיין פארוואס עס איז גארנישט געבליבן שטרענג אשכנז׳ש,.

ווי איך פארשטיי, וויבאלד ער איז געווען א דורגעווייקטער ערליכער איד האט ער גלייך געצויגן קיין סאטמאר נאכן וועלט קריג און זיך געדרייט ביי חסידישע הויפן וויבאלד דאס איז געווען די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געוואוסט ער העט קענען אויפשטעלן א משפחה אויפן ריכטיגן מסורה, אזוי אויך ווען עס איז געקומען צו שיקן די קינדער אין חדר איז א חסידישע תלמוד תורה געווען די בעסטע אפציע, אטאמאטיש זענען זיינע קינדער געווארן פולשטענדיגע חסידים.

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:32 am
איך מיין די אמאליגע אשכנזישע אונגארישע וועלט מיט זיינע מוסדות און זיינע גדולים, מיט זיין אייגענע קולטור און מנהגים ?
אה… דאס איז שוין אן אנדער מעשה…
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36761
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיין אויבערלענדער עלטער זיידע האט געזאגט פאר מיין זיידן:

ווילסטו בלייבן אן ערליכער איד דריי זיך ביי די חסידים.

רעדסט פון 100 יאר צוריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

farshlufen האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:39 am

אין אונגארן האט ער אים געהייסן ווערן חסידיש? אינטערסאנט.
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:36 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:27 am
כידוע, רוב הן די חסידישע וועלט און סיי די ליטווישע ישיבישע וועלט באשטייט פון אונגארישע משפחות.

און אנבעלאנגט די אמאליגע אונגארישע ייודענטום, שוין כמעט נישדא קיין פעסטע שטראם פון אשכנזישע יידן ווי מען האט געקענט זען אמאל אין פ"ב, ב"פ, גר"וו, פאפא, פאקש וכו'...

פארוואס האט די אונגארישע אשכנזישע וועלט זיך נישט געקענט וויטער אנהאלטן ?
פון וואנעט האט ער געשטאמט דער זיידע ?

מיין זיידע לאויש״ט איז א יעקער פונדערהיים קען איך אביסל פארשטיין פארוואס עס איז גארנישט געבליבן שטרענג אשכנז׳ש,.

ווי איך פארשטיי, וויבאלד ער איז געווען א דורגעווייקטער ערליכער איד האט ער גלייך געצויגן קיין סאטמאר נאכן וועלט קריג און זיך געדרייט ביי חסידישע הויפן וויבאלד דאס איז געווען די איינציגסטע פלאץ ווי ער האט געוואוסט ער העט קענען אויפשטעלן א משפחה אויפן ריכטיגן מסורה, אזוי אויך ווען עס איז געקומען צו שיקן די קינדער אין חדר איז א חסידישע תלמוד תורה געווען די בעסטע אפציע, אטאמאטיש זענען זיינע קינדער געווארן פולשטענדיגע חסידים.
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:50 am

אונגארן פארשטייצעך
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:46 am
farshlufen האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:39 am
מיין אויבערלענדער עלטער זיידע האט געזאגט פאר מיין זיידן:

ווילסטו בלייבן אן ערליכער איד דריי זיך ביי די חסידים.

רעדסט פון 100 יאר צוריק.
אין אונגארן האט ער אים געהייסן ווערן חסידיש? אינטערסאנט.

אבער פארוואס ? דער אונגארישער וועלט האט דאך געהאט א דע"ס ? א ר' משה שטערן ... , א ר' עקיבא גלאזנער , א ר' מרדכי יפה שלעזינגער ? א ר' יונתן שטייף ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

א טורדא רב ? א נייטרא רב ?
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

די אונגארישע קהילות אין אונגארן זענען נאך געווען די שטערקסטע אין אידישקייט בעפאר די מלחמה אין רעזולטאט פון די טיילונג, מיט אזאנע גדולים האבן זייי זיך נישט געהאט וואס צו שעמען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36761
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 10:58 am
אבער פארוואס ? דער אונגארישער וועלט האט דאך געהאט א דע"ס ? א ר' משה שטערן ... , א ר' עקיבא גלאזנער , א ר' מרדכי יפה שלעזינגער ? א ר' יונתן שטייף ?
האסט שוין געענטפערט די תירוץ אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

