לעכטיג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

צו מיינס א חבר געפארן
אים נישט געזען עטליכע יארן
צו די הרי אררט געגאנגען קריכן
מיין חבר צו באזוכן

אויף שבת געגאנגען
ס'האט זיך גוט אנגעפאנגען
א שיינע סעודה געהאט
אלעס האט געקלאפט - כמעט

יעדער זינגט מיט הארץ
פלוצלינג! אלעס איז שווארץ
א בלעקאוט האט פאסירט
די טונקלקייט מ'שפירט

ער געבט מיר א זאג
"ס'פאסירט דא יעדן צווייטן טאג
ס'גייט דורך אפאר שעה
און לעקטער איז צוריק דא"

מיין חבר מיר ער שוינט
כ'בין צו דעם נישט צוגעוואוינט
ער זאגט מיר "געב א קוק
מארגן צופרי איז אלעס צוריק"

אלע אנדערע זענען נישט
געווארן צעמישט
נאר האבן ווייטער געזינגען
די ניגונים האבן געקלינגען

מ'זינגט מיט געשמאק
אויפן טיש איך האק
און עטליכע מחשבות פאלן מיר ביי
לויט די מצב וואו איך שטיי

-

יעדע קומזיץ איז טונקל
יעדער זינגט אויף זיין ווינקל
עפעס א כח המושך
האט נגינה צו חושך

-

געווען גוט אמאל איז
היינט זענען מיר אבער אין גלות
אמאל איז ליכטיג געווען
היינט קען מען ליידער גארנישט זען

ס'טונקל איבעראל
פארשיקט איז כלל ישראל
קוים וואס מיר קענען דערטאפן
אין די תורה זיך אנצוכאפן

מיר לעבן אין א זמן פון נסתר
דער איד אבער צו לעכטיגקייט גלוסט ער
און אפילו ס'טונקל אינגאנצן
טוען מיר זינגען און טאנצן

ליכטיגקייט מיר ווילן
די טונקלקייט אפצושטילן
דעם גלות אפקילן
און די גאולה פילן

-

קרב יום
ענדיג שוין דעם טרוים
דעם שלעכטן דעם ביטערן
פון וועלעכע מיר ציטערן

טאטע באווייז שוין דעם קונץ
מאך שוין לעכטיג פאר אונז
ברענג שוין אַן אור אַן עכטן
מאך אויס פונעם גלות דעם געדעכטן

טרערן פון מיינע אויגן פאלן
מיר ווילן שוין זען לעכטיגע שטראלן
ס'שוין צייט צו געבן א שיין
און מאכן אויס פון אונזער פּיין

-

הקב"ה זאגט ווארטס
יעצט איז טאקע שווארץ
אבער ס'קומט א גאולה - מעכטיג
און דעמאלטס וועט זיין לעכטיג.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

הערליך!

קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה.
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

אז מקען קעמען !!!!!!!!!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שטארק!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

זייער זייער שיין קום אריין מיט נאך שטיקלעך
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6957
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שכר לימוד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:54 pm
זייער זייער שיין קום אריין מיט נאך שטיקלעך
טשעק אויס מיין אונטערשריפט
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
קוק דו אויך נישט!
דוד הכהן
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: לעכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

אוי ווען וועט שוין זיין לעכטיג
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”