גדולי ישראל וועלכע האבן געשריבן טאג-ביכער
זייענדיג אן אורח האב איך זיך די לעצטערע פאר טאג אביסל אומגעקוקט אויף די אשכולות דא, און עס איז מיר זייער געפאלן. איך האב שטארק הנאה געהאט פון די ידענים דא. איך טוה מיט די ווערטער אויסדריקן א יישר כח פאר אלע באטייליגער.
ליינענדיג דעם אשכול פון די ספרי היעב"ץ, וואו עס ווערט ארומגערעדט איבער דעם 'מגילת ספר' ווי דער מחבר זעלבטסט האט אראפגעשריבן זיין AUTO BIAGRAPHY, איז מיר באלד אויפן געדאנק געקומען דער חיבור 'מעגל טוב' פונעם חיד"א, וועלכע איז אפשר נישט קיין אוטא בייאגרעפי נאר גיכער א מסעות באשרייבונג, פארמאגט דאס אבער אויך די מעלה אז דאס איז א באשרייבונג פונעם מחבר זעלבסט, וואו ער באשרייבט זיך זיינע מסעות. אזוי בלעטרנדיג אינעם אשכול פון די ספרי החיד"א, האב איך זיך טאקע באגעגנט אינעם ספר 'מעגל טוב'.
איך האב אויך געכאפט א שפאציר אינעם פורום על הצדיקים וחסידים און איך האב זיך דארט באגעגנט אין אן אשכול וואו מ'רעדט פון תוספות יום טוב, האט מיר באלד אויפגעבליצט א געדאנק אז היות איך מיין אז פון אים איז אויך דא אזא סארט חיבור, טא האלטן מיר דאך שוין ביי דריי גדולי ישראל וועלכע האבן געמאכט אזא סארט חיבור'ל, ואם כן איז דאך נישט מער ווי רעכט אז אזא סארט טעמע זאל פארמאגן אן אשכול פאר זיך.
איך ווייס נאך נישט וואס פארא נאמען צו געבן דעם קעפל, ווייל למעשה לא ראי זה כראי זה. דעם חיד"א'ס מעגל טוב איז א ספר מסעות (א שטייגער ווי מסעות רבי בנימין) און ר' יעקב עמדינ'ס מגילת ספר איז מער ווי א טאג-בוך, אבער דעם צד השווה האף איך כאפט איר. דעריבער לעת עתה עפן איך דעם אשכול אונטערן נאמען גדולי ישראל וועלכע האבן געשריבן אייגענע טאג ביכער.
1] ר' יעקב עמדין - מגילת ספר
2] החיד"א – מעגל טוב
3] תוספ' יו"ט - ?