אמת, זיי זענען טאקע געווען יעקישע, אבער אין די זעלבע צייט זענען אויך געווען אונגארישע רבנים ווי סאטמאר רב מונקאטשער רב פאפא רב גאלאנטע רב קאלובע רב און אז מגייט צירוק נאך פריער איז געווען דער ערוגת הבושם פייערדיגע חסידישע יודן, אפילו די נישט חסידישע רבנים האבן זיך זייער גוט דורכ׳געקומען מיט די חסידים,

סא נאך די מלחמה ווען גאנץ יודישקייט איז געווארן א שטארקע מיקס האבן זיך אסאך ענליכע קרייזן געווארן פאר איינס, יעדער האט גענויגט די עקסטרעם וואס איז נאנט צו זיין קולטור

לאמיר טאקע אנכאפן די אנגארישע, זיי זענען נישט געווען א קרייז נאר טרעדישענעל, סא א אונגארישע יוד וואס האט נישט באלאנגט צו א מאוומענט ווי למשל חסידים אדער ליטווישע האט זיך נישט אין ווי אנצוכאפן, טאקע יארן צירוק בימי ההשכלה זענען אסאך געפאלן ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין צווייטע זייט וואס ציעט אהין

כהאף אז כהאב גוט מסביר געווען אבער דאס איז לכאורה די סיבה אז פון די יעקישע זענען גארנישט געבליבן, יעדער האט געזוכט אן ערליכע פלאץ ווי זיך אנצוכאפן דארט, איז דער געווארן חסידיש און דער ליטוויש, און די ביסל וואס זענען שוין יא געבליבן זענען זייערע קינדער שוין גענויגט צו א געוויסע קרייז
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אבער פארוואס האט דער סאטמאר רב למשל געוואלט אויפשטעלן א חסידות/קהילה אויפן חסידישען מוסטער ? ער וואלט זיך געקענט פירן כדוגמת זקינו דער ייט"ל וואס כאטש א חסידישע רבי האט ער געהאט א פאר מניינים פון אשכנזישע/יעקישע תלמידים ? למשל ר' משה יוחנן שאהנפעלד פון מיהאיפאלווא, נישט געווען קיין חסידישע...

פארוואס האט ער געוואלט אן עולם מיט שטריימלעך, מיט לאנגע פיאות, מיט נוסח ספרד, פון מקוואות ... ? אז ער האט געואלט זיך אליין אזוי פירן, מילא, פארשטייט מען ?
לעצט פארראכטן דורך ירוחם יעקב אום מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:21 am

נו, וואס האט דעם אונגארישער וועלט אויסגעפעלט לגבי דעם ליטווישן ? גאונים, ישיבות, ערליכע יידן, אנשי מעלה ? ניין, גארנישט...
איך מיין : ואס האט צוגעצויגן אסאך אונגארישע יידן צום ליטווישןוועלט, צו די ליטווישע גדולים, צו די ליטווישע ישיבות, איך מיין צו די וועלט פון דער ווייט פאררוקטע ליטע ?

איר שרייבט : סא נאך די מלחמה ווען גאנץ יודישקייט איז געווארן א שטארקע מיקס האבן זיך אסאך ענליכע קרייזן געווארן פאר איינס, יעדער האט גענויגט די עקסטרעם וואס איז נאנט צו זיין קולטור.

פרעג איך אייך : וואס האט צו טון אן אויבערלענדישע ייד מיט אן אוקריינישער סקווירער אדער ראחמאסטריווקע רבי ? דאס שטעטל סקווער איז לכל הפחות 2000 ק"מ פון פ"ב למשל ...
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:22 pm

איך מיין : ואס האט צוגעצויגן אסאך אונגארישע יידן צום ליטווישןוועלט, צו די ליטווישע גדולים, צו די ליטווישע ישיבות ?
זאל זיין די גדולים זאל זיין די ישיבות, די געדאנק איז אז סיי חסידיש און סיי ישיביש האבן עפעס א דרך און יודישקייט, אנדערש ווי די אויבערלענדעשע וואס די עיקר דרך באשטייט פון די אופן הנהגת הקהילה בכל התוקף און זיך נישט לאזן פון די וואס זוכן אינטערצוברענגן די פירערשאפט וכו… אבער צום פריווייטע לעבן איז נישט דא עפעס ספעציעל א דרך (איך רעד נישט פון מנהגים און מסורות) מיט וואס מען קען זיך האלטן שטארק און נישט פאר פארן פון די גאס
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אינטערעסאנט וואס איר זאגט : דער ח"ס, כת"ס, דער מהר"מ שיק, דער גורן דוד, ר' משה הערש פוקס מיט זייערע תלמידים האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע דרך אין אידשיקייט ?

איך פארשטיי אייך נישט...
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:22 pm
נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:21 am
אמת, זיי זענען טאקע געווען יעקישע, אבער אין די זעלבע צייט זענען אויך געווען אונגארישע רבנים ווי סאטמאר רב מונקאטשער רב פאפא רב גאלאנטע רב קאלובע רב און אז מגייט צירוק נאך פריער איז געווען דער ערוגת הבושם פייערדיגע חסידישע יודן, אפילו די נישט חסידישע רבנים האבן זיך זייער גוט דורכ׳געקומען מיט די חסידים,

סא נאך די מלחמה ווען גאנץ יודישקייט איז געווארן א שטארקע מיקס האבן זיך אסאך ענליכע קרייזן געווארן פאר איינס, יעדער האט גענויגט די עקסטרעם וואס איז נאנט צו זיין קולטור

לאמיר טאקע אנכאפן די אנגארישע, זיי זענען נישט געווען א קרייז נאר טרעדישענעל, סא א אונגארישע יוד וואס האט נישט באלאנגט צו א מאוומענט ווי למשל חסידים אדער ליטווישע האט זיך נישט אין ווי אנצוכאפן, טאקע יארן צירוק בימי ההשכלה זענען אסאך געפאלן ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין צווייטע זייט וואס ציעט אהין

כהאף אז כהאב גוט מסביר געווען אבער דאס איז לכאורה די סיבה אז פון די יעקישע זענען גארנישט געבליבן, יעדער האט געזוכט אן ערליכע פלאץ ווי זיך אנצוכאפן דארט, איז דער געווארן חסידיש און דער ליטוויש, און די ביסל וואס זענען שוין יא געבליבן זענען זייערע קינדער שוין גענויגט צו א געוויסע קרייז
נו, וואס האט דעם אונגארישער וועלט אויסגעפעלט לגבי דעם ליטווישן ? גאונים, ישיבות, ערליכע יידן, אנשי מעלה ? ניין, גארנישט...
איך מיין : ואס האט צוגעצויגן אסאך אונגארישע יידן צום ליטווישןוועלט, צו די ליטווישע גדולים, צו די ליטווישע ישיבות, איך מיין צו די וועלט פון דער ווייט פאררוקטע ליטע ?

איר שרייבט : סא נאך די מלחמה ווען גאנץ יודישקייט איז געווארן א שטארקע מיקס האבן זיך אסאך ענליכע קרייזן געווארן פאר איינס, יעדער האט גענויגט די עקסטרעם וואס איז נאנט צו זיין קולטור.

פרעג איך אייך : וואס האט צו טון אן אויבערלענדישע ייד מיט אן אוקריינישער סקווירער אדער ראחמאסטריווקע רבי ? דאס שטעטל סקווער איז לכל הפחות 2000 ק"מ פון פ"ב למשל ...
פון די אונגארישע יודן זענען געווען וועליכע די גאנצע זאך איז געווען די ישיבה מיטן ראש ישיבה, זיי האבן זיך געטראפן ביי די ליטע. אנדערע זענען בעיקר געווען פארנימען זיך צו האלטן ריין און נישט נשפע ווערן פון די נעלאגן זיך נישט אוועקריקען פון די מסורת האבות, זיי זענען אנגעקומען צו די חסידים
intellectual
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:52 pm
אינטערעסאנט וואס איר זאגט : דער ח"ס, כת"ס, דער מהר"מ שיק, דער גורן דוד, ר' משה הערש פוקס מיט זייערע תלמידים האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע דרך אין אידשיקייט ?

איך פארשטיי אייך נישט...
אלע פון זיי זענען געגאנגען מיט בערד און פיאות, אזא אויבערלענדישקייט זוכט איהר..?
כמיין איהר צילט צום גלאטן בארדע.

די קורצע ענטפער איז לכאורה דאס:

נאכן קריג איז דער עולם געווען צושאסן, די איינציגסטע וואס האבן ג'אפפערט טרייסט און חיזוק, זענען געווען חסידישע רבנים, א שטייגער ווי די סאטמארע רב, קלויזענבורגער, און נאך, אויטאמאטיש האט די שארית הפליטה געקלעבט צו די פלעצער, און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, ביז זיי זענען געווערן פולשטענדיגע חסידים.

דער יעקע וואס האט פרובירט יא צו בלייבן מיט זיין מסורה, האט געהאט א שמאלע אויסוואל פון ישיבות, כמעט נישט געווען קיין יעקישע קערפערשאפטן אדער באוועגונג, די ליטווישע זענען געווען די ענליכסטע מיטן לבוש און נוסח התפילה, זענען זיי געבליבן סטיקן מיט זיי.

פארן קריג איז לכאורה רוב מנין ובנין פון די ארטאדאקסן אין אונגארן געגאנגען אנע בערד, אפגערעדט פון שטריימלעך.

אבער פיל פון די שטעט האבן געהאט חסידישע רבנים אלס מנהיגים, וואס האט א שטארקע השפעה געהאט אויפן שטאט, א שטייגער ווי פאפא און פיל נאך.

און סאיז שוין אויך דעמאלטס תערומות אויפן ארטאדאקסישע קאנצעליי פון די חסידים, אזי זיי זענען נישט גענוג פרום וכדו', א שטייגער ווי סיגוט.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:52 pm
אינטערעסאנט וואס איר זאגט : דער ח"ס, כת"ס, דער מהר"מ שיק, דער גורן דוד, ר' משה הערש פוקס מיט זייערע תלמידים האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע דרך אין אידשיקייט ?

איך פארשטיי אייך נישט...
אוואדע האבן זיי געהאט, און דאס איז טאקע געווען די אונגארישע קהילות וואס זענען געווען לשם ולתפארת איבער די גאנצע וועלט, דאס תוקף פון א רב, די צוזאמהייט פון א קהילה, מען קען נישט טוען וואס מען וויל, ועל כולם זיך נישט רירן פון די מסורה, דאס איז אין ערגעץ נישט געווען אזויווי אין אונגארין, און דאס איז צו פארדאנקן דעם חת״ס ותלמידיו,

אבער דאס איז נאר געווען גילטיג ווען סאיז דא א שטאט מיט א קהילה און א רב, משא״כ ווען מען טרעפט זיך אין אמעריקא ווי סאיז גארנישט דא, קענסטו נישט זיין בעה״ב אין שטאט ווען ביסט נישט, און סאטמאר רב האט וועגן דעם אויפגעשטעלט א קהילה וואס פאנקצירט נישט אין א ספעציפישן שטאט אבער עס איז אזויווי א שטאט פאר זיך, און די קהילה האט ער טאקע אויס געשטעלט בדרך החת״ס.

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:20 pm
אבער פארוואס האט דער סאטמאר רב למשל געוואלט אויפשטעלן א חסידות/קהילה אויפן חסידישען מוסטער ? ער וואלט זיך געקענט פירן כדוגמת זקינו דער ייט"ל וואס כאטש א חסידישע רבי האט ער געהאט א פאר מניינים פון אשכנזישע/יעקישע תלמידים ? למשל ר' משה יוחנן שאהנפעלד פון מיהאיפאלווא, נישט געווען קיין חסידישע...

פארוואס האט ער געוואלט אן עולם מיט שטריימלעך, מיט לאנגע פיאות, מיט נוסח ספרד, פון מקוואות ... ? אז ער האט געואלט זיך אליין אזוי פירן, מילא, פארשטייט מען ?
ווייל ער האט געוויסט אז צו האלטן יודישקייט אין אמעריקא פעלט זיך אויס די חיצוניותדיגע בילד זייער שטארק.

און בד״וו ר משה יוחנן איז נישט געווען אן אייניקל פונעם בני יששכר?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אין אויבערלאנד זענען געווען קהילות מיט ראשי קהילה וכו' און דער רב האט נאר געמעגט טון דאס אדער יענץ, אבער נישט פירן און אינספירירן דעם ציבור אזויווי א חסידישער רבי אדער ליטווישער גדול וואלט געקענט. למעשה, האט עס געארבעט כל זמן דער פרעים איז געווען אויפ'ן פלאץ. אבער ווען נישט, איז אלעס צעפלויגן.
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

נזר הנבונים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:06 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 12:52 pm
אינטערעסאנט וואס איר זאגט : דער ח"ס, כת"ס, דער מהר"מ שיק, דער גורן דוד, ר' משה הערש פוקס מיט זייערע תלמידים האבן נישט געהאט קיין ספעציעלע דרך אין אידשיקייט ?

איך פארשטיי אייך נישט...
אוואדע האבן זיי געהאט, און דאס איז טאקע געווען די אונגארישע קהילות וואס זענען געווען לשם ולתפארת איבער די גאנצע וועלט, דאס תוקף פון א רב, די צוזאמהייט פון א קהילה, מען קען נישט טוען וואס מען וויל, ועל כולם זיך נישט רירן פון די מסורה, דאס איז אין ערגעץ נישט געווען אזויווי אין אונגארין, און דאס איז צו פארדאנקן דעם חת״ס ותלמידיו,

אבער דאס איז נאר געווען גילטיג ווען סאיז דא א שטאט מיט א קהילה און א רב, משא״כ ווען מען טרעפט זיך אין אמעריקא ווי סאיז גארנישט דא, קענסטו נישט זיין בעה״ב אין שטאט ווען ביסט נישט, און סאטמאר רב האט וועגן דעם אויפגעשטעלט א קהילה וואס פאנקצירט נישט אין א ספעציפישן שטאט אבער עס איז אזויווי א שטאט פאר זיך, און די קהילה האט ער טאקע אויס געשטעלט בדרך החת״ס.
אבער פארוואס עד כדי כך צו טוישן צום נוסח ספרד, צום גיין אין מקווה? עס איז דאך זייער עקסטרעם...
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 1:15 pm

האסט א טענה, אבער זעט אויס אז מען קען זיך נישט ווייקן ביי א חסידישע שלשידעס און דאווענען אשכנז, סגייט עפעס נישט אינאיינעם…
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: די אמאליגע אונגארישע אויבערלענדישע יודענטום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

איך האב אמאל געהערט א מעשה בשם האדמו״ר מסקאליע 18 וואס קומט לכאורה אריין דא:

זיין זיידע איז געווען א יעקישע און אין זיין שטאט (כווייס נישט ווי) איז געווען א ערליכע קהילה. האט זיך געמאכט אזויווי אין נאך שטעט אז א גרופע יונגעלייט וואס זענען חסידיש געווארן האבן זיך געעפנט א חסידיש שטיבעל, און פארשטייט זיך מיט נוסח ספרד.

איז געווארן א גאנצע מהפיכה אין די קהילה, אזא פירצה, מען האט פארלאנגט פון די יונגעלייט צו טוישן, און זיי האבן נישט געהאלטן דערביי, בי מאיז צוגעקומען צום החלטה אז מען גייט אנפרעגן ביי א גדול הדור ווער סאיז גערעכט, און וואס מדארף דא טון.

פונקט דעמאלסט איז דער מונקאטשער רב געווען אין געגנט האט מען אים אריבער גערופן, מען האט זיך צאמגעזעצט און דורכגערעדט די נושא, און דער מנחת אלעזר האט געפסקענט אז די יונגעלייט האבן דעם פולן רעכט צו משנה זיין דעם נוסח. און אלע ראשי הקהילה זענען געבליבן שטיל און מסכים געווען צום דעת תורה.

האט זיך אינמיטן אויפגעשטעלט איינער און זיך אנגערופן: איך וויל פרעגן דעם רב, מיר האבן געהערט דעם פסק, און מיר ווילן פאלגן וואס דער רב הייסט, אבער וואס וועט זיין מיט די דורות הבאים, וויאזוי וועלן זיי אנקוקען אזא זאך, אז אין אלע דורות האט מען געדאווענט נוסח אשכנז און מיט אמאל קומט מען אין מען טוישט? וואס פארא פנים וועט עס האבן? וויאזוי וועלן מיר איבערגעבן די מסורה ווייטער?

דער מונקאטשער רב הערנדיג די טענה האט זיך צושמייכלט און געזאגט: איך זע שוין אז פון דעם יוד גייט ארויס קומען שטארקע חסידישע יודן, עס ליגט אים שוין אין די בלוט…

און ווער עס קען די סקאליע 18 רבי מיט זיין משפחה קען טאקע מעיד זיין אז די הבטחה איז פולקאם מקיום געווארן…

אבער פון די אנדערע זייט זעט מען אז די ערליכע יעקישע זענען געווען אויף די זעלבע גאנג און זענען אנגעקומען צו חסידים
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”